בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#71 - שמועס אויס אלע ספיקות און אלע צדדים
שטעטל, דירה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ווער קען זאגן פאר א צווייטן וואו צו וואוינען... איך וועל ענק נישט זאגן זיך אריבער צו ציען אין שטעטל, דאס איז ענקער החלטה.


גיי התבודדות, שמועס עס אויס מיטן אייבערשטן, שמועס אויס אלע צדדים; דיין פרנסה, די חינוך הבנים והבנות וכו', און דאס וואס עס וועט אריינקומען אין מחשבה, דאס זאלן ענק טון.


אזוי זאלסטו טון ביי יעדע ספק, און ביי יעדע זאך. גיי אין א שטילע פלאץ, אין דיין קאר אדער א פארמאכטע שטוב, און שמועס אויס מיטן אייבערשטן, זאג אים אלע ספיקות, אלע צדדים, און בעט אים ער זאל דיר ווייזן די ריכטיגע און אמת'ע וועג.

#70 - וואוינען מיט אידישע שכנים
שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין ווייב רעדט זיך אפ אז זי איז אזוי איינזאם, זי האט נישט קיין שכנים וכו'; וויל איך דיר בעטן דו זאלסט רעדן צו די הנהלה, אדער זאל מען ברענגען אויף דיין גאס נאך אידישע שכנים אדער זאלסטו זיך אריבער ציען אויף א גאס וואו עס וואוינען נאך אידן.


זאג פאר ... און ... אז דאס איז נישט קיין עסק פון ווארפן משפחות צו מזרח מערב צפון דרום, עס איז גענוג די גלות וואס מען האט אונז צעזייט אין די ד' כנפות הארץ, מען דארף נישט מאכן א גלות בתוך גלות, עס האט נישט קיין זין צו וואוינען אפגעטיילט, אפגעשיידט.


איך בין נישט צופרידן פון דעם, אדער ברענגען זיי נאך אידישע משפחות דארט, אדער קומען ענק וואוינען צווישן אידן.


איך גיי רעדן צו די ועד המוסד זיי זאלן קלאר אויסשמועסן מיט אלע משפחות אז מען וועט נישט צושטעלן טראנספארטאציע פאר אזעלכע פעלער.

#69 - ווי מער צו שפארן, און צאלן צוביסלעך די חובות
חובות, דירה, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


דו פרעגסט אויב דו זאלסט פארקויפן דיין הויז, היות דו האסט חובות פון א פערטל מיליאן דאלער וכו'.


לדעתי זאלסטו נישט פארקויפן די הויז, דארפסט דאך האבן א הויז וואו צו וואוינען. וואלט עס געווען א צווייטע הויז, אדער א זומער הויז – וואלט ריכטיג געווען צו פארקויפן, ווייל ווי מעג מען זיין שולדיג געלט און האבן דירות וכו', אבער אן ערשטע דירה וואו צו וואוינען – דאס דארפסטו דאך האבן, זאלסטו דאס נישט פארקויפן.


פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער וועט מאכן וואונדער, דו וועסט ארויסקריכן פון דיינע חובות. געב אכטונג נישט צו לעבן ברייט, פרוביר ווי מער צו שפארן, און צאל צוביסליך די חובות.


זאג יעדן טאג די תיקון הכללי, זאג עס מיט טלית ותפילין נאך שחרית. דאס איז מסוגל פאר פרנסה און ארויס צו גיין פון אלע חובות.

#68 - רעד נישט אין שול, וועסטו האבן אן אייגענע הויז
רעדן, בית המדרש, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


איך זע ווי עס גייט דיר אזוי אין לעבן צו קויפן א הויז, דו ווארטסט שוין אזוי לאנג פאר אן אייגענע הויז.


נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביים דאווענען אין שול ביי די דריי תפילות, און אז דו האסט עפעס וויכטיג צו רעדן זאלסטו רעדן נאר אינדרויסן פון שול, אין שול רעד נישט מיט קיינעם; וועסטו זייער שנעל האבן אן אייגענע הויז.


עס וועט זיין שווער נאר אין אנהויב, נאך א שטיק צייט וועסטו זען ווי גרינג עס איז נישט צו רעדן אין שול ביים דאווענען, עס איז בדוק ומנוסה, דאס ברענגט גרויס וואונדער.

#67 - פאלג דיין ווייב און פארקויף דיין הויז אין נישט א גוטע געגנט
שלום בית, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאלג דיין ווייב און פארקויף דיין הויז פון די געגנט וואס די שכנים זענען נישט צניעות'דיג, און זוך א הויז אין אן ערליכע געגנט מיט גוטע שכנים.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (הוריות יב.): "תִיבוּ אַקִּילְקְלֵי דְּמָתָא מְחַסְיָא, וְלֹא תִּיבוּ אַפַּדְנֵי דְּפוּמְפְּדִיתָא", ענדערש זאלט איר זיצן אין די מיסט פון די שטאט מתא מחסיא ווי צו וואוינען אין די פאלאצן פון פומבדיתא; ווייל אין די שטאט מתא מחסיא האבן געוואוינט ערליכע אידן, אבער אין פומבדיתא האבן געוואוינט נישט ערליכע אידן, האט רב משרשיא געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן ענדערש זיצן אין די מיסט פון מתא מחסיא וכו'.


האסט א ווייב אן אשה כשרה, זי ווייסט גאר גוט וואס זי וויל, זי וויל ערליכע קינדער, זי זאגט דיר שוין אזוי לאנג אז די נייע הויז מיט די נישט גוטע שכנים נעמט אוועק די יראת שמים פון די קינדער, זאלסטו טון וואס די תורה זאגט (בראשית כא, יב): "כֹּל אֲשֶׁר תֹּאמַר אֵלֶיךָ שָׂרָה שְׁמַע בְּקֹלָהּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#66 - אריינטאנצן אין קויפן א דירה
היכל הקודש, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז א שאד אז דו קויפסט נישט אן אייגענע דירה, א שאד צו צאלן אזויפיל יארן רענט, ווען פאר די זעלבע געלט קענסטו באצאלן א מארטגידזש און האבן אן אייגענע דירה, ווייל וואס טוסטו אז דער בעל הבית פון די דירה מאכט אפ אז ער דארף די דירה פאר זיך און דו בלייבסט אן א דאך איבערן קאפ? (בפרט אז דו האסט אפאר דאלער אוועק געלייגט פאר א דירה).


עס קען אויסזען אינטערעסאנט אז אין היכל הקודש וואו מען רעדט נאר דיבורי תכלית, מען רעדט פון עלמא דאתי, מען רעדט פון תורה ותפילה, זאל מען זאגן 'קויף א דירה', אבער איך קען דיר זאגן וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, מען זאל יא אריינטאנצן אין קויפן א דירה, און מוהרא"ש פלעגט שטופן אינגעלייט צו קויפן, און וואוינען אין אייגענע ד' אמות און זיין פרייליך.


אויך קומט יעצט די הייליגע יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו, זאלסטו אנהויבן צוריק צו לערנען בהתמדה רבה מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה, וועסטו זיך בויען אן אייביגע פארמעגן.


גיי יעדן טאג אביסל שפאצירן, אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, וועט דיר זיין גוט בזה ובב

#65 - איך קען נישט ענטפערן וואו צו גיין וואוינען
כיבוד אב ואם, דירה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס מען פארלאנגט איר זאלט איבערלאזן אייער מאמע, אייער משפחה, און גיין וואוינען וכו'; אזוי גייט עס ביי אסאך פון די רבי'שע משפחות, מען פארלאנגט פון די קינדער און אייניקלעך מען זאל אלעס אוועקלייגן אין דער זייט אבי צו בויען די שול וכו', מען פארלאנגט מען זאל קומען דינען די שול, דינען די רעביסטעווע אויפן חשבון פון שלום בית און אויפן חשבון פון חינוך הבנים, אלץ אבי עס זאל זיין א כבוד פאר די הנהגה וכו'.


איך קען נישט ענטפערן פאר א צווייטן וואו צו גיין וואוינען, דאס קען קיינער נישט זאגן, איין עצה איז דא, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן און נאכאמאל בעטן און זיך לאזן פירן פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - עפן דיין טיר פאר חסד און צדקה
צדקה, חסד, דירה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, אנטווערפן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט זיך פארנעמען לכבוד דעם וואס דו ציסט זיך אריבער צו א נייע דירה.


נעם זיך פאר צו עפענען דיין טיר פאר חסד; ווען מען קלאפט פאר צדקה זאלסטו שטענדיג עפענען די טיר און געבן צדקה, און ווען א שכן קלאפט פאר א טובה - זאלסטו עפענען און טון די טובה, און ווען מען בעט דיר נעמען א קינד - זאלסטו עפענען די טיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ו, יז), א טיר וואס מען עפנט נישט פאר צדקה - וועט מען דארפן עפענען פאר א דאקטער השם ישמרינו; זאלסטו שטענדיג עפענען דיין טיר פאר חסד און צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - אין שטעטל דארף מען אויך רחמי שמים די שטוב זאל זיין מקורב
שטעטל, דירה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט קומען וואוינען אין שטעטל - אדרבה ואדרבה, אבער זאלסט וויסן אז אין שטעטל דארף מען אויך רחמי שמים אז די שטוב זאל זיין מקורב.


מאך התבודדות, פרעג דעם אייבערשטן אויב עס איז כדאי, אויב דו זאלסט קומען דא, אויב דיין ווייב וועט טרעפן אין שטעטל גוטע חבר'טעס וכו' וכו'. אודאי און אודאי איז די שטעטל א שיינע ווינקל פון אמונה, שמחה און יראת שמים, אבער אז מען איז נישט צופרידן וואו מען איז וכו' - מאן יימר אז דא וועט פלוצלונג ווערן גוט.


מאך התבודדות, בעט דעם אייבערשטן, פרעג אים: "טאטע וואו זאל איך וואוינען? זאל איך קומען אין שטעטל? זאל איך גיין ערגעץ אנדערש?" בעט און בעט ביז דו וועסט וויסן וואס דו האסט צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - וואס קוקט מען פאר'ן זיך אריבערצוציען אין א געגנט
מוסדות, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, י"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע קויפן א דירה אין די געגנט וכו'; איך האב נישט געהערט וועגן די נייע געגנט, פרעגט אייך נאך אויב עס איז דא דארט ערליכע פרומע מוסדות מיט אן ערליכער רב, און אויך ווער זענען די מענטשן וואס קויפן דארט, און דאס לעצטע זאלט איר קוקן אויף געלט און אויף ביליגע שטייערן, א איד דארף דאס ערשטע זאך קוקן אויף ערליכע פרומע מוסדות און אויף אן ערליכער רב, אן ערליכער דיין און אויף גוטע שכנים, ביי א איד איז דער עיקר די חינוך הבנים והבנות, איבערלאזן ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - וואוין אין א פלאץ וואו דו האסט מנין שבת און וואכן
שטעטל, דירה, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


אוואו ביסטו? איך בענק זיך אזוי צו דיר, שוין אזא לאנגע צייט וואס איך הער נישט פון דיר...


אפשר דאך קען מען צוריק אויפוועקן אונזער נאנטשאפט, טייערער ... נרו יאיר, נישט אלעס איז האבן אן אייגענע הויז, און נישט אלעס איז האבן געלט, דאווענען יעדן טאג מיט מנין די דריי תפילות, דאס איז אלעס.


א שאד דו האסט זיך אוועק געצויגן פון שטעטל צו א פלאץ אן מנין, הלוואי אז דו קומסט צוריק וואוינען נעבן מיר, און אויב דו האסט עפעס טענות אויף אונזער קהילה – זאלסטו זיך אריבערציען צו אן אנדערע קהילה, ווייל וואס וועט זיין מיט די קינדער...


איך זאג דיר דאס, נאר ווייל איך האב דיך ליב, און איך וויל נאר דיין טובה. ווען דו ביסט געווען א בחור, מען האט דיך געווארפן פון אלע ישיבות ווי מען ווארפט א באלי, האב איך דיך אריינגענומען, איך האב דיר געעפנט די טיר, איך האב דיך מקרב געווען און געזארגט פאר דיין שידוך, און געברענגט די טייערע פרוי, דיין ווייב תחי', וויל איך דיר בעטן נאר איין זאך, וואוין צווישן אידן, וואוין אין א גאס וואו דו האסט מנין שבת און וואכן, אויף דעם זאלסטו זיך מוסר נפש זיין.


הלוואי וואלט איך דיר געזען אמאל, וואלטן מיר געקענט רעדן פנים בפנים; אפשר האסטו עפעס ווייטאג אויף מיר, טענות אויף מיר; איך ווייס אז דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן רעדן וכו', אבער טייערער ..., איך וויל נאר איין זאך, דיין שטוב זאל זיין געבויט אויף די גרונד פון די תורה, אויף די פונדאמענט פון די תורה.


איך ווארט זאלסט מיר ענטפערן.

#60 - צאלן שטייער אין צייט, אז מען זאל נישט צונעמען די הויז
תפילה והתבודדות, הדרכות, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע צו צאלן טעקס אויף דיין הויז, ווייל אז מען צאלט נישט קיין שטייער קען די רעגירונג אוועק נעמען די הויז, דו וועסט בלייבן אן א דאך איבערן קאפ.


געווענליך אז מען קויפט א הויז נעמט מען א מארטגעדזש און די באנק מאנט יעדע חודש פאר די שטייער, אבער ביי דיר אז דו האסט נישט ארויסגענומען קיין מארטגעדזש - דארפסטו אכטונג געבן צו צאלן שטייער אין צייט אז מען זאל דיר נישט צונעמען די הויז.


גיי יעדן טאג א שפאציר ארום דיין שטוב, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דרוקט דיר, אלעס וואס שטערט דיר, ובעיקר ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און ווי דער יצר הרע שפילט מיט דיר ארום און ער ווארפט דיר אראפ, נאר מיט התבודדות איז מען פארזיכערט אז מען פארקריכט נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - עס איז כדאי צו וואוינען נעבן דעם שווער
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, דירה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אין לשער, אוודאי איז עס נישט גרינג, אבער די מצוה איז אזוי גרויס אז אלעס פאלט אוועק.


בנוגע קויפן א דירה נעבן דיין שווער וכו'; עס איז כדאי, אזוי וועט דיין ווייב תחי' – וואס זי איז די יונגסטע – קענען העלפן אירע עלטערן, עס וועט דיר נישט שאטן, עס וועט דיר גארנישט פעלן. עס איז אזא גרויסע מצוה – כיבוד אב ואם, אלעס איז כדאי; מען פארדינט סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט, אויך איז כיבוד אב ואם מכפר עוונות (עיין תנא דבי אליהו רבה, פרק כו).


געוואוין זיך צו אנצוהויבן דיין טאג מיט תפילה והתבודדות, כאפ א שפאציר, שמועס מיטן אייבערשטן, שמועס אויף דיין שפראך; הויב אן מיט דאנקען, דאנק אים אויף אלעס וואס ער טוט מיט דיר און בעט אויף ווייטער.

#58 - קוקן אויב די סביבה איז ערליך, איידער מען ציעט זיך אהין
דירה, יראת שמים, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דו הערסט פון מיר ביי די שיעורים, און וואס דו ליינסט אין די בריוו - דאס קענסטו אננעמען, און וואס אנדערע זאגן דיר נאך אין מיין נאמען - אויף דעם נעם איך נישט אחריות.


זיי זיך נישט מבלבל פון די זאכן, נעם די התחזקות פון הייליגן רבי'ן, נעם די חיזוק צו לערנען די הייליגע תורה אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), נעם די חיזוק אויף התבודדות ותפילה, נעם חיזוק אויף זיך דערהאלטן אפילו עס גייט אריבער וואס גייט אריבער; צו בלייבן שטארק מיט אמונה פשוטה, גלייבן אינעם אייבערשטן אז אלעס איז לטובה; נאר דאס זאל דיך אינטערעסירן.


בנוגע זיך אריבערציען קיין פלארידע; זיי מברר אויב די נייע ישוב וועט זיין געבויט אויף תורה ויראת שמים, אויב עס וועט זיין דארט א רב מיט מוסדות התורה. דאס איז אויף וואס א איד דארף קוקן איידער ער גייט וואוינען אין א פלאץ, אויב ער וועט קענען דארט קונה זיין יראת שמים, אויב די סביבה איז ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - א סגולה בדוק ומנוסה צו האבן אן אייגענע הויז
סגולות, דירה, בית נצחי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


דו זוכסט שוין א שטיק צייט צו קויפן א הויז; וויל איך דיר דערמאנען די סגולה פון מוהרא"ש, צו לערנען יעדן טאג א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי, און א פרק ת'וספתא. מוהרא"ש זאגט, די דריי לימודים איז די ראשי תיבות בי"ת; אז מען לערנט יעדן טאג די דריי לימודים – בויט מען זיך א בי"ת נצחי, און אויך איז דא א סגולה צו האבן אן אייגענע הויז דא בזה העולם.


ווער נישט דערשראקן פון די ווארט ירושלמי, פון די ווארט תוספתא; פאר מיר איז דאס אויך געווען פרעמדע ווערטער איידער איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן. בזכות מוהרא"ש זענען אלע ספרים געווארן אויס פרעמד, אויס פארשטופט; דורך לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו), פון לערנען בלי הבנה, דורך גורס זיין כל התורה כולה.


פרוביר עס, די סגולה איז בדוק ומנוסה.

#56 - יעדער קען האבן אן אייגענע הויז, מיט א שטארקע ווילן
פרנסה, דירה, ברכת המזון, מנין, רענט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ב שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קויף זיך א הויז, א שאד אוועקצאלן רענט, ענדערש קויפן און זיך אליינס צאלן די רענט.


יעדער קען האבן אן אייגענע הויז, מען דארף נישט קיין גרויסע געלטער צו האבן אן אייגענע הויז; מען דארף איין זאך, א שטארקע ווילן; מיט א שטארקע ווילן קען מען דאס באווייזן.


זיי נישט קיין בטלן, שפרינג אריין אין קויפן א הויז. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן פאר די תלמידים זיי זאלן קויפן הייזער, און ווען מען האט געפרעגט ווי אזוי מען באווייזט דאס, מען האט נישט קיין געלט? פלעגט מוהרא"ש זאגן די גראם: "אביסל בארגט מען, אביסל זארגט מען, ביז מען האט א הויז".


דאווען מיט מנין און בענטש ברכת המזון אין א סידור מיט שמחה - וועסטו זוכה זיין צו האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - חנוכת הבית
לימוד התורה, מנהגים, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אז דו גייסט זיך יעצט אריינציען אין די דירה וואס דו האסט זיך יעצט געקויפט זאלסטו טון וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות בית, סימן יג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לְהִכָּנֵס לְבַיִת לָדוּר בְּתוֹכוֹ", ווער עס וויל זיך אריינציען אין א נייע דירה, "יֹאמַר הַתּוֹרָה כֻּלָּהּ", זאל ער דורכזאגן די גאנצע תורה, "וְאַחַר כָּךְ יִכָּנֵס לָדוּר בְּתוֹכוֹ", און נאכדעם זיך אריינציען; אדער קענסטו עס אליינס טון, עס נעמט בערך אכט צי צען שעה, אדער קענסטו רופן א מנין אנשי שלומינו און יעדער נעמט א האלבע ספר און ביז א האלבע שעה, א דריי פערטל שעה – ענדיגט מען חמשה חומשי תורה.


העיקר זאלסטו לערנען תורה אין שטוב, אויסער וואס דו לערנסט אין כולל רוב טאג – זאלסטו לערנען אין שטוב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין יח:): "כָּל בַּיִת שֶׁנִּשְׁמָעִין בּוֹ דִּבְרֵי תוֹרָה בַּלַּיְלָה", יעדע שטוב וואס מען הערט דארט לערנען תורה ביינאכט, "שׁוּב אֵינוֹ נֶחֱרַב", ווערט נישט חרוב.


פון דיין טאטע וואס בעט שטענדיג פאר דיר.

#54 - מיר זענען דא פאר א קורצע צייט, מיר דארפן זיך אנגרייטן
תכלית, שיעורים כסדרן, דירה, סוכות, מעביר סדרה, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין יום טוב סוכות אין ישיבה אין וויליאמסבורג, אויך וועט אם ירצה ה' פארקומען מאנטאג נאכט ביים רבינ'ס יארצייט - א סעודה אין די סוכה פון די ישיבה.


מיר בויען די סוכה, מיר גייען ארויס פון דירת קבע און מען גייט אריין אין די דירת עראי; דאס קומט אונז לערנען מען זאל געדענקען אז די גאנצע לעבן איז עראי, מיר זענען דא פאר א קורצע צייט און מיר דארפן זיך אנגרייטן א דירת קבע אויבן אין הימל פאר די נשמה, דורך לערנען און דאווענען.


דעריבער בעט איך דיר טייערער ברודער, כאפ זיך צוריק, הויב אן דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה. ענדיג מעביר סדרה זיין פרשת וזאת הברכה, אויך משניות און גמרא; בוי זיך א פעסטע דירה וואס וועט האלטן פאר אייביג פאר דיין נשמה.


קויף ד' מינים פאר דיינע זין, זאג נישט עס קאסט אסאך; די גאנצע מטרה פון געלט איז נאר פאר די טעג פון יום טוב פאר מצוות, אינמיטן ווינטער איז נישטא וואס צו טון מיט די געלט; יעצט איז די צייט אויסצוגעבן פאר א סוכה, פאר ברעטער, סכך, נוי סוכה, שלאק און פאר ד' מינים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#53 - קום וואוינען פאר רענט אין שטעטל, און נאכדעם וועסטו קענען קויפן
שטעטל, דירה, בית נצחי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען וואוינען ביי אונז אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, מיר פרייען זיך פאר יעדע ערליכע משפחה וואס קומט, און וויל זיין א חלק אין אונזער הייליגע קהלה.


בנוגע קויפן א הויז אין שטעטל; מיר האבן געמאכט א נייע זאך, מיר פארקויפן מער נישט קיין הייזער פאר משפחות וואס וואוינען נישט אין שטעטל, ווער עס וויל קומען וואוינען אין שטעטל - קען זיך מעלדן צום ועד וואס זענען געשטעלט אויף דעם, דינגען א דירה און קומען וואוינען און ערשט נאכדעם גייט מען ארויף אויף די ליסטע פון קענען קויפן. ווייל ווי דו ווייסט איז יעצט שווער צו קויפן נייע הייזער, עס קומען נישט ארויף קיין סאך נייע הייזער און אויך בויען גייט שוין אביסל שטייטער, און משפחות פון שטעטל האבן טענות פארוואס מען פארקויפט פאר משפחות וואס קומען בכלל נישט ארויס וואוינען. לעצטנס האבן זיך אפאר משפחות געקויפט הייזער פאר זומער און נאכן זומער זענען זיי צוריק אין שטאט, מען האט טענות פארוואס מען שטעלט נישט צו קודם פאר די איינוואוינער און זיי זענען גערעכט; דעריבער האבן מיר געמאכט א נייע זאך, נישטא מער פארקויפן א הויז פאר מענטשן וואס וואוינען נישט אין שטעטל.


זיי נישט ברוגז, איך וויל דיך נישט אוועק שטופן, איך ארבעט גאר שווער פאר די שטעטל, איך וויל נאר דאס גוטס פון די איינוואוינער; קום וואוינען פאר רענט און נאכדעם וועסטו קענען קויפן.


קויף זיך א בית נצחי, לערן יעדן טאג א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי און א פרק ת'וספתא, די דריי לימודים אז מען לערנט - בויט מען זיך אן אייביגע הויז. די הויז פון ציגל און ליים - לאזט מען איבער דא, אבער די תורה הקדושה דאס איז אן אייביגע הויז, דאס איז אמת'ע רייכטום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.) אויפן פסוק (ישעי' ג, ז): "'וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה', זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות און א דף גמרא - איז דער גרעסטער ארעמאן, און פארקערט, דער וואס לערנט יעדן טאג חומש, משניות, גמרא וכו' - דער איז אן עושר, דער האט א הויז פאר אייביג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#52 - ערקלערן פאר די וואס קויפן א הויז, ווי אזוי זאכן ארבעטן
ריינקייט, מחלוקת, שטעטל, שלום, דירה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיר בעט איך זייער דו זאלסט זען אז די אלע וואס קויפן דירות ביי שבתי זאלן זיין צופרידן, מאך דאס בעסטע וואס דו קענסט; אודאי וועט מען האבן טענות, אבער אז מען האט אן אוזן קשבת, מען קען צו איינעם רעדן - פארמיידט מען מחלוקות.


עס איז כדאי זאלסט ערקלערן פאר די אלע וואס קויפן דירות אין שטעטל, זיי זאלן וויסן די זאכן וואס זיי זענען נישט געווען צוגעוואוינט פון פארדעם. ווי צום ביישפיל אז מען טאר נישט לייגן קיין ווייפס אין בית הכסא; די וואס קויפן קומען פון שטאט, דארט לייגן מענטשן ווייפס אין טוילעט, אבער ביי א סעפטיק, אז מען לייגט ווייפס - ווערט א שאדן, און נאך א שטיק צייט ווערט א בעק-אפ, און פארשטייט זיך די טענות גייט אויף שבתי; איי וואס האט עס מיט אים, האב טענות אויף דיר אליין? אזוי גייט עס.


אזוי אויך, נישט אלע נעמען אין אכט אז מען דארף טוישן די פילטער ביי די עירקאנדישן און נאך א יאר צעברעכט זיך די מאשין, און פארשטייט זיך די טענות גייט אויף שבתי; איי וואס האט עס מיט אים, האב טענות אויף דיר אליין? אזוי גייט עס.


אזוי אויך די נייע הייזער וואס די שטאט פארלאנגט מען זאל דאס אינגאנצן פארמאכן, און נאכן פלעסטערן ווערט די לופט אנגעפילט מיט וואסער און מען דארף אין אנהויב לייגן א מאשין וואס ציט ארויס די נאסקייט, איז כדאי דו זאלסט דאס זאגן, ווייל אז נישט וועלן אנהויבן שימלען זאכן און פארשטייט זיך די טענות גייט אויף שבתי; איי וואס האט עס מיט אים, האב טענות אויף דיר אליין? אזוי גייט עס.


אזוי אויך איז כדאי צו זאגן פאר אלע וואס קויפן הייזער, זיי זאלן מתפלל זיין עס זאל קומען גוטע וואסער פון קוואל, ווייל עס פאסירט ביי מענטשן אז עס קומט שמוציגע וואסער און מען ווערט אויסער זיך; מען האט געקויפט א הויז, מען האט געבארגט געלט, מען איז איבערגעשטרענגט און מען ווערט פארווייטאגט; איז גוט זאלסט די אלע זאכן אויסשמועסן.


אז עס וועט זיין שלום צווישן אנשי שלומינו וועט אונז דער רבי ברענגען צו זייער הויכע מדריגות, און אז מען וועט זיך קריגן, מען וועט נישט קענען איינער דעם צווייטן ליידן - וויל איך נישט טראכטן וואס וועט פאסירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#51 - וואוינען אין שטעטל איז נישט נאר האניג, מען דארף זיך גוט דערהאלטן
שטעטל, קנאה, היכל הקודש, נסיונות, יענער, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טראכט עס גוט דורך, טו נישט קיין ווילדע זאכן; אין שטעטל קומען וואוינען - איז נישט נאר האניג, מען דארף זיך גוט דערהאלטן; בפרט ווען מען קומט פון א צווייטע לאנד - דארף מען זיך גוט בארעכענען איידער מען טוט דאס.


טראכט נישט פאר איין רגע אז אנשי שלומינו וואס וואוינען אין שטעטל זענען בעסער ווי אנשי שלומינו פון לאנדאן. מענטשן מיינען, ביי יענעם איז די גראז גרינער, א רחמנות אויף מענטשן וואס מיינען אז ביי יענעם איז בעסער, ביי יענעם איז גרינער די גראז; עס איז נישט אמת, עס ווענדט זיך אלעס אינעם מענטש אליין; איז דער מענטש דבוק צום אייבערשטן - איז ער איבעראל פרייליך, וואו ער גייט, וואו ער שטייט - שפירט ער מיט זיך די ש"י עולמות, און אז נישט, איז וואו ער גייט און וואו ער שטייט - שאקלט זיך אונטער אים די ערד, אזוי ווי די קללה פון קין (בראשית ד, יב): "נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ".


ווען מען פרעגט מיך וואו איך וואוין, ענטפער איך: "איך וואוין אין מיין דירה, מיט מיין ווייב און קינדער", און אז מען וויל וויסן וואו מיין דירה געפונט זיך; מיין דירה געפונט זיך אין אמעריקע, אין ניו יארק, אין א געגענט וואס רופט זיך וויליאמסבורג, אבער וואוינען וואוין איך אין מיין שטוב, און מיט דעם רבינ'ס עצות מאך איך מיין שטוב פאר גן עדן.


דעריבער אז דו ווילסט זיך אוועק ציען פון לאנדאן, קומען וואוינען אין שטעטל - זאלסטו וויסן אז אין שטעטל וואוינט יעדער איינער ביי זיך אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, און דער יצר הרע קומט אויך דארט און וויל אלעמען ארויסנעמען פון די אייגענע ד' אמות, מען דארף דארט אויך אסאך התחזקות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כא): "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד, מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", די אלע וואס זענען מקנא אנדערע, גלוסטן און זוכן כבוד, די דריי זאכן נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט; פרעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אזויפיל מענטשן זענען דא וואס האבן קנאה, תאוה און כבוד, אדער איינע פון די זאכן, און זיי לעבן אויף די וועלט, וואס זאגט די משנה אז עס נעמט אוועק פון די וועלט? זאגט מוהרא"ש, פשט איז, יעדער מענטש האט זיך אן אייגענע וועלט, זיין שטוב, זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך א פרוי האט איר מאן מיט אירע קינדער, אבער ווי נאר מען הויבט אן קוקן אויף אנדערע - גייט מען ארויס פון די אייגענע וועלט, מען טראכט נישט פון דאס גוטס פון די אייגענע שטוב, פון די פלאץ וואו מען איז, פון די ווייב און קינדער, מען קוקט אויף אנדערע, דאס איז פשט: "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד, מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם".


מיין נישט איך וויל דיך נישט ביי אונז אין די קהילה, ביי מיר ביסטו און דיין משפחה זייער חשוב, איך זאג נאר זאלסט נישט מיינען קיין איין רגע אז מען קומט וואוינען אין ליבערטי דארף מען מער נישט קיין חיזוק, מען דארף אסאך חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#50 - מאך אסאך התבודדות אויב דו זאלסט דארט קויפן א דירה
תפילה והתבודדות, שלום בית, מוסדות, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איידער דו ווילסט זיך אריינלייגן צו קויפן א דירה אין טבריה - זאלסטו אהין גיין מיט דיין ווייב אויף א שבת. גיי קוקן אויב עס איז בכלל אינטערעסאנט די פלאץ פאר ענק און מאך אסאך התבודדות וואס צו טון, אויב דו זאלסט דארט קויפן א דירה, אויב נישט; אזוי וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. התבודדות קלארט אויס, מען ווייסט וואס מען האט צו טון.


מיר האבן זייער גוטע מוסודות דארט. עס איז נאך קליין, בבחינת והיה ראשיתך מצער, נאך אביסל וועט זיין ואחריתך ישגא מאוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#49 - שלאגן די קינדער וועט גארנישט העלפן, נאר מאכן צרות
חינוך הילדים, סכנה, דירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תזריע מצורע, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך מיש זיך נישט וואו מען זאל וואוינען, דאס האט מיט דיר, דיין ווייב און דיינע קינדער.


איך בעט דיר בכל לשון של בקשה, און אויב איך מעג ווארענען וואלט איך געווארענט; מען טאר נישט שלאגן א קינד און זיכער נישט א בחור, עס איז א קלארע איסור פון שלחן ערוך (יורה דעה סימן רמ, סעיף כ), און ווער רעדט נאך שלאגן מיט א שעפ-לעפל; דו שרייבסט מיר דו האסט געשלאגן דיין זון מיט א שעפ-לעפל שוין צען מאל, דאס איז אסור, דאס איז א סכנה; אפגערעדט אז עס העלפט נישט, עס טוט גארנישט אויף, און אפהיטן זאל דער אייבערשטער אויב איינער וועט דאס הערן, קען מען אוועק נעמען אלע קינדער פון שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#48 - גיי התבודדות אינדערפרי, וועט דער טאג אין חדר זיין גאר אנדערש
חינוך הילדים, מלמדים, שטעטל, חדר, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בקרית ברסלב היכל הקודש ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט גיין התבודדות אינדערפרי, איידער דו גייסט אין חדר - וועט דער טאג זיין גאר אנדערש, און אז דו וועסט זיך גוט אויסרעדן דאס הארץ און זיך גוט אויסשמועסן - וועט דיר אלעס גיין גרינגער.


בנוגע די דירה וכו'; רעד צו האברך מרדכי אהרן נרו יאיר, איך האב אים געשטעלט ער זאל צושטעלן דירות פאר אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#47 - דאווען די דריי תפילות מיט מנין וועט זיך אלעס טוישן צום גוטן
שמחה, בחור, אמונה, יענער, דאווענען, זעלבס זיכערקייט, דירה, ארץ ישראל, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין וועט זיך אלעס ביי דיר טוישן צום גוטן. קוק נישט אויף קיינעם, טראכט: 'איך קום צום אייבערשטן, איך דארף נישט קיינעם', אזוי וועט דיר זיין גרינגער.


בנוגע וואס דו שרייבסט אז דו שפירסט זיך ווי אן אויסגעקלאפטער בחור דארט אין ארץ ישראל, דו ווילסט קומען קיין אמעריקע; קום נישט קיין אמעריקע, נישטא גארנישט אין אמעריקע, בלייב אין ארץ ישראל. דאס וואס דו שפירסט זיך ווי אן אויסגעקלאפטער, ווי אלע קוקן אויף דיר ווי א דורכפאל - דאס האט נישט מיט די פלאץ, דאס איז אין קאפ; אז דו וועסט דאווענען די דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב, און דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה - וועט דיר גאר ווייניג אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.