בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#196 - די שיינקייט און איידלקייט וואס דער רבי לערנט אונז
הפצה, דרך ארץ, בית פיגא, מידות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט צופרידן פון אייערע לערערינס, און איר האט הנאה צו קומען יעדן טאג פון טברי' ביז בני ברק; אפילו עס נעמט א לאנגע צייט יעדע וועג - דאך לוינט עס אייך, ווייל מען לערנט די זיסע געשמאקע עצות פון הייליגן רבי'ן, און עס איז א גוטע לופט, פרייליך און געשמאק.


זייער שיין צו הערן אז איר שטעלט זיך אויף און איר געבט איבער אייער זיץ פאר עלטערע פרויען, עס איז גאר א שיינע מדה און א מצוה, און אויך אז איר זעט אן עלטערער איד האט נישט וואו צו זיצן איז א מצוה אוועק צו געבן די זיץ, מען איז מקיים א מצוה מדאורייתא, "מִפְּנֵי שֵׂיבָה תָּקוּם" (ויקרא יט, לב).


פירט זיך אויף שיין מיט דרך ארץ אויף די וועגן, און דאס וועט זיין די גרעסטע הפצה; ווען מיידלעך און ווייבלעך וועלן זען ווי שיין און איידל איר פירט זיך, און זיי וועלן אייך פרעגן וואו איר לערנט, און אז איר וועט זיי זאגן אז איר לערנט אין ברסלב, אין בית פיגא - וועלן אלע זען די שיינקייט און איידלקייט וואס דער רבי לערנט אונז, און אלע וועלן זוכן דעם רבינ'ס עצות און אנהייבן גיין אין די וועגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#195 - ביים רבי'ן איז געווען גאר א שטארקע דרך ארץ
דרך ארץ, מוהרא"ש, בית פיגא, מידות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך אז איר זענט שוין מער דרך ארץ'דיג, איך האף אז עס איז טאקע אזוי, ווייל עס טוט מיר וויי צו הערן פון לערערינס ווען תלמידות בית פיגא פירן זיך נישט אויף דרך ארץ'דיג, מען רעדט ווען א לערערין רעדט, און מען גייט ארויס פון כיתה אן רשות; דאס טוט מיר וויי, ווייל וויסן זאלט איר, מיר לערנען ביים רבינ'ס שולע, און ביים רבי'ן איז געווען א גאר שטארקע דרך ארץ, מער ווי אין אנדערע פלעצער, ביים רבי'ן האט קיינער נישט געשטופט א צווייטן, עס איז נישט געווען קיין כאפן שיריים, יעדער איז אריבער איידל און גענומען מיט דרך ארץ, מען איז געזיצן מיט א גאר שטארקע דרך ארץ, עד כדי כך אז דער רבי האט זיך אויסגעדריקט: "וואלט דער רוסישער קיסר און דער פוילישער קיסר געוואוסט מיט וואס פאר א דרך ארץ מען פירט זיך ביי מיר - וואלטן אויך זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר", ווייל עס איז געווען גאר א שטארקע דרך ארץ.


איך האף צום אייבערשטן אז עס איז אזוי ווי איר שרייבט אין די בריוו, אז איר זענט שוין זייער דרך ארץ'דיג, און איך בעט אז איר זאלט ווייזן דעם בריוו פאר אייער גאנצע כיתה, אז אלע זאלן וויסן אז ווען מען זיצט שטיל אין כיתה און מען גייט נישט ארויס און אריין אן רשות - מאכט מען מיר א נחת רוח, און מוהרא"ש האט אויך א נחת רוח, ער קוקט אראפ פון הימל און זעט ווי שיין זיין מוסד פירט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#194 - ווי אזוי פירט מען זיך שבת ביי די עלטערן?
כיבוד אב ואם, דרך ארץ, שווער און שוויגער, שבת, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


יעצט ווען ענק האבן חתונה געהאט דארפן ענק געדענקען פון ענקערע עלטערן, מען דארף יעדן טאג רופן די עלטערן און מען דארף גיין אויף שבתים צו די עלטערן, עס מאכט נישט אויס אויב עס איז יא באקוועם אדער נישט, מען דארף טון וואס איז ריכטיג, בפרט דיין טאטע מאמע וואס זענען שוין עלטער, דו ביסט דער יונגסטער ביי זיי, דארפסטו גיין אויף שבתים עסן ביי זיי, און אויך צו דיין שווער און שוויגער דארף מען גיין.


אויך זאלסטו זיצן מיט א פארמאכטע מויל ביי דיינע עלטערן, און ביי דיין ווייב'ס עלטערן. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, ז), דאס איז דער סימן פון א חכם, ער רעדט נישט ווען עלטערע און קלוגערע זענען נעבן אים; נאר אז מען פרעגט דיר און מען בעט דיר דו זאלסט עפעס זאגן אדער דערציילן – זאלסטו רעדן און דערציילן, אבער סתם אזוי זאלסטו זיצן מיט דרך ארץ, מיט א פארמאכטע מויל, מיש זיך נישט אין די חינוך, זיי נישט מחנך דיינע געשוויסטער אדער דיין ווייב'ס געשוויסטער, און טייל נישט איין ווען מען זאל בענטשן און וואס מען זאל געבן צו עסן, און אז דו האסט א געוויסע חלה וואס דו גלייכסט – קענסטו דאס עסן אין שטוב, עס איז נישט שיין צו ברענגען צום שווער עסן ווען עס איז אומגעבעטן וכו'.


איך וויל רעדן מיט דיר פנים בפנים, דיר אויסלערנען הלכות דרך ארץ, א-ב פון איידלקייט ווען מען גייט צו עלטערן.

#193 - הערט זיך צו צו וואס אייערע לערערינס לערנען אייך
לערערין, דרך ארץ, בית פיגא, עלטערן, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך בין זייער צופרידן צו הערן זייער גוטע גריסן אויף אייך, ווי איידל איר פירט זיך, און ווי איר העלפט אלעס וואס מען דארף אין 'בית פיגא', און פון אייער דרך ארץ, און איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט זיך ווייטער פירן אזוי איידל און דרך ארץ'דיג, און בקרוב וועט איר זוכה זיין צו טרעפן אייער באשערטע שידוך, און קענען אויפשטעלן אן ערליכע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


הערט זיך צו צו וואס אייערע לערערינס לערנען אייך, ספעציעל זאלט איר זיך צוהערן צו די לערערין מרת ... תחי', זי האט זייער אסאך שיינע זאכן אייך צו לערנען, עס קען זיין אז יעצט איז עס נאכנישט אזוי נוגע, אבער באלד האט איר חתונה און עס הייבט זיך אן די לעבן, און דעמאלט דארף מען האבן אסאך חכמה און אסאך שכל ווי אזוי צו האלטן א שיינע, פרייליכע, ערליכע שטוב, און דעמאלט האט מען שוין נישט די שיעורים פון שולע, דעמאלט קען מען ניצן די שיעורים וואס מען האט אויסגעהערט אלס קינד, דעמאלט קומט צוניץ די שיעורים.


איר האט זייער טייערע עלטערן, סיי אייער טאטע און סיי אייער מאמע זענען גאר ספעציעלע גוטע מענטשן וואס זייער לעבן האבן זיי אוועק געגעבן פארן אויפבויען קהלת היכל הקודש, זעלטן צו טרעפן א משפחה וואס סיי דער מאן און סיי די ווייב זאלן נישט טראכטן פון זיך, און נאר טראכטן פון אויפבויען אידישקייט.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט גיין אין זייערע וועגן, איר וועט אויך טון פארן הייליגן רבינ'ס מוסדות און קהילה.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס, און זאגט יעדן טאג די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].

#192 - שיינע גרוס פון די קינדער און אייניקלעך
צניעות, דרך ארץ, מוהרא"ש, נחת, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב פאר אייך א שיינע גרוס פון אייערע קינדער און אייניקלעך, איך בין געווען זומער און גאנץ חודש תשרי אין קרית ברסלב ליבערטי, איך האב געזען אלע אייערע קינדער, זין און איידעמער, ווי שיין זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און יראת שמים, איך האב דאס זייער באוואונדערט, צו זען אזעלכע טייערע וואוילע חסידי'שע אינגעלייט, אויך די שטוב פירן זיי בצניעות, בקדושה ובטהרה, אלע שנירן און טעכטער פירן זיך ערליך, אלע שערן זיך די האר, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אלע גייען אנגעטון איידל.


בלייבט איבער נאר צו ווינטשן, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער זען ערליכע אידישע נחת ביי זיי, און אויך ביי די אנדערע קינדער וואס זענען נאכנישט מקורב, אלע זאלן אויפשטעלן ערליכע הייליגע דורות פארן אייבערשטן, אמן.

#191 - גיי הפצה, מיט ריינקייט און דרך ארץ
הפצה, דרך ארץ, ריינקייט, סדר היום, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך פונדאסניי ווייטער עוסק צו זיין אין די הייליגע זאך פון 'הפצה', זוך נישט קיין אנדערע געשעפטן, נעם 'הפצה' פאר דיין זאך, ווייל דאס גאנצע לעבן איז אינגאנצן אפאר יאר, און אלע מוטשען זיך, איז א שאד דאס ביסל לעבן זאל אריבערגיין מיט זאכן וואס מען וועט נישט קענען מיט נעמען; אבער אנדערש איז 'הפצה', אז מען איז מזכה אפילו נאר איין איד זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און אז איין בחור זאל זיך היטן פון שלעכטס און זיין ראוי חתונה צו האבן און איבערלאזן דורות – איז שוין אלעס כדאי.


זיי מסדר דיין טאג; אינדערפרי זאלסטו גיין אין שול'ן, און פארמיטאג זאלסטו גיין לערנען אין א שול דיינע שיעורים כסדרן; מקרא, משנה, גמרא, הלכה, אגדה וספרי רבינו, און פון נאכמיטאג דריי אזייגער – גיין ביי די הייזער מזכה זיין אלעמען מיט ספרים, קונטרסים, גליונות, מעשה'לעך, סידיס, יו עס בי'ס פון דרשות און פון ניגונים, אויך די פלעי'ס פאר פרויען און מיידלעך; אזוי וועט דיין לעבן אריבערגיין מיט זאכן וואס וועט בלייבן מיט דיר אויף יענע וועלט.


אויך זאלסטו געדענקען פון דיין ווייב, מאך צייט צו שמועסן מיט איר, הער איר אויס און געב איר גוטע ווערטער.


ווען דו גייסט הפצה זאלסטו גיין מיט זויבערע קליידער, א זויבערע הוט, מיט ריינע שיך און מיט גרויס דרך ארץ.

#190 - זיך פירן צום מאן מיט כבוד און דרך ארץ
שלאפן, שלום בית, דרך ארץ, כלה, כבוד

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


דער אינגערמאן ... איז געקומען מיר זאגן אז זייט די שבע ברכות שלאפט ער אין קיך אויף דער ערד ווייל ער שנארכעצט, און זיין ווייב קען נישט שלאפן וכו'.


מיר טוט די מעשה זייער וויי, ווי מעג א פרוי זאגן פאר איר מאן גיי ארויס פון שלאף שטוב, דו שטערסט מיך פון שלאפן? אפשר פארקערט, אז זי קען נישט שלאפן זאל זי גיין שלאפן אין קיך?


איך וויל אייך בעטן, איר האט געלערנט מיט די כלה, איר אנגעגרייט צו די חתונה, זאלט איר דאס איר אויך לערנען, אז מען פירט זיך נישט אויף אזוי; ביי די גוים איז אזוי, דער מאן ווערט גע'קנס'עט צו שלאפן אין קיך אויף דער ערד, ביי אידן איז נישטא אזא זאך, ביי אידן איז סיי דער מאן און סיי די פרוי זייער חשוב, און אז זי קען נישט שלאפן זאל זי בעטן דעם אייבערשטן ער זאל שלאפן גוט און אז זי זאל נישט נערוועז ווערן, און ביז דעמאלט קען זי זיך לייגן שטאפערס אין אויער, אדער זאל זי ארויס גיין פון שטוב.


זייט מחזק די כלות זיי זאלן אריינברענגען די שכינה אין שטוב דורך זיך פירן צום מאן מיט כבוד און דרך ארץ, רעדן שיין און שעצן, ווייל אין א שטוב וואו מען פירט זיך מיט דרך ארץ און מיט כבוד - דארט איז דער אייבערשטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#189 - א סקול מיט נשמה און הארץ
סקול, הכרת הטוב, דרך ארץ, בית פיגא, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי', סעקריטערי בית פיגא קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער אז איר זענט געקומען ארבעטן אין אונזער סקול בית פיגא, איר זענט געווארן די סעקריטערי אין סקול; שוין אלע יארן וואס איר העלפט די קהלה מיט די חתונה מאכן אין ישיבה און מיט די קימפעטארין היים און מיט די פרויען פאראיין וכו', און יעצט האט איר גענומען נאך ארבעט אויף זיך, צו העלפן בית פיגא סקול; וויסן זאלט איר אז די סקול איז מיר זייער חשוב און זייער צום הארץ, עס איז מיר די חשוב'סטע זאך אין די קהלה, און דעריבער אויב איינער טשעפעט די סקול - נעם איך דאס זייער פערזענליך, מער ווי אלע אנדערע זאכן אין די קהלה, און מידה טובה מרובה, ווער עס העלפט די סקול בית פיגא - בין איך זייער מכיר טובה.


איך בין זייער צופרידן אז איר האט אראפגענומען אלע טעכנישע זאכן פון די מנהלת, אז זי זאל האבן צייט צו רעדן צו די עלטערן און צו די טיטשערס, ווייל די לעצטע פאר יאר איז געפאלן אלע ארבעט אויף איר; איך פריי זיך זייער אז איר זענט אריינגעקומען אין סקול און איר האט איבערגענומען אלע טעכנישע זאכן אז די מנהלת תחי' זאל האבן צייט, קאפ און מח - פאר די תלמידות און פאר די עלטערן.


רעדט צו מרת ... תחי', אוועק צו שטעלן א לוח פאר די סקול פאר די גאנצע יאר, אז עלטערן זאלן וויסן ווען עס וועט זיין סקול און ווען נישט, ווייל מען דארף ערלעדיגן זאכן מיט די קינדער, אפוינטמענטס; אזוי ווייסט מען ווען דאס צו טון.


בנוגע וואס טיטשערס האבן געפרעגט, אויב מען זאל מאכן א תקנה אין בית פיגא אזוי ווי אין אנדערע סקולס, אז אויב א מיידל גייט נישט צייטליך אריין אין כיתה נאך הפסקה, אז דאס פאסירט טאג נאך טאג - קען זי נישט קומען אין סקול פאר כך וכך טעג וכו'; איך בין נישט קיין חסיד פון דעם, איך וויל מען זאל ארבעטן מיט יעדע קינד על פי דרכו, די סארט רול'ס נעמט אוועק די נשמה און הארץ פון די סקול צו די קינדער; אודאי טאר נישט זיין הפקירות, עס דארף זיין דרך ארץ, אלע קינדער זאלן זיין נאך ריסעס און נאך לאנטש אין קלאס צייטליך, אזוי מוז זיין; מען דארף דאס אוועק שטעלן מיט א פראגראם אז אלע וואס האלטן זמנים וועלן באלוינט ווערן וכו' וכו', נישט אויף אהיים שיקן.


בנוגע אז קינדער זאלן ארויסגיין פון סקול מאכן א גראסערי ארדער פאר די מאמע; עס איז נישט גוט מען זאל לאזן קינדער ארויסגיין פון סקול.


בנוגע געבן שליסלעך פאר אלע טיטשערס פונעם בנין, יעדער זאל קענען קומען ווען מען וויל; איך ווייס נישט אויב דאס איז ריכטיג, איך האב אויך נישט קיין שליסל, און ווען איך קום אין בית פיגא קלינג איך די בעל, אמאל ענטפערט מען גלייך און אמאל ווארט איך אפאר מינוט; איך מיין מען זאל עס אזוי לאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#188 - די שכינה רועט וואו מען גרויסט זיך נישט אויפ'ן צווייטן
שלום בית, גאווה, דרך ארץ, כבוד, ענווה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו, ו' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב גערעדט מיט אייער מאן אין אומאן, איך האב אים פארגעהאלטן היתכן וכו', האט ער אויסגעפלאצט אין א געוויין אז ער וויל זיין גוט און ער האט שוין מקבל געווען וכו', אבער ער קען נישט, ווייל איר ציילט נישט וכו' וכו'; ער האט זייער געוויינט, ער האט נישט גערעדט קיין איין ווארט שלעכט אויף אייך, איך האב אבער פארשטאנען אז ער ווערט זייער דערנידערט אין שטוב, עס קען זיין אז עס איז שלא בכוונה אבער דאס איז די פאקט.


דער אייבערשטער זאל העלפן די שכינה זאל רוען ביי ענק אין שטוב, די שכינה רוט דארט וואו עס איז דא הכנעה, דארט ווי מען גרויסט זיך נישט איינער אויפן צווייטן; אז דער מאן איז מכבד די ווייב, און די ווייב רעדט מיט הכנעה און מיט דרך ארץ צום מאן - דארט רוט דער אייבערשטער, עס ווערט ניסים, אפילו די טבע קען זיך טוישן; אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יומא כא.) אין בית המקדש איז געווען ניסים, די קודש הקדשים האט נישט געהאט קיין פלאץ צו האלטן די ארון, און דאך איז די ארון דארט געליגן; דאס איז ביי יעדע אידישע שטוב וואו מען בייגט איין די קאפ פארן אייבערשטן, מען האט הכנעה – 'אני אשכון את דכא', רוט דארט דער אייבערשטער.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך בין נאך אפגעשוואכט פון די נסיעה פון אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#187 - זיך פירן אין שול מיט דרך ארץ
דרך ארץ, שלש סעודות, שטריימל, שול

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן: ברענג נישט אין שול קיין ניסלעך; פאפיטעס און די אנדערע ניסלעך; עס שטערט די שלש סעודות. ווייס ווען און ווי, יעדע זאך האט זיך זיין צייט, שלש סעודות איז א צייט פון תשובה און תיקון המעשים, מען זיצט אינאיינעם, מען זינגט זמירות און מען הערט אביסל חיזוק, נישט מען זיצט מיט ניסלעך און מען רעדט פון נייעס.


אויך דאס זיצן אן די שטריימל ביי שלש סעודות איז נישט וואס איך מעג לאזן. איך האב באקומען מוסר פון מוהרא"ש אז ביים דאווענען און ביי יעדע מאל מען זיצט ביי א סעודת מצוה, אז איך זאל פארלאנגען פון די בחורים און אינגעלייט זאלן זיצן אנגעטון וכו'.


פרעג נישט וואס איז געווען, מען איז געגאנגען צו מוהרא"ש דערציילן אז אין ישיבה זיצט מען ביי מלוה מלכה און ביי די באטע אן די הוט און בעקיטשע, מוהרא"ש האט מיר געשריבן אז איך זאל אכטונג געבן, מוהרא"ש האט מיר געגעבן ליבליכע מוסר אז ווען מען זיצט אינאיינעם ביי א סעודת מצוה זאל איך אכטונג געבן אז די בחורים זאלן זיצן אנגעטון, שפעטער האב איך געשיקט א בילד פאר מוהרא"ש ווי די בחורים זיצן ביי א סעודת מצוה אנגעטון מיט די הוט און רעקל, און מוהרא"ש האט זייער הנאה געהאט, מוהרא"ש האט מיר גלייך געשריבן א בריוו אז ער האט גרויס הנאה אז איך פאלג.


זע דעם בריוו:


בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ יוֹם ו' עֶרֶב שַׁבָּת קוֹדֶשׁ לְסֵדֶר וָאֶתְחַנָן י"ב מְנַחֶם אָב ה'תשע"א


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ ... נֵרוֹ יָאִיר


אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין בְּרִיוו.


אִיךְ הָאבּ גֶעזֶעהְן דִי בִּילְדֶער וִוי דִי בָּחוּרִים זָאגְן קִינוֹת וְכוּ', אַזוֹי דַארְף זַיין, מֶען זָאל זִיצְן אוּן זָאגְן אָנְגֶעטוּהְן מִיט אַ רֶעקְל אוּן אַ הִיט וְכוּ', הַלְוַואי זָאל זַיין אַזוֹי אוֹיכֶעט בִּשְׁעַת מְלַוֶה מַלְכָּה וֶוען מֶען עֶסְט דִי סְעוּדַת מְלַוֶה מַלְכָּה אוּן מֶען זִינְגְט זְמִירוֹת פוּן מוֹצָאֵי שַׁבָּת דַארְף מֶען אוֹיכֶעט גֵיין אָנְגֶעטוּהְן מִיט אַ הִיט אוּן מִיט אַ בֶּעקֶעטְשֶׁע, נִישְׁט זִיצְן נָאר מִיט אַ הֶעמְד אָן אַ הִיט וְכוּ', דִי קְלֵיינִיקֵייט אִיז אַ יְסוֹד אִין יִרְאַת שָׁמַיִם, אוּן וִוי מֶען גֶעוואוֹינְט צוּ בָּחוּרִים יוּנְגֶערְהֵייט אַזוֹי וֶועלְן זֵיי עֶס טוּהְן דֶעם גַאנְצְן לֶעבְּן, סְ'אִיז דָא צַייטְן וָואס מֶען דַארְף גֵיין אָנְגֶעטוּהְן מִיט אַ הִיט אוּן אַ רֶעקְל, צוּם בֵּיישְׁפִּיל בַּיים דַאוֶוענֶען, בַּיי אַ סְעוּדַת מִצְוָה, בַּיי דִי שַׁבָּת'דִיגֶע סְעוּדָה, אָדֶער בַּיי טוּהְן אַ מִצְוָה, אָבֶּער זַאנְס קֶענֶען זֵיי גֵיין אָן אַ הִיט אוּן אַ רֶעקְל, צוּם בֵּיישְׁפִּיל בַּיים לֶערְנֶען וְכוּ', פַארְשְׁטֵייט זִיךְ מֶען דַארְף מַקְפִּיד זַיין זֵיי זָאלְן גֵיין מִיט דִי צִיצִית אוֹיפְן הֶעמְד, אָדֶער אַ וֶועסְט אוֹיף דִי צִיצִית אָדֶער בְּלוֹיז דִי צִיצִית אוֹיף דִי הֶעמְד, אָבֶּער בְּשׁוּם פָּנִים וְאוֹפָן נִישְׁט גֵיין דִי צִיצִית אִינְטֶערְן הֶעמְד, אִיךְ הָאבּ אַ שְׁוֶוערֶע אַרְבֶּעט דָאס אַיינְצוּפִירְן בַּיי דִי סְפַרְדִישֶׁע אִידְן, אָבֶּער בַּיי חַסִידִישֶׁע בָּחוּרִים דַארְף דָאס זַיין אַ פָּשׁוּטֶע זַאךְ, (אֲפִילוּ זֵיי זֶענֶען גֶעוֶוען אַרָאפְּגֶעפַאלְן וְכוּ', אָבֶּער יֶעצְט בָּרוּךְ הַשֵׁם קוּמֶען זֵיי צוּרִיק, דַארְפְן זֵיי צוּרִיקְקוּמֶען אִינְגַאנְצְן) דִי זַאכְן אִיז נִישְׁט קַיין חוּמְרָא, אַזוֹי פִירְט זִיךְ אוֹיף אַ חַסִידִישֶׁ'ער בָּחוּר. זָאלְסְט זֶעהְן זֵייעֶר מַקְפִּיד זַיין אוֹיף דֶעם, וֶועסְטוּ זֶעהְן וָואסֶערֶע שֵׁיינֶע יְשִׁיבָה דוּ וֶועסְט הָאבְּן, אַז מֶען וִויל קֶען מֶען פּוֹעֵלְ'ן בַּיי אַ בָּחוּר אַלֶעס, נָאר דֶער מַשְׁפִּיעַ דַארְף הַאלְטְן דֶערְבַּיי.


דָאס וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעוַוארְט בִּיז נָאכְמִיטָאג זֵיי זָאלְן קֶענֶען לֶערְנֶען וְכוּ', דָאס אִיז בֶּאֱמֶת אַ חִידוּשׁ, אוּן אִיר הָאט זִיךְ מִיט וָואס צוּ שְׁטָאלְצִירְן.


יֶעדֶע זַאךְ דַארְף מֶען מַאכְן מִיט יִשׁוּב הַדַעַת, כְּדֵי נִישְׁט אַרַיינְצוּפַאלְן אִין חוֹבוֹת, וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעזָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת אוֹת מָמוֹן סִימָן ע"ז) מִי שֶׁעוֹשֶׂה מַעֲשָׂיו בִּמְהִירוֹת בְּלִי יִשׁוּב הַדַעַת נַעֲשֶׂה בַּעַל חוֹב; מֶען גֶעט קֵיינְמָאל נִישְׁט הֶעלְפְט גֶעלְט פַאר אַ אַיינְגַאבֶּע (דִיפַּאזֶעט בְּלַעַ"ז) וְכוּ', מֶען דַארְף צוּגֶעוואוֹינֶען דִי בָּחוּרִים זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען אַסַאךְ סֵפֶר הַמִדוֹת, כְּדֵי זֵיי זָאלְן זִיךְ אַיינְקוֹיפְן גוּטֶע מִדוֹת, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעזָאגְט אַז דֶער סֵפֶר הָאט אִים גֶעמַאכְט פַאר אַ אִיד, אִיךְ הָאבּ אַיינְגֶעפִירְט בַּיי מִיר אִין תַּלְמוּד תּוֹרָה אוּן אִין דִי מֵיידְל שׁוּלֶע אִין יַבְנְאֵל, אַז פוּן דִי עֶרְשְׁטֶע כִּיתָּה אָן לֶערְנְט מֶען שׁוֹין מִיט זֵיי סֵפֶר הַמִדוֹת, אוּן זֵיי זִינְגֶען דָאס מִיט אַ נִיגוּן, פַארְשְׁטֵייט זִיךְ זֵיי קֶענֶען לָשׁוֹן קוֹדֶשׁ דַארְפְן זֵיי נִישְׁט דֶעם טַייטְשׁ, אָבֶּער אוּנְזֶערֶע בָּחוּרִים אוּן קִינְדֶער דַארְפְן הָאבְּן דֶעם טַייטְשׁ אוֹיכֶעט.


שְׁטַארְק זִיךְ אוּן לֶערְן יֶעדְן טָאג חוּמָשׁ וְרַשִׁ"י מִיט תַּרְגוּם, וָוארוּם דָאס אִיז אַ סְגוּלָה אוֹיף יִרְאַת שָׁמַיִם, אוּן דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעזָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת אוֹת יִרְאָה, סִימָן כ"א) מִי שֶׁיֵשׁ בּוֹ יִרְאַת שָׁמַיִם בְּוַודְאַי יִשְׁמַע בְּקוֹל הַצַדִיקִים.


זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן שַׁבָּת


*


דעריבער בעט איך דיר און איך בעט אלע וואס דאווענען אין אונזערע שולן אז מען זאל קומען שבת אין שול מיט שטריימל און בעקיטשע און טון די ווילן וואס מוהרא"ש האט געוואלט.


ברענג נישט מער קיין ניסלעך אין שול, דאס זאלסטו עסן אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#186 - זיין פון די דרך ארצ'דיגע
חינוך הילדים, התחזקות, דרך ארץ, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בני ברק


איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ, איר זאלט פאלגן די לערערינס און נישט רעדן אין כיתה ווען די לערערינס לערנען מיט די תלמידות; איך הער אז עס זענען דא תלמידות ביי ענק וואס פירן זיך מיט גרויס דרך ארץ, איך וויל הערן אז איר זענט אויך פון די וואס זענען זייער איידל און וואויל.


ביים הייליגן רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד, מען האט נישט געקענט זיין ביים רבי'ן אן דרך ארץ, דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך פירן זייער זייער איידל און זייער זייער וואויל, איר זאלט נישט רעדן אין כיתה, און אז דו ווילט ארויס גיין אינמיטן שיעור - זאלט איר אויפהייבן די האנט פרעגן רשות פון די לערערין, און אז אייער לערערין פארשטייט אז עס איז נישט וויכטיג יעצט ארויס צו גיין - זאלט איר דאס אננעמען, און חס ושלום זיך מתחצף זיין.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן, אייערע עלטערן זענען ביי מיר זייער טייער, אייערע עלטערן העלפן זייער צו אויפבויען די הייליגע מוסדות היכל הקודש אין בני ברק; זאלט איר אויך גיין אין זייערע וועגן, זיך חבר'ן מיט די איידעלע קינדער, מיט די קינדער וואס פירן זיך מיט דרך ארץ.


איר קענט ווייזן דעם בריוו פאר אייערע חבר'טעס, זיי זאלן זיך אויך שטארקן מיט דרך ארץ און מיר העלפן בויען די בית פיגא שולע אין בני ברק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#185 - דרך ארץ אין שול
דרך ארץ, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


עס טוט מיר וויי אז דו פירסט זיך אויף ווי א קליין קינד שבת אין שול, דו זאגסט מיר שטענדיג אז דו ווילסט מיר העלפן בויען די קהילה און די שטעטל, און אין שול ביי די גאס פון ירושלים מאכסטו זיך נאריש ווי א קליין קינד, ביי שלש סעודות מאכסטו א קופקע, זינגסט נישט קיין זמירות, ווען די גבאים לערנען פאר שמועסטו, און אז דער גבאי קלאפט אויס יעלה ויבוא הייבסטו אן קלאפן ווי א קליין קינד, ווי א קינדערגארטן.


איך וויל דיר בעטן, העלף מיר בויען די שטעטל, העלף מיר אין שול, מאך זיך נישט נאריש אין שול, מאך נישט חרוב מיין הארעוואניע.


איך ווייס פינקטליך ווי אזוי עס זעט אויס אין יעדע שול וואס טראגט מיין נאמען, ווער עס העלפט און ווער עס שטערט. איך וויל דיך זעען צווישן די וואס העלפן; דו האסט מיר אסאך געהאלפן, בעט איך דיר העלף מיר ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#184 - דאנקען דעם אייבערשטן פאר די חדר און בית פיגא
תודה והודאה, מוסדות, דרך ארץ, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן א חדר און א בית פיגא וואו מען איז מחנך די קינדער מיט די עצות פון רבי'ן, מען לייגט אריין אין די קינדער א שטארקע אמונה, א קלארע אמונה. יעצט ווערט זיבעצן יאר פון די מוסדות, ווייל אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט אונזער ברסלב'ער חדר אין אמעריקע, מיר האבן געעפנט די חדר מיט אפאר קינדער, מיט בערך פינף משפחות האבן מיר אנגעהויבן די חדר, און היינט איז דאס שוין אזוי גרויס צואוואקסן.


די וואך גייט צוויי פרשיות, הייב אן שוין היינט מעביר סדרה זיין, ווייל אלע ברכות ליגט אין די מצוה פון מעביר סדרה זיין, און אויך פארקערט; אויב מען לאזט אויס א וואך פון מעביר סדרה זיין - זעט מען גלייך א נישט גוטע זאך וואס פאסירט.


קום אין שול מיט דרך ארץ, אנגעטון מיט היט אין רעקל, שטעל זיך פאר דו קענסט אריינגיין צו א קעניג, א מלך בשר ודם - וואלסטו זיכער זיך אנגעטון דיין רעקל, דיין הוט בדרך כבוד, און דא רעדט מען פונעם מלך מלכי המלכים, דער הייליגער באשעפער; זאלסטו קומען אין שול מיט כבוד און דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#183 - מאך זיכער אז דיינע קינדער זענען דרך ארץ'דיג
חינוך הילדים, דרך ארץ, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רעד צו דיינע קינדער זיי זאלן זיין דרך ארץ'דיג פאר זייערע מלמדים, טיטשערס און מגידי שיעורים, און פרעג אויס זייערע מלמדים און מגידי שיעורים - ווי אזוי זיי פירן זיך.


לאז נישט דיינע קינדער הפקר, זיי מחנך דיינע קינדער, און אז דו הערסט פון די מלמדים, טיטשערס, מגידי שיעורים אז זיי זענען נישט דרך ארץ'דיג - זאלסטו זיי מחנך זיין. נעם די זאך זייער ערנסט, ווייל אז מען לאזט נאך די דרך ארץ קען מען אינגאנצן אוועק פאלן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה א, א), עס שטייט אין פסוק (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ", ווער עס איז נישט מחנך די קינדער האט פיינט זיינע קינדער, "וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווידער דער וואס איז מחנך די קינדער ווייזט דאס אז ער האט ליב זיינע קינדער; ווייל אויב דער מענטש איז נישט מחנך זיינע קינדער וועלן זיי חס וחלילה אראפגיין פון אידישן וועג. אברהם אבינו האט געזען ישמעאל קומט אהיים מיט א געטשקע און שפילט זיך מיט עבודה זרה'ס און ער האט אים גארנישט געזאגט, ער האט אים געשוינט, שפעטער האט ער אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב, און אזוי אויך איז געווען מיט עשיו, יצחק אבינו האט ליב געהאט עשו און אים גארנישט געזאגט, צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה; זעט מען פון דעם, אז ווען א מענטש לאזט זיינע קינדער הפקר, ער זאגט זיי נישט קיין מוסר - האט מען שפעטער חרטה.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זיך קענען שטארקן אויף די נסיונות, דעם אייבערשטן זאלסטו דערציילן אלעס, דערצייל אלעס ווייל ער ווייסט סיי ווי אלעס, און אפילו ער ווייסט אלעס דארף מען אים אלעס דערציילן, אזוי גייט עס ארויס פונעם מענטש. דאס איז דאך די מצוה פון וידוי דברים, דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס מען האט געטון און אים בעטן ער זאל מוחל זיין; אזוי זאלסטו טון, זיי זיך מתבודד, גיי אין א ליידיגע פלאץ, א שטילע פלאץ וואו קיינער ווייסט נישט, און דארטן זאלסטו זיך אויסרעדן און אויסוויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, רחמנות האבן אויף דיין נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#182 - מחנך זיין די קינדער מיט סבלנות, תפלה, און שמחה
חינוך הילדים, דרך ארץ, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע וואס מיר האבן שוין גערעדט פנים בפנים וכו'; לערן אויס דיינע קינדער דורכאויס די וואך, טאג נאך טאג – זיך צו פירן מיט דרך ארץ, ובפרט דרך ארץ ביים עסן; זיי זאלן עסן מיט עסצייג, און זיצן און עסן איידל, נישט ווי א פרעסער און א זויפער, און אז עס שטעלט זיך מער ארויס ביי איין קינד דאס צעפלויגנקייט און פאר'חלומ'קייט – זאלסטו מיט דעם קינד גיין מער שטייטליך. עס שטייט (משלי כב, ו): "חַנוֹךְ לְנַעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ", יעדע קינד איז א באזונדערע מסכתא; איינער איז מער זריז, איינער איז פארקערט, און עלטערן דארפן מיט סבלנות מחזק זיין די קינדער זיי זאלן זיך פירן איידל און אויסוואקסן ערליך.


בנוגע וואס די צוויי עלטסטע קריגן זיך וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם, לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם, לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", עס איז מסוגל פאר עלטערן נישט צו זיין צוגעקלעבט צו די קינדער, דאס הייסט מען זאל זיי נישט נאכגיין טריט אויף טריט; נישט אלעס דארף מען באמערקן (אויסער סכנה'דיגע זאכן).


דער עיקר זאל זיין אין שטוב פרייליך, געב פאר אלע גוטע ווערטער, רים אויס יעדן קינד מיט זיינע מעלות און מידות טובות, און והעיקר תפילה; גיי יעדן טאג א שפאציר און שמועס אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, בעט אים אויף יעדע קינד באזונדער.

#181 - איינבייגן דעם קאפ מיט דרך ארץ
בחור, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט זיך פירן מיט דרך ארץ צו דיינע מגידי שיעורים, און צום מנהל, און צו יעדער עלטערער מענטש, און אז דו האסט זיך פאררעדט פארן מנהל, האסט אים געזאגט א נישט שיינע ווארט, א ווארט מיט זלזול – דארפסטו אים איבערבעטן; געדענק אז דער הייליגער רבי וואס קען יעדן איינעם פאררעכטן, ער קען יעדן העלפן – האט געזאגט: "איך קען יעדן איינעם פאררעכטן, איך קען יעדן מתקן זיין, אויסער א מחוצף, אן עזות פנים", און די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (אבות ה כ): "עז פנים לגיהנום"; אזוי געפערליך איז דאס.


איך וויל זייער דיין הצלחה, איך וויל דו זאלסט ממשיך זיין אין ישיבה, און נאר אז דו וועסט איבערבעטן דעם מנהל און איבערבעטן דעם באשעפער, תשובה טון אויף די ווארט וואס דו האסט געזאגט פארן מנהל וואס איז זיך מוסר נפש פאר די ישיבה שוין פאר אכצן יאר; אברהם משה איז פון די ערשטע טאג וואס די ישיבה האט זיך געעפנט – זיך מוסר נפש פאר די ישיבה און פאר די קהילה, איז ווי קען זיין אזא זאך אז א יונגער בחור זאל רעדן מיט חוצפה, מיט עזות? אים זאגן ווערטער וואס מען זאגט אויף מסוכנ'דיגע מענטשן השם ישמרינו?!


די אלע בחורים וואס זאגן: "איך פאלג נאר וואס דער ראש ישיבה זאגט" – די מיינען עס נישט אמת'דיג, די ווילן נישט פאלגן, די ווילן טון וואס זיי ווילן, די ווילן מיר נישט העלפן. איך האב די פראבלעם סיי אין ישיבה און סיי אין די קהילה, נאכדעם וואס מען האט ממנה געווען גבאים, מנהלים, מלמדים וכו' וכו, און אנשטאט העלפן בויען די שיינע קהילה, טון וואס די גבאים זאגן, פאלגן די מנהלים און זיי מכבד זיין, ניצט מען די נאמען פון דער ראש ישיבה, מען זאגט "איך פאלג נאר דער ראש ישיבה", "איך טו נאר אויב דער ראש ישיבה וועט מיר זאגן", און מען מאכט שווערער די ארבעט.


איך וויל דיין גוטס, איך האב דיך ליב, איך האב ליב דיינע עלטערן, איך וויל דיר נישט דארפן ארויסווארפן פון ישיבה, איך וויל דיך א חתן מאכן, איך וויל דיך באגלייטן ווייטער דיין גאנצע לעבן, אבער נאר אז דו וועסט איינבייגן דיין קאפ פאר עלטערע, דו וועסט האבן הכנעה פאר די מגידי שיעורים, הרב ישראל יוסף שניצלער שליט"א, און פאר הרב אלחנן חיים רוטה שליט"א, און פאר הרב יצחק פעלדמאן שליט"א, און זיכער פארן מנהל אברהם משה, און אזוי אויך פאר יעדן עלטערן איד.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר, איך האף דו וועסט קענען איינבייגן דיין קאפ; אז דו וועסט יעצט איינבייגן דיין קאפ וועסטו קענען האבן שלום בית, און זיך אויסקומען אין לעבן מיט אלעמען, און אז עס וועט דיר נישט פאסטן זיך איבער צו בעטן, איז וואס וועט זיין נאך דיין חתונה? עס וועט דיר נישט מעגליך זיין צו לעבן מיט א ווייב, איך ווייס וואס איך רעד, איך האב געזען אין לעבן קלוגע געלונגענע מענטשן וואס האבן נישט געקענט איבערבעטן, זיי זענען געבליבן מיט די נישט גוטע מדה פון קינווייז אן, און זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן אין לעבן.


פאלג מיך, איך וויל נאר דיין גוטס.

#180 - מחנך זיין די בחורים צו האבן דרך ארץ
חינוך הילדים, דרך ארץ, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


אברהם משה נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש


זע אריין צו לייגן אין די בחורים דרך ארץ און מידות טובות, און אפילו דו פאר דיר ביסט נישט מקפיד ווי אזוי מען רעדט צו דיר, דארפסטו אבער וויסן אז מיר דארפן מחנך די תלמידים זיי זאלן וויסן פון דרך ארץ, דאס איז די עכטע רחמנות, אז מען לערנט קינדער און תלמידים די ריכטיגע וועג; חס ושלום אויב מען איז נישט מחנך קינדער, מען לאזט זיי רעדן מיט עזות, מיט חוצפה, מען לערנט זיי נישט צו האבן דרך ארץ פאר עלטערע, און זיכער פאר רביים, מלמדים, מחנכים – וואקסן זיי אויף רחמנא לצלן אן יראת שמים, אן השראת השכינה, ווייל "עִקַּר תִּקּוּן פְּגַם עֲווֹנוֹתָיו", דער עיקר ווי אזוי מען קען פאררעכטן אלע עבירות, "עַל יְדֵי הַכְנָעָה", איז דורך זיין הכנעה'דיג פאר עלטערע און פאר וועם מען דארף (ספר המידות אות תשובה, סימן עא).


מיינע עלטערן זענען היינט געקומען פון מירון, און די דריי שבתים וואס זיי זענען דארט געווען האט משה שמואל דער מגיד שיעור פון אונזער ישיבה אין ירושלים געשיקט די בחורים צו זיי, צו העלפן מיין טאטע מיט די הכנסת אורחים אין מירון, אין קארלסבורג, זיי זאגן מיר אז די בחורים פון די ירושלימ'ע ישיבה זענען זייער הכנעה'דיג, פול מיט יראת שמים, גאר אנדערש פון אנדערע בחורים.


וויל איך דיר בעטן דו זאלסט נישט לאזן בחורים אין ישיבה וואס רעדן מיט חוצפה, דו ווייסט אז דער הייליגער רבי האט געזאגט: "יעדן קען איך העלפן אויסער אן עזות פנים", חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם", אויך דער רבי זכותו יגן עלינו [מסאטמער] האט קיינמאל נישט געלאזט פארשיקן בחורים פון ישיבה, אפילו בחורים וואס מען האט זיי געטראפן מיט עבירות רחמנא לצלן, אבער דער וואס איז געגאנגען קעגן די הנהלה האט ער געהייסן ארויסווארפן.


איך יאג זיך, איך דארף מקצר זיין.

#179 - דיינע חובות איז צוליב פארשוועכן די שול
דרך ארץ, בית המדרש, חובות, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס דו מוטשעסט זיך אזוי מיט דיין ביזנעס, דו ביסט אין א לאך פון חובות, פון שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער, און וויפיל דו פרובירסט צו באקומען הלוואות פון בענק - פאלט עס אלץ אראפ, עס גייט נישט אריבער; דאס איז פארן פארשעמען די בית המדרש, אז מען רעדט ביים דאווענען און ביי קריאת התורה פארשעמט מען דעם אייבערשטן מיט כנסת ישראל, עס איז ביי מיר קלאר אז דאס וואס דו גייסט אריבער איז צוליב דעם.


איך האב דיר שוין אזויפיל מאל געזאגט שיינערהייט דו זאלסט אויפהערן רעדן אין שול, און נאכאלץ זע איך ווי דו לאכסט און שמועסט מיט גרויס חוצפה.


דאס וואס דו זאגסט אז דו ביסט נישט שולדיג, עס זענען בחורים און אינגעלייט וואס קומען דיקא צו דיר שמועסן וכו'; דאס איז נישט קיין תירוץ, ענדערש זאלסטו נישט קומען מער אין שול, ענדערש זאלסטו בלייבן אין שטוב ווי צו פארשוועכן דעם שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#178 - נישט אריינגיין אין א צווייטע הויז אן רשות
צניעות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


די וועג ווי אזוי מען פירט זיך ביי אייער משפחה איז נישט ריכטיג און נישט אויסגעהאלטן, ווייל מען גייט נישט אריין אין א צווייטע הויז אן רשות, און די הייליג חכמים זאגן אז אפילו אין אן אייגענע הויז זאל מען קלאפן אין טיר וכו'.


איך וויל איר זאלט זיך פארנעמען מער נישט אריין צו גיין אין א הויז אן דעם וואס יענער עפנט אייך די טיר און נעמט אייך אריין, אפילו ביי אייערע שוועסטער זאלט איר זיך פירן איידל, נישט אריינגיין נאר מיט רשות, אויך זאלט איר נישט קוקן אין א צווייטנ'ס טעלעפאן, און אז אייער שוועסטער זיצט נעבן אייך זאלט איר נישט קוקן אין איר טעלעפאן, און נישט עפענען קיין לעדלעך, שענקלעך.


ביים רבי'ן איז דרך ארץ געווען א יסוד, דער רבי האט געזאגט אז די קיסרין און קעניגן וואלטן געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי מיר, ווען זיי ווייסן ווען וואס פאר א דרך ארץ מען לערנט דא אויס.

#177 - די דרך ארץ וואס איך לערן מיט מיינע תלמידים
דרך ארץ, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען אין קרית יואל ביי די חתונה פון דיין ניס, א תלמידה פון בית פיגא, אויך דער חתן האט געלערנט אין ישיבה. איך האב דארט געטראפן דיין טאטע, הרב הגאון ר' ... שליט"א, ער האט זיך נישט אויפגעהערט צו באדאנקען פאר אלע קינדער און אייניקלעך וואס לערנען אין היכל הקודש. ער האט מיר געזאגט אפאר מאל מיט טרערן אין די אויגן ווי דאנקבאר ער איז ווען ער זעט די יראת שמים און די געפיל און איידלקייט וואס די אייניקלעך האבן באקומען דא אין די מוסדות, עס האט מיר דערמאנט די שיחה פון רבי'ן, וואס ער האט געזאגט: "וואלטן די קיסרין און קעניגן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע תלמידים וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי מיר".


נאר וואס דען? דער סמ"ך מ"ם האט שוין זיינע שלוחים וואס מאכן א שלעכטע נאמען, רעדן לשון הרע און זענען גורם צו פארשמירן דעם צדיק'ס נאמען, און דאס איז גורם אזויפיל מחלוקת ושפיכות דמים, און דאס איז דער גלות, אז דער צדיק איז פארשעמט, "הַשֹּׁפְכִים בְּקִרְבָּהּ דַּם צַדִּיקִים" (איכה ד, יג).


ווי זאגט מוהרנ"ת אין די בריוו, אשרינו אז מיר זענען נישט קיין מתנגדים אויפן צדיק אמת.

#176 - אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט
התחזקות, דרך ארץ, בית המדרש, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קום אין שול דאווענען די דריי תפילות, קום אין שול מיט דרך ארץ, קום אנגעטון מיט א הוט און רעקל. דער שול איז די הויז פונעם אייבערשטן, און אז עס גייט אריבער אויף דיר וואס גייט אריבער - זאלסטו נאך ווייטער קומען אין שול, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך, ער קומט ווייטער אין שול דאווענען און לערנט ווייטער די הייליגע תורה - אים האט דער אייבערשטער ליב.


דראפע זיך און דערהאלט זיך, און אז עס איז דיר גאר ביטער - זאלסטו זיך דערהאטלן, דער הייליגער רבי זאגט: "דער עיקר איז זיך דערהאלטן", דאס איז די שענסטע זאך, ווייל דאס חשיבות פונעם מענטש זעט מען ווען עס גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע צרות און דאך דערהאלט ער זיך, ער האט נישט קיין קשיות און קיין תרעומות אויף די אמונה.


גיי א שפאציר און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן. בעט אים ער זאל דיר העלפן און רחמנות האבן אויף דיר, און זיי זיך מבטל צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", און רבי נתן האט געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל, וואס טוט מען ווען מען איז אין א שווערע מצב אין מען שפירט ווי מען פאלט אינגאצן אוועק? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן – דאס איז ביטול", מען פרעגט נישט קיין קשיות.


צדיקים האבן געזאגט אויפן פסוק (תהלים עט, י): "לָמָּה יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", א גוי זאגט "לָמָּה – פארוואס?" אבער א איד זאגט: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט האט א חשבון", מען פארמאכט זיך דאס מויל און מען פרעגט נישט: "פארוואס?" "פאר ווען?" ווייל מען ווייסט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, מען פארמאכט די אויגן און מען וויל גארנישט פארשטיין, מען גלייבט אז אלעס איז לטובה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ס:): "לְעוֹלָם יְּהֵא אָדָם רָגִיל לּוֹמַר", א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן שטענדיג: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט; ווען א מענטש נעמט דאס אריין אין זיך, ער לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים קומט פונעם אייבערשטן און דאס איז נאר פאר זיין אייביגע טובה, דאן לעבט ער שוין יעצט אין 'גן עדן'. אזא איינער טראכט נישט פון אוועק פאלן אדער אנדערע שלעכטע מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן רחמנא לצלן, אזא איינער ווען עס גייט אריבער אויף אים א שווערע צייט ווערט ער נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#175 - די שול זאל זיך פירן נארמאל
דרך ארץ, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת פנחס, מברכין אב, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב, רחוב ירושלים


זע עס זאל זיין דרך ארץ אין שול, די שול זאל נישט זיין א פלעי גראונד און א פלעי גרופ, מען זאל נישט אריינברענגען אין שול קיין קערידזשעס און בייקס.


עס איז זייער שיין אז אינגעלייט ווילן העלפן אין שטוב, זיי נעמען ארויס די פיצלעך קינדער, זיי בעבי-סיטן; זייער שיין, זייער וואויל, אבער נישט אין שול. די שול איז נישט קיין פלאץ פאר דעם, אויך זאלסטו זען אז די מתפללים זאלן קומען אנגעטון מיט דרך ארץ ווי עס פאסט פאר א שול, לאז נישט קומען מיט קלות ראש, א שול איז נישט קיין מקוה, און נישט קיין פארוויילונגס ארט.


פארשטייט זיך זאלסט רעדן שיין און איידל, אבער עס מוז זיין דרך ארץ, עס מוז זיין א פנים פון א שול. ענקער שול איז אויף רחוב ירושלים, זאלסטו זיך לערנען פון די גבאים אין ירושלים, ווי זיי פירן א הערליכע שול מיט אזויפיל ליבשאפט און די זעלבע צייט שטארק אין א פארעם.


איך האב באקומען א בריוו פון א אינגערמאן מלא טענות, היתכן מען האט אים געזאגט יום טוב שבועות ביינאכט אין ירושלים שול אז ער קען נישט קומען מיט א ווייסע קאפל (מען רעדט נישט פון די וואס גייען קאפטענעס מיט ווייסע קאפלעך), ער טענה'עט, היתכן, ער האט זיך געוואלט שפירן דערהויבן, האט ער זיך אנגעטון א ווייסע קאפל און דער גבאי זאגט אים: "ר' איד, היינט איז נישט פורים, אדער טו אן א שווארצע קאפל, אדער גיי צו די עכטע פליטעס"; דער בריוו האט מיך אזוי פרייליך געמאכט, צו זען אז ענדליך האבן מיר א שול וואו די גבאים פארשטייען וואס איך וויל און וואס מוהרא"ש האט געוואלט, עס זאל זיין מיט דרך ארץ, און נישט משונה קרן.


הענג אויף די בריוו ביי ענק אין שול, און שטיי שטארק מיט געפיל און זיכערקייט אז די שול זאל זיין נארמאלע ד' אמות.

#174 - פיר זיך אויף נארמאל
דרך ארץ, רייכערן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך פירן נארמאל דא ביי אונז אין די קהלה. היינט האב איך געזען אין מקוה ווי דו וועיפסט נאכן זיך אויסטון וכו' מיט דיין לעקטעריק צוגארעטל. איך וויל דיר בעטן, פיר זיך אויף נארמאל.


איך טראכט צו מיר, דאס דארף איך אויך זאגן? איך האב דיר שוין געשריבן זאלסט נישט רייכערן אינדרויסן פון שול, לדעתי איז עס א שטיקל חוצפה, שטיין און רייכערן ביים אריינגאנג פון שול, א שול וואס טראגט דעם רבינ'ס נאמען. שפעטער האב איך געזען ווי דו רייכערסט אין שול ביים דאווענען די לעקטעריק צוגארעטל, איך האב דיר געבעטן נישט רייכערן אין שול, עס איז נישט קיין דרך ארץ, און יעצט האלט עס אין מקוה; פיר זיך אויף נארמאל ווי עס פאסט פאר א תלמיד היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#173 - די שול זאל בלייבן מיט א פנים פון א שול
דרך ארץ, שטעטל, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש לקוטי מוהר"ן


איך האב זייער הנאה געהאט צו דאווענען נעכטן מנחה מעריב ביי ענק אין שול און זיין ביים אויספאסטן. די שול ביי ענק אין ווילידזש דערמאנט מיר די אנהויב פון די שטעטל, קליין און שיין, אלע טעמים.


איין זאך וויל איך דיר בעטן, זאלסט בעטן די מתפללים זאלן קומען אין שול מיט הוט און רעקל, מען רעדט נישט דא פון פרעמדע, מען רעדט דא פון אונזערע חברים, תלמידי היכל הקודש, זאלן קומען אין שול מיט דרך ארץ, אנגעטון ווי עס פאסט. דו אלס גבאי מעגסט זאגן, די גבאים דארפן זען אז די שול זאל בלייבן מיט א פנים פון א שול, עס איז דאך פארט נישט א שוויץ באד.


בנוגע די עירוב וכו'; איך וועל רעדן מיט ... מען זאל אנהויבן מאכן די עירוב ארום ענקער געגנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#172 - פארלאנג פון דיינע קינדער דרך ארץ
חינוך הילדים, התחזקות, דרך ארץ, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פארלאנג פון דיינע קינדער דרך ארץ, פארלאנג פון דיינע קינדער זיי זאלן רעדן מיט דרך ארץ צו עלטערע; נישט נאר אלטע מענטשן, נאר אלע וואס זענען עלטער פון זיי. און ווען זיי קומען אהיים פון חדר, פון סקול - פרעג זיי: "ווי אזוי איז געווען ענקער טאג? ווער זענען דיינע חברים?" פרעג זיי אויב זיי זענען געווען וואויל און דרך ארץ'דיג, אז מען לערנט אויס די קינדער דרך ארץ - שניידט מען שפעטער שיינע נחת.


בנוגע דיינע מניעות וכו'; וויסן זאלסטו, ווי מער מניעות מען גייט אריבער ביים קומען צום צדיק - אלץ מער קדושה וטהרה איז מען זוכה צו באקומען. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער וואס האט מער שוועריקייטן ווען ער ווערט מקורב צום צדיק, "כְּגוֹן מֵאָבִיו", זיין טאטע קריגט אויף אים, "וְאִשְׁתּוֹ", אדער זיין אייגענע ווייב שפעט פון אים, "וְחוֹתְנוֹ", די שווער שטערט אים, "אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד", אדער שוועריקייטן פון אנדערע מענטשן וואס שטערן אים און לאזן אים נישט דינען דעם אייבערשטן, "וּמְנִיעוֹת מֵחֲמַת מָמוֹן", אדער דער וואס האט שוועריקייטן ווייל ער האט נישט קיין געלט, "וּשְׁאָרֵי מְנִיעוֹת וְעִכּוּבִים וּבִלְבּוּלִים שֶׁמִּשְׁתַּטְּחִים לְפָנָיו וּמוֹנְעִים אוֹתוֹ מְאֹד", אדער אנדערע שוועריקייטן וואס קומט אונטער שטענדיג, "וְהוּא צָרִיךְ לְהִתְיַגֵּעַ וְלִטְרֹחַ מְאֹד לְשַׁבְּרָם", ער מוטשעט זיך זייער צו קענען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, זיין ביים צדיק; עס איז אים זייער שווער ביז ער צעברעכט די אלע מניעות, "כָּל אֵלּוּ הַיְגִיעוֹת וְהַטְּרָחוֹת שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם", דאס אלעס איז א גרויסע טובה פארן מענטש, "כִּי עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווייל דורך די שוועריקייטן איז מען זוכה צו מקבל זיין קדושה וטהרה, "כִּי עַל יְדֵי הַיְגִיעוֹת שֶׁבַּתְּחִלָּה נַעֲשֶׂה הַכְּלִי", ווייל פון די שוועריקייטן ווערן כלים צו קענען מקבל זיין פון צדיק אסאך קדושה און אסאך טהרה, "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווי מער מניעות, ווי מער מחלוקת און ווי מער שוועריקייטן עס איז געווען און מען האט זיך דערהאלטן - האט מען געמאכט גרעסערע כלים צו קענען מקבל זיין הייליגקייט און ריינקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.