בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך הער אזעלכע שיינע גרוסן אויף דיר, דו זיצט פארטאגס אין שול און דו לערנסט מיט התמדה; דאס איז מיר אזא תענוג ונחת רוח, איך בין אזוי צופרידן פון דעם, הלוואי זאלן אלע קומען פארטאגס לערנען.
בזכות לערנען אין שול פארטאגס – זאלסטו זוכה זיין צו בנים ובני בנים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סה): "הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת, שֶׁאוֹמְרִין קֹדֶם אוֹר הַיּוֹם", ווער עס זינגט און לויבט דעם אייבערשטן פארטאגס איידער עס ווערט ליכטיג - "הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים", איז דאס א סגולה פאר קינדער, אויך פאר שלום בית, עיין שם.
שרייב מיר פון דיין עבודת השם – וועסטו מיך מחי' זיין, שרייב מיר אויך אויב דו גייסט יעדן טאג התבודדות און ווי לאנג, ווייל איך ווארט אזוי שטארק צו זען ביי די תלמידי הישיבה אז מען פאלגט דעם רבי'ן.