בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - נעמען א פלאץ פאר א שול אפילו ס'איז נאכנישט דא קיין מנין
הפצה, בית המדרש, היכל הקודש, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז כדאי צו נעמען א פלאץ פאר א שול אפילו עס איז נאכנישט דא קיין מנין פאר אלע דריי תפילות.


ביי אונז אין וויליאמסבורג, ווען מיר האבן אנגעהויבן די מנין היכל הקודש - האבן מיר אויך נישט געהאט קיין מנין פאר אלע דריי תפילות. מיר האבן אנגעהויבן מיט שלש סעודות און מיט די צייט איז דאס אזוי שיין צואוואקסן, אזויפיל מענטשן זענען מקורב געווארן, און מיט די צייט איז געווארן א ישיבה, א תלמוד תורה, א בית פיגא וכו' וכו'.


אזוי אויך אין קרית יואל. ביים אנהויב האבן זיי זיך זייער געפלאגט מיט מנין, ביז עס איז שוין היינט דא אין קרית יואל דריי בתי מדרשים פון היכל הקודש. אזוי הויבט מען אן א שול, מען שפרינגט אריין, און מיט די צייט וועט ארויסגיין א שם אין לאנדאן אז עס איז דא א ווינקעלע וואס מען איז מחזק, וועלן אלע קומען.


מיר האבן יעצט געעפנט א שול היכל הקודש אין טברי'; צוביסלעך ווערט נתרבה די חבורה, הונגעריגע מענטשן קומען שטילערהייט אריין נעמען חיזוק, הערן אפאר ווערטער פון רבי'ן צו האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן.


נעם ארויס די פלאץ, הויב אן מיט שלש סעודות, צוביסליך וועסטו זען אז עס וועט זיין א שיינע קיבוץ ברסלב'ער חסידים.


געב נאר אכטונג עס זאל נישט זיין ביי ענק קיין ליצנות און נישט קיין ברוינפן.


רעד ביי שלש סעודות פשוט'ע דיבורים; לערן פאר בריוו פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אדער פון ספר עצתו אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - מיטנעמען די לימודים פון ישיבה, אויף נאך די חתונה אין ארץ ישראל
תפילה והתבודדות, תיקוני זוהר, שלום בית, בית המדרש, לימוד התורה, ישיבה, חתונה, חבורות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חתן ה"ה ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו לערנסט פלייסיג, דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט לימוד התורה, באזונדער האב איך הנאה אז דו לערנסט יעדן טאג תיקוני זוהר.


היינט איז די יארצייט פונעם הייליגן אריז"ל זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש ברענגט בשם האריז"ל, ער האט געגעבן א תיקון פאר א בעל תשובה צו לערנען יעדן טאג פינף דפים ספר תיקוני זוהר, עס איז א מורא'דיגע תיקון פאר'ן מענטש צו לערנען ספר תיקונים (עיין אשר בנחל חלק צד, מכתב כא רכג; ועוד).


איך בעט דיר זייער טייערער חתן, יעצט ווען דו גרייטסט זיך אויף דיין חתונה, דו פארסט קיין ארץ ישראל, זאלסטו מיטנעמען אין ארץ ישראל אלע שיינע לימודים וואס דו האסט דא געלערנט אין ישיבה. דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) צו לערנען שיעורים בכל התורה כולה, און סיי עבודת התפילה, "התבודדות"; געוואוין זיך צו צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. אויך זאלסטו שטענדיג רעדן אין שטוב מיט דיין ווייב און מיט יעדן שיין און ווייך - וועסטו מאכן רוען די שכינה הקדושה ביי דיר אין שטוב.


איך האף דו וועסט צוגעבן צו די חבורה אין בית שמש, דו וועסט אריינברענגען א חיות אין זיי; ווי נישט ווי האסטו אסאך קונה געווען דא, בפרט די שבתים, ובפרטי פרטיות סעודת שבת, און בעיקר שבת פארטאגס ווען מיר האבן געלערנט בחברותא דעם הייליגן זוהר מידי שבוע בשבוע.


איך האף דו וועסט צוהעלפן בויען היכל הקודש און מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


איך וואונטש דיר זאלסט אויפבויען א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, עס זאל אייביג זיין שלום צווישן ענק.


 

#11 - דער בעל תפילה איז אזוי ווי א דרייווער
חינוך הילדים, שבת קודש, שלום, דאווענען, חבורות, שלש סעודות, בעל תפלה, אחדות, קידוש לבנה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד חבורת היכל הקודש בית שמש, ה' עליהם יחיו


איך באקום גוטע גריסן פון ענקער חבורה, פון די אחדות צווישן ענק, פון די שמחה וואס הערשט ווען איר קומט זיך צוזאמען.


איך וויל בעטן די גבאים זאלן אכטונג געבן עס זאל זיין בעלי תפילות וואס דאווענען געשמאק; מען קען נישט צושיקן אבי ווער זאל אפכיפערן דאס דאווענען. דער בעל תפילה דארף דאווענען געשמאק, איינגענעם, מיט א זיסקייט; דער בעל תפילה איז אזוי ווי א דרייווער, אז דער דרייווער פארט ווילד - ווערן אלע אויפגעשאקלט, מען ווערט נאושעס; אזוי אויך א בעל תפילה קען נישט אפכאפן דאס דאווענען, מען דארף דאווענען געשמאק, נישט אויסציען און נישט כיפערן.


עס איז בעסער איר זאלט צושיקן אינגעלייט פאר בעלי תפילות, נישט קיין בחורים; אויב איז נישטא קיין פאסיגע בעלי תפילות קען מען צושיקן א בחור.


מיר זענען זייער מקפיד אויף זמן רבינו תם, חס וחלילה צו טון מוצאי שבת א מלאכה פאר'ן זמן רבינו תם; אבער דאווענען מעריב קען מען שוין אביסל פאר'ן זמן. אזוי פלעגט זיין ביי מוהרא"ש, ער האט שוין געדאווענט אביסל פריער, און הבדלה איז געווען גלייך ביים זמן רבינו תם.


מען דארף נישט ווארטן אויף ז' ימים צו מקדש זיין די לבנה; מוהרא"ש פלעגט נישט ווארטן אויף זיבן טעג, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו.


בנוגע ווער עס זאל פארלערנען ביי שלש סעודות; מען קען מאכן יעדע וואך זאל א צווייטער פארלערנען. אזוי האבן מיר אנגעהויבן דעם בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, יעדע וואך האט א צווייטער פארגעלערנט. מען איז געזיצן אין א רינג ארום דעם טיש, יעדער האט געהאט זיין מקום קבוע, און יעדע וואך האט א צווייטער פארגעלערנט, עס האט געהאט אלע טעמים. מען האט געלערנט שיחות הר"ן; דער ערשטער האט אנגעהויבן שיחה א', דער צווייטער שיחה ב', אזוי האבן מיר געלערנט ביז מיר האבן מסיים געווען שיחות הר"ן. דערנאך זענען מיר געגאנגען צו חיי מוהר"ן, ביז שפעטער האט מוהרא"ש ממנה געווען איינעם צו רעדן, און נאכדעם האט מיר מוהרא"ש געזאגט איך זאל רעדן.


אויך איז כדאי איינער זאל זיך אפגעבן מיט די קינדער, זיי זאלן דאווענען און זינגען זמירות.


איין זאך קען איך אייך זאגן: "אויב איר וועט זיך ליב האבן - וועט איר זייער מצליח זיין".


א גוט שבת.

#10 - ס'פעלט נישט אויס טשאלנט, די ווערטער פון רבי'ן וועט שוין ציען מענטשן
היכל הקודש, סיפורי צדיקים, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט אז דו מאכסט א חבורה אין בית שמש, דו נעמסט צוזאמען אנשי שלומינו יעדע ליל שישי, מען איז זיך מחזק מיט'ן הייליגן רבינ'ס ווערטער.


עס פעלט אבער נישט אויס אויסצוגעבן אזויפיל געלט פאר עסן, טשאלנט וכדומה; די דיבורים - דאס וועט שוין ציען מענטשן. טשאלנט איז דא גענוג פלעצער וואו צו עסן, אבער די דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש, די ווערטער פון רבי'ן - דאס איז נישטא ערגעץ אנדערש, דאס אליינס וועט ציען מענטשן.


לייג אביסל טרינקען, קענסט אפילו געבן וואסער. אנשי שלומינו פלעגן זיך מחי' זיין מיט וואסער, מען האט דאס גערופן: "דעם תם'ס ביר".


מוהרא"ש האט דערציילט, אין אומאן ווען עס איז געווען אן ארעמקייט, מען האט נישט געהאט קיין געלט פאר טיי, מען האט געגעבן פשוט'ע הייסע וואסער - האבן זיך אנשי שלומינו מחי' געווען, מען איז געווען פרייליך; זיי האבן געזאגט: "עס איז דא גאלדענע טיי, אויך איז דא זילבערנע טיי...", פשוט'ע וואסער האבן זיי גערופן "די זילבערנע טיי".


העיקר שטארקט אייך איינער דעם צווייטן מיט די זיסע עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - "היכל הקודש" איז נישט מצומצם אין קיין שום פלאץ אין די וועלט
שלום בית, היכל הקודש, שבת התוועדות, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט; פארוואס זאלסטו נישט בלייבן דארט, און דארט זיך מחי' זיין מיט די זיסע עצות?


"היכל הקודש" איז נישט מצומצם אין קיין שום פלאץ אין די וועלט; נישט אין וויליאמסבורג און נישט אין שטעטל, "היכל הקודש" איז שכל, עצות און חיזוק.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, זי וויל בלייבן וואוינען מיט אירע עלטערן. מאך דארט א "היכל הקודש"; נעם צאם חברים, אינגעלייט און שטארק זיך מיט זיי. מאך א חבורה איינמאל א וואך, אויך זאלסטו אנהויבן מאכן א שול; הויב אן מיט שלש סעודות; מען דארף נישט מער ווי צוויי דריי אינגעלייט, און לערן א בריוו פון עצתו אמונה.


אז דו בענקסט זיך – דאס איז גוט, מען מעג זיך בענקען און מען דארף זיך בענקען. קענסט קומען מזמן לזמן, עס לוינט זיך זאלסט קומען שבת פרשת ויקרא; מיר מאכן א שבת התוועדות פאר אלע תלמידי היכל הקודש, א סיום אויף סדר מועד פון ש"ס, נעם א שטוב פאר דיין משפחה.


בלייב דארט וואוינען; עפן דארט א שול מיט מוסדות.


 

#8 - ווער עס טוט פאר אנדערע אידן, דער באקומט א ברכה אין זיין צייט
בחור, התחזקות, זיכוי הרבים, לימוד התורה, חסד, היטן די צייט, חבורות, תחנון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גרוסן פון די חבורה פון די בחורים אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


בנוגע אויב דו זאלסט לערנען מיט יונגערע בחורים בחברותא, מען בעט דיר מטעם הישיבה דו זאלסט דאס טון, נאר דו ביסט מסופק אויב דו זאלסט דאס אננעמען אדער נישט; וואס איז בכלל די פראגע? אודאי זאלסטו לערנען מיט יונגערע בחורים; דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה, דו האסט גוטע כשרונות, דו האסט שטאף, דו האסט א געפיל צו אנדערע - זאלסטו דאס זיכער טון.


זארג נישט וועגן דיינע שיעורים כסדרן, דו וועסט נאר באקומען דורך דעם א ברכה אין דיין צייט; ווער עס טוט פאר אנדערע אידן - דער באקומט א ברכה אין זיין צייט. פרוביר דאס אויס, איבערצייג זיך, זאג פאר די ישיבה אז דו ביסט גרייט צו לערנען מיט יונגערע, שוואכערע וכדומה.


בלאז אריין אין זיי א חיות; דער עיקר וואס פעלט ביי בחורים איז אמונה אין זיך אליינס. "לְהוֹדִיעַ לִבְנֵי הָאָדָם גְּבוּרֹתָיו" (תהלים קמה, יב), טייטשן צדיקים, מען דארף מודיע זיין פאר מענטשן זייערע כוחות וואס ליגט באהאלטן אין זיי; עס וועט דיר גארנישט שאטן, דו וועסט האבן גענוג צייט פאר דיינע אייגענע שיעורים.


ביי שחרית זאגט מען ביי נפילת אפים "לדוד אליך ה" (קאפיטל כה), ביי מנחה זאגט מען רחום וחנון.


געב א גרוס פאר אלע חברים, איך בענק זיך שוין זייער צו ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד היסודות
דרך ארץ, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש בית שמש ה' עליהם יחיו


איינער שרייבט מיר די ווערטער: "אויב איז מעגליך דער ראש ישיבה זאל שרייבן וועגן דרך ארץ, מען זאל נישט רעדן אינמיטן זינגען און דערציילן, אדער ווען איינער ליינט אויף עצתו אמונה".


אויב וועל איך אייך שרייבן האב איך א פראבלעם, ווייל אלע חבורות ווארטן אויף בריוו פונעם ראש ישיבה, יעצט וועלן אלע זען אז איך שרייב פאר אייער חוברה א בריוו, זיי וועלן ליינען דעם בריוו, וועלן זיי טראכטן אז דאס איז א גוטע עצה צו באקומען א בריוו, אויב מיר וועלן אויך שמועסן און זיך נישט פירן מיט דרך ארץ, וועט אונז דער ראש ישיבה אויך שרייבן; דאך וועל איך אייך שרייבן.


איר ווייסט זיכער, איר האט שוין זיכער געהערט אן א שיעור מאל ביי די שיעורים און איר האט זיכער שוין געזען אין די בריוו אז ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד היסודות, דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.


עס איז נישט קיין דרך ארץ צו רעדן און שמועסן ווען מען לערנט פאר דברי תורה ביים שבת טיש, ביי שלש סעודות און סתם אזוי; מען דארף זיצן מיט דרך ארץ. די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין לט.): "כל בי עשרה, שכינתא שריא",  ווען עס קומען זיך צאם צען מענטשן איז דארט דא השראת השכינה; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אויף דעם, מען האט נישט געקענט רעדן אדער שמועסן ביים פארלערנען, ביי אונז איז מען זייער מקפיד אויף דעם. איך זאג די בחורים און אינגעלייט: "קיינער הייסט דיר נישט קומען דא, אז די דיבורים איז דיר נישט אינטערעסאנט קענסטו שלאפן אדער ארויסגיין אינדרויסן שמועסן, אין שול מוז זיין דרך ארץ".


איך האף איר וועט אכטונג געבן אויף דרך ארץ, מען זאל רעדן שיין איינער צום צווייטן, מען זאל קוקן גוט איינער אויפ'ן צווייטן - וועט איר זייער מצליח זיין.

#6 - שלש סעודות איז א צייט פון תיקון המעשים, א צייט פון תשובה
חברים, שלום בית, שבת קודש, משפחה, סיפורי צדיקים, חבורות, שלש סעודות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז פונקט פארקערט; סעודה שלישית איז נישט קיין צייט צו זיצן מיט די משפחה, שלש סעודות איז א צייט פון תיקון המעשים, א צייט פון תשובה, רעווא דרעווין.


אז דיין ווייב וויל נישט דו זאלסט גיין צו שלש סעודות, זי זאגט אז דו גייסט שוין אינמיטן די וואך צו א חבורה זיך מחזק זיין, איינמאל א וואך איז גענוג צו גיין - זאלסטו מאכן פארקערט, זאלסט גיין צו שלש סעודות, און אינמיטן די וואך אז זי וויל, זאלסטו בלייבן אין שטוב.


מוהרא"ש דערציילט (אשר בנחל חלק מז, מכתב ח אלפים תקפח) די זאך פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו וואס האט מתקן געווען די מנהג ביי חסידים זאלן עסן די דריטע סעודה צוזאמען אין בית המדרש, אז אמאל האט דער הייליגער בעל שם טוב געזען א פשוט'ער איד דריידט זיך ארום ביי שלש סעודות, ער זוכט א מנין אידן; דער איד האט נישט געקענט דעם בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ער איז צוגעגאנגען צום בעל שם טוב און געזאגט: "ר' איד, איך דארף מנין, איר ווילט אפשר זיין א צענטער?" דער בעל שם טוב איז אים נאכגעגאנגען, ער קומט אריין ביים איד אין שטוב און ער זעט דער איד טיילט אויס פאר יעדן איינעם לחם משנה, מען וואשט זיך, מען עסט און מען הייבט אן זינגען ניגונים ביזן זמן מוצאי שבת, דערנאך האבן זיי געבענטשט ברכת המזון און געדאווענט מעריב, דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פרעגט דעם איד: "וואס איז דיר אזוי וויכטיג צו האבן מנין ביי שלש סעודות?" ענטפערט דער איד: "דו ווייסט דאך, עס איז א גרויסע זאך ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט עס זאל זיין מנין, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין לט.): 'כל בי עשרה', וואו עס זענען דא צען אידן, 'שכינתא שריא', איז דארט די שכינה הקדושה, דעריבער איז מען מקפיד פאר מנין, שבת באקומט דאך יעדער איינער א נשמה יתירה, וויל איך האבן מנין ווען די נשמה יתירה גייט ארויס"; דער הייליגער בעל שם טוב האט דאס געהערט, האט ער מתקן געווען ביי זיינע תלמידים מען זאל זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, און אזוי פירן זיך אלע צדיקים, צו זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, מען רעדט דברי תורה, מען דערציילט מעשיות פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - חבורת היכל הקודש אין מאנטשעסטער
דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנטשעסטער


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס, ענדליך נאך אזוי לאנג ווארטן האסטו אנגעהויבן טון צו דער זאך; האסט צאמגענומען אנשי שלומינו אין מאנטשעסטער ביי שלש סעודות, מען האט זיך מחזק געווען מיט די עצות פון רבי'ן, מי יתן דו זאלסט דאס טון מידי שבוע בשבוע; אנהייבן מיט שלש סעודות, נאכדעם אלע תפילות, און אויך אינמיטן די וואך.


איך האב הנאה צו הערן אז דו האסט פארגעלערנט א בריוו פון פרשת ויחי וואס מען האט געשריבן פאריאר פאר תלמידי היכל הקודש ירושלים. באמת זענען אלע בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות געשריבן פאר אלעמען, אלע קענען נוצן די חיזוק פון די בריוו, אפילו די בריוו איז אדרעסירט צו אן אנדערע חבורה וכו' - קען יעדער האבן גוטע חיזוק און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן.


עס איז א גוטע געדאנק פארצולערנען ביי שלש סעודות א בריוו פון עצתו אמונה אדער איש אמונות. זוך אויף א בריוו וואס רעדט פון די פרשה אדער פון די זמן אין וואס מען געפונט זיך, אדער פון די ענין וואס מען רעדט און דאס זאלסטו פארלערנען.


וויסן זאלסטו א גוטע עצה עס זאל נישט ווערן א מקום פון לצים, א פלאץ פון הפקרות - אז דו וועסט מזכיר זיין די נאמען פון מוהרא"ש; יעדע מאל מען רעדט אין שול - זאלסטו זאגן: "מוהרא"ש זאגט", "מוהרא"ש האט געהאלטן", "מוהרא"ש האט דערציילט", - וועלן זיי נישט קומען צו אייך.


בפרט אז דו וועסט זאגן בשם דער ראש ישיבה וכו' - וועט זיין גאר א שטארקער דרך ארץ, ווייל דער לץ וויל איין זאך: 'קיינער זאל מיר נישט זאגן וואס צו טון, איך ווייס בעסער פון יעדן איינעם'; ווען מוהרא"ש האט געלעבט האט מען געציטערט פון מוהרא"ש, די לצים האבן דאס נישט געקענט נעמען, היינט איז שוין אנדערש.


איך האף דו פארשטייסט וואס דו האסט צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - מען קען נישט אנצינדן ניגונים פון זינגערס וואס נישט יעדער הערט
שמחה, ניגונים, מדות טובות, חבורות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין יעצט אין ירושלים עיר הקודש, איך בין געקומען אויף א שבת זיין צוזאמען מיט אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש, זיך מחזק זיין אינאיינעם.


איך האב נישט די ווערטער דיר צו דערציילן פון די געשמאקע לופט וואס איז דא צווישן זיי, אזעלכע טייערע אינגעלייט, אזעלכע גוטע מענטשן; ממש א מחי' צו זיין דא.


זאג דיין ווייב, זי דארף פארשטיין אז מען דארף אכטונג געבן אויף יעדן איינעמ'ס געפילן; ווען די פרויען קומען זיך צאם איינמאל א וואך, מען טאנצט אינאיינעם - קען מען נישט אנצינדן ניגונים פון זינגערס וואס נישט יעדער הערט. עס זענען פארהאן משפחות וואס זענען זייער מקפיד נישט צו הערן און טאנצן מיט זינגערס וואס זינגען נישט חסידי'ש, דערפאר האב איך געבעטן איינע פון די פרויען זאל אנגרייטן ניגונים וואס אלע קענען הערן; עס איז שוין געווען משפחות וואס זענען נתרחק געווארן פון היכל הקודש נאר צוליב דעם.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; ביי דיר אין שטוב קענט איר טאנצן און זינגען אויף וואס עס מאכט ענק פרייליך.

#3 - אויב מען זאגט תיקון רחל אין א שנת השמיטה
חברים, שאלות, חבורות, שמיטה, זכר לחורבן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע אויב מען זאגט די יאר, אין א שנת השמיטה, ביי תיקון חצות - תיקון רחל, היות עס ווערט געברענגט (עיין ספר זמרת הארץ, סימן פד) אין א שנת השמיטה זאל מען נישט זאגן ביי תיקון חצות תיקון רחל, ווייל אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת שלח, דף קעא.) אז שמיטה איז א שנת שמחה אויבן אין הימל, איז די יאר א גרויסע שמחה און אזוי ווי שבת זאגט מען נישט קיין תיקון רחל זאגט מען די יאר אויך נישט.


מוהרא"ש זאגט אז ביי אנשי שלומינו זאגט מען אויך די יאר תיקון חצות אזוי ווי אלע יארן, ווייל מיר זענען נאך אין גלות, דער בית המקדש איז חרוב, דעריבער בעטן מיר ווייטער אויף צרות ישראל און אויף גלות השכינה; אפילו עס איז א צייט פון שמחה דארף מען ווייטער וויינען אויפ'ן חורבן. מוהרא"ש ברענגט א ראי' פון די הלכה (שלחן ערוך אורח חיים סימן תקס, סעיף ב) אז מען טאר נישט לייגן אלע עסן ביי א שמחה, מען דארף בשעת א שמחה איבערלאזן אין טעלער א זכר לחורבן, אזוי אויך טאר א פרוי נישט אנטון אויף איינמאל אלע אירע צירונגען און אזוי אויך ביי א חתונה לייגט מען אויפ'ן חתן אביסל אש און מען צעברעכט א טעלער; דאס אלעס מאכט מען אלס א זכר, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קלז, ה-ו): "אִם אֶשְׁכָּחֵךְ יְרוּשָׁלָיִם וגו', אִם לֹא אַעֲלֶה אֶת יְרוּשָׁלִַיִם עַל רֹאשׁ שִׂמְחָתִי"; אזוי אויך אין א שמיטה יאר זאגן מיר ווייטער תיקון חצות אזוי ווי אלע יארן.


אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט טון ליל שישי, וואו צו גיין, אדער צו די חבורה פון אנשי שלומינו אדער צו די חבורה פון דיינע חברים פון די קהילה וואו דו געהערסט; קוק וואו דו קענסט מער קונה זיין פאר דיר יראת שמים און חיזוק.


שטארק זיך מיט די הייליגע עצה פון תפילה והתבודדות; תפילה והתבודדות ברענגט דעם מענטש צו די העכסטע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#2 - גיי נישט צו קיין מסיבות נאר אז דו ווייסט אז אלע האבן יראת שמים
מסיבות, חבורות, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי נישט צו קיין מסיבות נאר אז דו ווייסט אז אלע האבן יראת שמים.


יעצט איז געווען דא אין אמעריקע א שרעקליכע חילול השם. זומער איז א צייט וואס מענטשן זוכן צו גיין זיך אויסלופטערן, מען גייט צו קומזיצן, פארטי'ס וכדומה, א טייל גייען אויף א שיף אויפ'ן וואסער. יעצט איז געווען א שרעקליכע מעשה, הונדערטער אידן האבן זיך צאמגענומען צו פארן אויף א שיף, מען האט גערופן זינגערס און שפילערס, מען האט געזאגט אז דאס גייט זיין פאר חסידי'שע אידן. אלעס פיין און וואויל, אינמיטן קומט ארויף אויפ'ן בימה א לץ, א מניוול, איינער וואס היט נישט קיין תורה און מצוות, יענער האט אנגעהויבן רעדט מניוולות און ליצנות אויף די תורה און אויפ'ן אייבערשטן, הונדערטער אידן זענען געבליבן הערן די דברי נעצה וכפירה, א טייל זענען ארויסגעלאפן פון זאל; דער חילול השם איז געווען איום ונורא.


גיי נישט צו די מסיבות און פארטי"ס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות מג:): "וְאַל יֵסֵב בַּחֲבוּרָה שֶׁל עַמֵּי הָאָרֶץ", מען זאל נישט זיצן ביי א מאלצייט מיט עמי הארצים, "דִילְמָא אָתֵי לְאַמְשׁוּכֵי בַתְרַיְיהוּ", ווייל מען וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; גיי נאר וואו עס איז דא ערליכע אידן, וואו דו וועסט קענען באקומען יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - מען מוז זיצן מיט דרך ארץ כדי צו קענען מקבל זיין
חברים, זיכוי הרבים, דרך ארץ, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה פון די בילדער וואס דו שיקסט מיר פון ענקער חבורה; עס איז א גרויסע זכות וואס דו טוסט, אז דו נעמסט צאם אינגעלייט און בחורים זיך מחזק זיין מיט די עצות און חיזוק פון רבי'ן.


קענסט געבן עסן און טרינקען.


ווען דו שפילסט אויף א שיעור זאל עס זיין מיט דרך ארץ; מען זאל זיצן שטיל, נאר אזוי וועט איר קענען מקבל זיין; אויב מען שמועסט בשעת'ן שיעור איז א שאד די צייט, מען מוז זיצן מיט דרך ארץ כדי צו קענען מקבל זיין.


אויך זאלט איר רעדן צווישן זיך; יעדע וואך זאל א צווייטער דערציילן זיין סיפור התקרבות, יעדער איינער פון אנשי שלומינו האט שיינע סיפורים צו דערציילן, געבט נאר אכטונג מען זאל נישט רעדן פון געלט און פון אנדערע נארישקייטן.


שיק מיר בילדער פון די חבורה פון יעדע וואך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.