בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
די שענסטע זאך וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אונז אידן איז 'צניעות'; אבער ליידער פונעם לאנגן גלות וואס מיר זענען אויסגעמישט צווישן די אומות העולם, איז ביי א טייל מענטשן געפאלן די חשיבות און די חן פון אידישע קינדער, און עס איז אריבער צו די גויים.
בעטס דעם אייבערשטן אז די חן און חשיבות זאל צוריק קומען צו אונז אידן, מיר זאלן ליב האבן צניעות, מיר זאלן ליב האבן איידלקייט; בעטס די קליינע תפילה יעדן טאג:
"הייליגער באשעפער איך וויל ליב האבן איידלקייט, איך וויל ליב האבן די אידישע חֵן, איך וויל זיך פארעקלען פון פריצות און שחצנות. הייליגער באשעפער מאך מיך ריין, מאך מיך איידל, איך וויל זיין א צדקת, איך וויל קינדער צדיקים, קינדער וואס ווילן דיך דינען, קינדער וואס וועלן דיך דינען, הייליגע קינדער, ריינע קינדער" וכו' וכו'.