בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, חיפה.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן די ערשטע מאל ששה סדרי משנה אין דיין לעבן; אויך האסטו שיעורים אין בבלי און ירושלמי. דער טעם וואס מען שפירט ווען מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו) - דאס קען מען נישט מסביר זיין, מען שפירט א טעם פון גן עדן, מען שפירט זיך גליקליך און צופרידן.
בלייב ביי דיין חסידות, גיי ווייטער צום טיש, זינג די זמירות און די ווארעמע ניגונים; דאס וועט דיר עפענען דיין הארץ. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן סימן רעג): "טוֹב לְהָאָדָם לְהַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ שֶׁיּוּכַל לְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמוֹ עִם אֵיזֶה נִגּוּן", עס איז זייער גוט מען זאל זיך מחי' זיין מיט א ניגון, "כִּי נִגּוּן הוּא דָּבָר גָדוֹל וְגָבוֹהַּ מְאֹד מְאֹד וְיֵשׁ לוֹ כֹּחַ גָדוֹל לְעוֹרֵר וּלְהַמְשִׁיךְ אֶת לֵב הָאָדָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווייל מיט א ניגון קען מען זיך זייער אויפוועקן צוריק צו קומען צום אייבערשטן.
לערן ווייטער אויפ'ן דרך הלימוד פון רבי'ן; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין. דער רבי האט דערציילט ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, אות ח): "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנַיוֹת וְלֹא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלֹא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאֹד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.