בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
יעצט קומט שבועות, מיר גייען מקבל זיין די תורה פונדאסניי; עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט זיך קובע זיין צו גיין צו שיעורי תורה, זאלסט האבן א קביעות צו גיין צו א שיעור אינדערפרי אדער פארנאכטס, לערנען א שיעור אין גמרא און א שיעור אין הלכה, וכדומה; הלואי זאלסטו גיין יעדע נאכט צום דיין'ס שיעור וואס ער לערנט פאר דעם בלאט גמרא, פרישע אברכים דארפן זיין נאנט מיטן דיין, עס איז נישט קיין פארגלייך דער וואס האט א שיעור אין לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג, מיט דער וואס האט נישט קיין שיעור, עס איז צוויי וועלטן; דער וואס איז זיך קובע צו גיין צו א שיעור וואו מען לערנט גמרא אדער הלכה - וועט ווערן מיט דער צייט א גרויסער ירא שמים, ער וועט קענען ביישטיין די שווערע נסיונות און ער וועט האלטן זיין שטוב ערליך. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ל:), דער אייבערשטער זאגט: "בָּנֵי, בָּרָאתִי יֵּצֶר הָרָע", איך האב באשאפן די שווערע נסיונות, "וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", און איך האב באשאפן די תורה וואס געבט כח צו קענען מנצח זיין דעם יצר הרע; אז מען לערנט תורה האט מען די כח זיך צו קענען קריגן מיטן יצר הרע און אים באזיגן.
אז דו ביסט פאריאגט, דו קומסט נישט אן זיך צו קענען מסדר זיין און קובע זיין א צייט צו גיין צו א שיעור, זאלסטו ארויסכאפן צייט - ווען אימער דו קענסט נאר - צו לערנען תורה. ווייל דער רבי האט אמאל געפרעגט א איד אויב ער לערנט יעדן טאג תורה, דער איד האט געזאגט פארן רבי'ן אז ער האט נישט קיין צייט צו לערנען, ער איז פאריאגט, ער מוטשעט זיך זייער צו ברענגען פרנסה, האט אים דער רבי געזאגט: "אפילו דו ארבעטסט א גאנצן טאג און דו קענסט זיך נישט קובע זיין א באשטימטע צייט צו לערנען - דאך זאלסטו זען ארויס צו כאפן יעדן טאג אביסל צייט צו לערנען תורה"; דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס די הייליגע חכמים זאגן (שבת לא.), ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה", צי ער האט אראפ גע'גנב'עט צייט צו לערנען תורה יעדן טאג טראץ זיינע שוועריקייטן און איבערגייאכץ, 'קֶבַע' איז א לשון פון 'גְּזֵלָה', אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ", מען פרעגט דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה", האסט ארויס געכאפט אינעם פארנומענעם טאג אפאר מינוט צו לערנען תורה? (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפד).
איך האב דיך ליב און איך וויל דיין הצלחה.