בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - באשטימען יעדן טאג צוויי מינוט צו דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, ישועות

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין ווייב וכו'; זאלסט באשטימען יעדן טאג צוויי מינוט, נאר אויף דאנקען דעם אייבערשטן; דאס איז די בעסטע סגולה, דאס עפנט אויף אלע טויערן פאר ישועות און רפואות.


סיי דו און סיי דיין ווייב זאלן יעדן טאג האבן א באשטימטע צייט צו דאנקען דעם אייבערשטן, וועט אלעס אריבערגיין בנקל ובנחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.