בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש בית שמש ה' עליהם יחיו
איינער שרייבט מיר די ווערטער: "אויב איז מעגליך דער ראש ישיבה זאל שרייבן וועגן דרך ארץ, מען זאל נישט רעדן אינמיטן זינגען און דערציילן, אדער ווען איינער ליינט אויף עצתו אמונה".
אויב וועל איך אייך שרייבן האב איך א פראבלעם, ווייל אלע חבורות ווארטן אויף בריוו פונעם ראש ישיבה, יעצט וועלן אלע זען אז איך שרייב פאר אייער חוברה א בריוו, זיי וועלן ליינען דעם בריוו, וועלן זיי טראכטן אז דאס איז א גוטע עצה צו באקומען א בריוו, אויב מיר וועלן אויך שמועסן און זיך נישט פירן מיט דרך ארץ, וועט אונז דער ראש ישיבה אויך שרייבן; דאך וועל איך אייך שרייבן.
איר ווייסט זיכער, איר האט שוין זיכער געהערט אן א שיעור מאל ביי די שיעורים און איר האט זיכער שוין געזען אין די בריוו אז ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד היסודות, דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.
עס איז נישט קיין דרך ארץ צו רעדן און שמועסן ווען מען לערנט פאר דברי תורה ביים שבת טיש, ביי שלש סעודות און סתם אזוי; מען דארף זיצן מיט דרך ארץ. די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין לט.): "כל בי עשרה, שכינתא שריא", ווען עס קומען זיך צאם צען מענטשן איז דארט דא השראת השכינה; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אויף דעם, מען האט נישט געקענט רעדן אדער שמועסן ביים פארלערנען, ביי אונז איז מען זייער מקפיד אויף דעם. איך זאג די בחורים און אינגעלייט: "קיינער הייסט דיר נישט קומען דא, אז די דיבורים איז דיר נישט אינטערעסאנט קענסטו שלאפן אדער ארויסגיין אינדרויסן שמועסן, אין שול מוז זיין דרך ארץ".
איך האף איר וועט אכטונג געבן אויף דרך ארץ, מען זאל רעדן שיין איינער צום צווייטן, מען זאל קוקן גוט איינער אויפ'ן צווייטן - וועט איר זייער מצליח זיין.