בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בוי צוריק דיין שטוב
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין וויייטאגליכע בריוו.


וואס זאל איך זאגן, עס איז זייער ווייטאגליך דאס אז דיין ווייב וויל נישט לעבן מיט דיר; שוין איבער א יאר וואס ענק לעבן נישט אינאיינעם. איך האב געליינט דיין בריוו, אלעס וואס איז אריבער אויף דיר, דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט נישט רעדן מיט דיין ווייב אויף די אופן וואס דו האסט גערעדט מיט איר אלע יארן ביז אהער, אז זי איז דיין היטער, זי היט דיך פון עבירות; דאס איז נישט די וועג ווי אזוי א מאן רעדט צו די ווייב. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אז רבי חייא האט געזאגט פאר רב (יבמות סג): "דַּיֵּינוּ שֶׁמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיין ווייב איז מיין היטער, זי היט מיך פון עבירות; דאס האט ער געזאגט פאר זיין תלמיד, זיין שוועסטער-קינד - רב, אבער דאס זאגט מען נישט פאר די ווייב; דאס איז א לימוד וואס מען לערנט דעם מענטש, אז אפילו די ווייב שרייט, אפילו די ווייב איז מזלזל - זאל מען געדענקען אז מען קען זיין אפגעהיטן נאר אז מען איז חתונה געהאט, אבער נישט דאס צו זאגן טאג און נאכט פאר די ווייב, דאס קען גורם זיין אז מען זאל פארלירן די שלום בית, ווען דיין ווייב הייבט אן שפירן אז דו ביסט נאר פארנומען מיט זיך אליינס, און דו דארפסט איר נאר פאר דיר, נאר אז דו זאלסט זיין אפגעהיטן וכו' וכו'.


איך בעט דיר זייער, בוי צוריק דיין שטוב, באשולדיג נישט דיין ווייב, זיי איר דן לכף זכות, און אויך זאלסטו זיך אליינס דן זיין לכף זכות. אז דו שפירסט ווי דו קענסט נישט מער אנגיין, זאלסטו גיין אין פעלד שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל תשובה טון, איך וויל פאררעכטן אלעס וואס איך האב פוגם געווען, איך וויל צוריק מיין זיווג"; ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פז), דורך פגם הברית פארלירט מען די ווייב, און אזוי אויך דורכן פאררעכטן, דורך תשובה טון - באקומט מען צוריק די ווייב. אזוי שטייט אויך אין תיקונים (תיקון יד, דף ל:): "וְעִם כָּל דָּא אִם חָזַר בִּתְיוּבְתָּא, עֲלֵיהּ אִתְּמַר (ישעיה ו, י) 'וָשָׁב וְרָפָא לוֹ', וְיָהִיב לֵיהּ בַּת זוּגֵיהּ, דְּאִתְּמַר בָּהּ (משלי ג, ח) 'רִפְאוּת תְּהִי לְשָׁרֶךָ'", אויב מען טוט תשובה באקומט מען צוריק די זיווג, די שלום בית ווערט צוריק גוט.


דו רעד נישט צו דיין ווייב פון דעם מער, מיט איר רעד פון די קינדער, און אינטערעסיר זיך ווי אזוי זי שפירט זיך און ווי אזוי איר טאג איז אריבער, בעט איר נישט וכו', דו רעד נאר צום אייבערשטן פון דעם, אויך וועל איך דיך מחזק זיין, ווייל עס איז א שאד אז דיין שטוב זאל חרוב גיין, דיינע קינדער זאלן ווערן פארוואגלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.