בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בלייב ביים רבי'ן, דראפע זיך און דערהאלט זיך
חנוכה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט חנוכה זאלסטו סיי דאנקען און סיי בעטן אויף דעם וואס דו ביסט מקורב געווארן צום צדיק אמת, צום הייליגן רבי'ן - וואס רייניגט דיך פון אלע בלאטעס, און אויך זאלסטו בעטן אסאך דעם אייבערשטן זאלסט נישט אפלאזן דעם צדיק.


מוהרא"ש זאגט ווען מען זאגט דעם קאפיטל "מזמור שיר חנוכת הבית לדוד", ביי די ווערטער: "אליך ה' אקרא ואל ה' אתחנן" - דארף מען זייער אסאך בעטן אויף דעם פרט, מען זאל געדענקען וואס דער צדיק האט מיט מיר געטון, ווי ער האט זיך אזוי שטארק מוסר נפש געווען מיך צו ברענגען צום אייבערשטן, מען זאל נישט אריינפאלן אין קליפת יון, חכמת הטבע, וואס וויל פארשטעלן און באהאלטן דעם צדיק וואס האט בכח ארויסצונעמען דעם מענטש פון די גרעסטע טומאות און די גרעסטע זוהמות, און ווען מען זאגט "מה בצע בדמי ברדתי אל שחת, היודך עפר היגיד אמתך" - זאל מען זיך אויסוויינען אז מען זאל נישט האבן קיין קשיות אויפן צדיק, מען זאל געדענקען ווער מען איז באמת, וויפיל מען האט פוגם געווען, ווי ווייט מען איז פונעם אייבערשטן, איז ווי אזוי קען מען בכלל פארשטיין דעם צדיק.


ברודער, אז דו ביסט שוין איבערגעקומען אלעס ביז אהער - זאלסטו נישט אפלאזן די הייליגע וועג, בלייב ביים רבי'ן, דראפע זיך און דערהאלט זיך, דער רבי וועט דיך ברענגען צו די העכסטע פלאץ, אזוי ווי ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוואוסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.