בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#14 - משיח קען נישט קומען צוליב די מחלוקת צווישן אונז
שלום בית, מחלוקת, בריוו, משיח, ספרי ברסלב, חסידות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


קודם כל וויל איך איבער בעטן פארן נישט ענטפערן גלייך, איך בין אזוי פארנומען אז איך קום ניטאמאל אן צו ליינען די בריוו; רוב בריוו וואס קומען אן צו מיר קום איך ניטאמאל אן צו ליינען, און אז איך ליין יא - דארף מען נאך האבן צייט צו קענען ענטפערן, דעריבער פארשלעפט זיך עס.


איך האב געליינט דיינע בריוו מיט גרויסע צער און ווייטאג, מיר רייסט ביים הארץ די מחלוקת וואס האט אויסגעבראכן ביי ענקער חסידות; עס איז געווען אזוי שיין, אזוי באחדות - ביז דער שטן האט זיך אריינגעמישט און עס האט אויסגעפלאצט אזא פיינטשאפט. וואס זאל איך דיר זאגן, די מחלוקת צווישן אידישע קינדער, צווישן חסידים און צווישן קרייזן - דאס איז מעכב די גאולה, משיח קען נישט קומען צוליב די מחלוקת צווישן אונז; וואלט מען זיך נישט פיינט געהאט - וואלט משיח שוין לאנג געקומען.


עס זיך נישט אויף, און באשולדיג נישט קיינעם, און זיכער נישט דיין ווייב, און אז מען רודפ'ט דיר זאלסטו נישט ווארפן די שולד אויף קיינעם, געב אכטונג דיין שטוב זאל נישט צעבראכן ווערן, ווארף נישט די שולד אויף דיין ווייב, זיי זיך מסדר אין א שול וואו מען לאזט דיך יא דאווענען, און גיי נאר אין פלעצער וואו מען רודפ'ט דיר נישט.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים, וועסטו זיך גוט אויסלאכן פון אלעס אנדערש. אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספר ליקוטי מוהר"ן זעט מען אז עס איז דא אמת, עס איז דא עפעס העכערס פון די אלע סארט שטותים והבלים. דער רבי וועט דיך פירן חוץ לישוב, ער וועט דיר געבן אנדערע מוחין, טראכטן פונעם אייבערשטן, זיך בענקען צום אייבערשטן און לעבן מיט תכלית, מיט עלמא דאתי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - א שטריימל איז אמאל געווען א סימן פאר חסידישער איד
אמונה, סוכות, לצנות, חסידות, חול המועד

בעזרת ה' יתברך - יום ב', א' דחול המועד סוכות, י"ז תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי נישט צו די פלעצער וואו מען קומט זיך צוזאם זינגען, די פלעצער זענען א מושב לצים; אפילו עס זעט אויס חסידי'ש. מוהרא"ש האט געזאגט מען זאל נישט גיין צו די פלעצער.


א שטריימל איז אמאל געווען א סימן פון חסידי'שע אידן, היינט איז דאס בכלל נישט קיין סימן; מען קען גיין אנגעטון חסידי'ש, רעדן אידיש - און זיין א לץ.


בלייב זיצן אינעם 'צל' אמונה, שאטן פון אמונה, דריי נישט אויס די אותיות עס זאל ווערן 'לץ'. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ו) עס איז פארהאן א שטוב וואס איז כולל אלע שטיבער פונעם שטאט, וואס די שטאט איז כולל אלע שטעט פון די לאנד, וואס איז וכו'; דער שטוב איז די הייליגע סוכה, די הייליגע אמונה, און דער רבי זאגט: "און דארט איז פארהאן איינער וואס ער מאכט גאר ליצנות און טרייבט קאטעוועס פון אלעמען".


פארברענג מיט דיין משפחה, און אז דו גייסט חול המועד האלטן מיט דיין משפחה זאל דאס זיין ערליך און איידל. גיי נישט מיט חברים; זאל יעדער גיין מיט זיין משפחה, מיט זיין ווייב.


היינט נאכט וועט זיין א יארצייט סעודה פארן הייליגן רבינ'ס יארצייט, מיר וועלן זיך מחזק זיין אינאיינעם, זינגען און טאנצן און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר האבן אזא רבי.


א גוט קוויטל.





 


 





 

#12 - חסידי'שע לצים
חינוך הילדים, ניגונים, מוסדות, חסידות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד די באס דרייווערס פון אונזער מוסד ... - נרם יאיר


איך וויל איר זאלט אנצינדן ביים טראגן און ברענגען די קינדער נאר ניגונים פון היכל הקודש.


אויך קענט איר אנצינדן מעשיות וואס דער מנהל זאגט מען קען אנצינדן; קיין שום אנדערע זאכן קען מען נישט אנצינדן ביים טראגן און ברענגען די קינדער, נאר וואס דער מנהל און די מנהלת זענען מאשר. היינט זענען דא לצים, אינדרויסן זעען זיי אויס חסידי'ש און פון אינעווייניג זענען זיי דורכגעפוילט און זייערע ווערטער איז סם פאר אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#11 - זיי מתפלל פאר מיר אין אתרא קדישא מירון
חסידות, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך - ערב ל"ג בעומר, ה'תשע"ט


 


לכבוד מיין טייערע ליבע מאמע תחי'


איך האב יעצט געטראפן א שליח וואס פארט קיין מירון, האב איך זיך געפרייט אז איך וועל דיר קענען שיקן א בריוו.


איך בענק מיך זייער נאך דיר, איך האף אלעס איז דארט אין ארדענונג.


איך וויל דיר בעטן זאלט מיך מזכיר זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי, מיך און מיין ווייב און מיינע קינדער. מיר גייען יעצט חתונה מאכן אונזער עלצטע קינד ... נרו יאיר, דארפן מיר אסאך תפילות און זכותים, אין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי זאלן מיר שוין געהאלפן ווערן, יעדער מיט וואס ער דארף.


ווען דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו איז געקומען די ערשטע מאל צום הייליגן חוזה פון לובלין זכותו יגן עלינו, האט ער געהאט א פראגע אויף חסידים, פארוואס זיי זענען שטענדיג פרייליך, עס שטייט דאך אין שלחן ערוך, אין די ערשטע סימן אין אורח חיים, אז מען דארף זיין טרויעריג אויפן חורבן בית המקדש! האט אים דער הייליגער חוזה געענטפערט: "מיר חסידים זענען פרייליך פון אינדרויסן, צווישן מענטשן וכו' – זענען מיר בשמחה, אבער פריוואט, בינם לבין קונם – זענען מיר צעבראכן און מיר קלאגן אויפן גלות וכו'.


דאס זעלבע זאג איך דיר טייערע מאמע, ברבים געב איך דרשות פון התחזקות, עס זעט אויס אלעס אזוי גוט, אבער אין מיין הארץ אינעווייניג בין איך זייער צעבראכן, עס גייט אריבער אויף מיר אסאך שוועריקייטן, בעט איך דיר דו זאלסט מיך אינזין האבן אין דיינע תפילות, בפרט באתרא קדישא אין מירון ביים הייליגן תנא אלוקי און נאך צדיקים, איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט מיין ארבעט פון מחזק זיין בחורים צו דינען דעם אייבערשטן.

#10 - מען צעברעכט נישט קיין שטוב, זאל זיין וואס זאל זיין
שלום בית, חסידות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, ל"ח שובבי"ם, כ"ד שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בראכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט, וואס איז די מעשה? זיין ווייב איז אוועק פון אים, אים איבערגעלאזט מיט אלע קינדער - פארוואס? ווייל ער וויל נישט זיין א ... חסיד?! זאל ער צוריקגיין צו די חסידות, אבי זי זאל צוריקקומען; געוואלד און געשריגן, מען צעברעכט נישט קיין שטוב, זאל זיין וואס זאל זיין.


אויב די מעשה איז אזוי ווי איך פארשטיי - זאלסטו אים מחזק זיין ער זאל יא צוריק גיין צו זיין אלטע חסידות אז זיין ווייב זאל צוריקקומען; געוואלד און געשריגן, די קינדער וועלן דאך אלע ליידן! מען טאר דאס נישט טון.


זיי אים מחזק, לערן אים דעם רבינ'ס לימוד אז שלום בית איז נישט קיין קינדער שפיל, און אז די ווייב דארף מען מכבד זיין, די ווייב דארף מען העלפן; זע צו ראטעווען זיין שטוב.


געב א גרוס פאר דעם גבאי שלמה חיים נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#9 - טו אלעס אין דער וועלט צוריק צו גיין צו דיין ווייב
שלום בית, חסידות ברסלב, מורה דרך, חסידות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, ל"ט שובבי"ם, כ"ה שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, טו אלעס אין דער וועלט צוריק צו גיין צו דיין ווייב. עס איז בכלל נישט אינטערעסאנט ווער עס איז גערעכט, דו וועסט גארנישט האבן פון זיין גערעכט. וויי און ביטער איז דער מענטש וואס שטייט אויף זיינע רעכטן, דא רעדט מען פון האלטן די שטוב זאל נישט צעפאלן.


אז דיין ווייב וויל דו זאלסט געהערן צו די חסידות פון וואו ענק ביידע קומען - זאלסטו זיך נישט קריגן מיט איר, אפילו עס האט נישט קיין פשט א פרוי זאל אריינרעדן אין די זאך, וואס האט די פרוי זיך צו מישן וואו דער מאן זאל געהערן? דאך, למען השלום, למען הילדים - זאלסטו זיך נישט קריגן.


אז זי פארלאנגט דו זאלסט גיין צו טיפולים - גיי, אפילו טיפולים איז א דמיון; ווייל ווי קען דער מטפל העלפן א צווייטן - ווען ער קען זיך אליינס נישט העלפן... דאך זאלסטו גיין, אבי עס זאל ווערן שלום.


ביסט א פרישער מקורב ביים רבי'ן, דארפסטו וויסן אז מען קען נישט זיין אין ברסלב אן א ווייב, נישטא אזא זאך קומען צום רבי'ן אליינס אן א ווייב; זאלסטו אלעס טון צוריק צו שטעלן דיין שטוב.


רעד מיטן גבאי פון ענקער בית המדרש, ער וועט דיך מחזק זיין און מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן, אבי עס זאל זיין שלום.


זאל שוין זיין די גאולה און משיח צדקינו וועט מאכן שלום אויף די וועלט.

#8 - דארפסט נישט מורא האבן פון אן הקפדה
פחדים, צניעות, הפצה, שבת קודש, קריאת שמע, חסידות, וידוי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין פראגע, מען האט דיר מכבד געווען צו רעדן דיבורי התחזקות וכו' פאר פרויען און מענער אויסגעמישט, דו פרעגסט אויב דו זאלסט גיין זיי מחזק זיין; חס ושלום, גיי נישט רעדן אין א פלאץ וואו עס איז אויסגעמישט פרויען און מענער.


געב זיך זייער אכטונג נישט רעדן מיט פרויען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יג:): "אֵין אַפּוֹטְרוֹפוּס לָעֲרָיוֹת"; זיי מחזק מענער, אינגעלייט מיט בחורים. געדענק, די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה פד, ד): "אַבְרָהָם הָיָה מְגַיֵּר אֶת הָאֲנָשִׁים", אברהם האט מגייר געווען מענער, "וְשָׂרָה מְגַיֶּרֶת אֶת הַנָּשִׁים", און שרה האט גערעדט צו די פרויען, וד"ל.


בענין זאגן שבת קריאת שמע מיט די וידוי; שבת זאגט מען נישט קיין וידוי נאר איינער וואס לעבט מיט די מחשבה אז 'אפשר איז דאס מיין לעצטע נאכט?' אזא איינער קען זיך יא מתוודה זיין. דא האסטו ווערטער וואס מוהרא"ש זאגט (אשר בנחל חלק כח, מכתב ד' תקל): "אבל מי שחי בהרגשה כזו, שאולי זה יומו האחרון" ווער עס לעבט מיט די מחשבה 'אפשר איז היינט נאכט מיין לעצטע נאכט?' "הוא מתוודה", אזא איינער קען זיך מתוודה זיין, "אם אדם דבוק בהקדוש ברוך הוא, ויודע שהלילה הזה הוא יומו האחרון" אז א מענטש טראכט א גאנצן צייט פונעם אייבערשטן און ער ווייסט 'היינט איז מיין לעצטע נאכט בזה העולם', "לאדם כזה מותר לומר וידוי בשבת וביום טוב" אזא איינער מעג זאגן וידוי אום שבת.


אז מיר וועלן פאלגן אלע עצות פון מוהרא"ש וועלן מיר זוכה זיין צו זיין דבוק צום אייבערשטן, נישט מסיח דעת זיין פונעם אייבערשטן.


בנוגע וואס מען זאגט דיר אז עס וועט דיר שאטן די הקפדה פון דעם אדמו"ר וכו'; דארפסט זיך נישט זארגן, ער האט זיכער נישט קיין הקפדה אויף דיר, ער איז אן ערליכער איד, ער פריידט זיך זיכער אז דו ביסט געקומען צום רבי'ן, ער אליינס וואלט אויך אנטלאפן צום רבי'ן, נאר דו ווייסט דאך ווי אזוי עס גייט, אן אדמו"ר איז געבינדן אין קייטן וכו'.


האב נישט מורא פון קיינעם, האב נישט מורא פון קיין הקפדה; זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - א הערליכע שבת בראשית אין ישיבה מיט אנשי שלומינו
הפצה, צדקה, הדפסה, שבת קודש, פרנסה, אידיש געלט, לימוד התורה, חובות, ישיבה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, חסידות, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א הערליכע שבת איז געווען אין ישיבה מיט אנשי שלומינו. אנגעהויבן האט זיך עס פרייטאג צו נאכטס, די תפילות איז געווען זייער שיין, נאכן דאווענען זענען מיר ארויס אין א ריקוד כמנהג אנשי שלומינו.


שבת אינדערפרי איז געווען א שיינע שמועס וועגן חתונה מאכן אין ישיבה און נישט מאכן טייערע שמחות. איינער האט נישט פארשטאנען וואס פעלט אויס אזוי סאך צו רעדן פון דעם, האב איך אים געזאגט: "גיי ברענג מיר איינעם וואס האלט שוין נאכן חתונה מאכן צוויי דריי קינדער וואס האט נישט קיין איין דאלער חובות... איך רעד נישט פון גרויסע עשירים, איך רעד פון דורכשניטליכע אינגעלייט, ברוך ה' איך האלט נאכן חתונה מאכן דריי קינדער און איך קום נישט קיין איין פרוטה פאר קיינעם, נאר ווייל איך פאלג מוהרא"ש, איך מאך פשוט'ע שמחות, איך מאך זיך נישט נאריש. דעריבער רעד איך צו מיינע תלמידים אזוי סאך פון דעם, ווייל איך וויל ענק זאלן אויך קענען לעבן אן קיין איין פרוטה חובות".


עס איז א שאד מען שרייבט נישט אפ די שיינע שמועסן; אזוי וואלטן אלע געקענט מיטהאלטן די שיינע זאכן.


שחרית האב איך געדאווענט פאר'ן עמוד, איך האב עולה געווען די זיבעטע עלי', שביעי. ביי מיין עלי', בשעת דער בעל קורא האט געליינט דעם פסוק (בראשית ה, כט): "זֶה יְנַחֲמֵנוּ מִמַּעֲשֵֹנוּ וּמֵעִצְּבוֹן יָדֵינוּ" - האב איך געוואלט אנהויבן טאנצן פאר שמחה, ווייל דא איז דאך מרומז דער הייליגער רבי'ן; די תורה זאגט זֶה יְ'נַחֲמֵנ'וּ, דער רבי וועט אונז טרייסטן און אונז ארויסנעמען פון אונזער עצבות.


שבת אינדערפרי ביי ספורי מעשיות האבן מיר גערעדט נאכאמאל פון זיך אכטונג געבן פון חובות, מיר האלטן ביי די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג). דער רבי זאגט: "די פארלוירענע קינדער האבן זיך געמאכט גרויסע טארבעס, און געגאנגען אין די הייזער בעטן עסן"; דא זעט מען די עצה, אז אויב מען האט נישט קיין געלט - זאל מען גיין אין די הייזער קלייבן געלט צו קענען לעבן, און חס ושלום מאכן חובות.


מיר האבן גערעדט אז מען קען דאס טון אינאיינעם מיט הפצה. מען גייט ביי די הייזער, מען בעט צדקה פאר "א משפחה וואס האט נישט צו לעבן", און מען געבט א שיינע מתנה; אזוי איז מען א משפיע.


איך האב דערציילט פאר די אינגעלייט, א בחור איז צו מיר צוגעקומען פאריאר ראש השנה אין אומאן און מיר געזאגט אז ער וויל מנדב זיין דעם שער הבנין פונעם נייעם בית הדפוס. דער אינגערמאן וואס העלפט צאמנעמען די געלט פאר'ן נייעם בנין האט מיך געפרעגט אויב ער זאל דאס יענעם אוועקגעבן, האב איך אים געזאגט: "דו קענסט דא נישט גארנישט דערלייגן, אדער וועט ער דיר ברענגען געלט - אדער נישט". למעשה איז אריבער א יאר, און דער בחור נרו יאיר האט געברענגט במשך די יאר פאר'ן בית הדפוס פופציג טויזנט דאלער. דאס האט ער געטון אין די צייט פון נאך ישיבה, נאך זיבן אזייגער - פאר אפאר שעה.


איך האב אויפגעוויזן פאר די אינגעלייט, דו קענסט זיין אן ארבעטער, קענסט זיין אין כולל; אז דו גייסט הפצה אפאר שעה, אדער נאכמיטאג אדער פארנאכטס - קענסט פארדינען מער וואס א צווייטער פארדינט דורך ארבעטן א גאנצן טאג.


א צווייטע מעשה האב איך דערציילט, איך רוף אן א אינגערמאן אין שטעטל: "אפשר זוכסטו אן ארבעט? איינער זוכט אן ארבעטער", זאגט ער מיר: "איך דארף גיין ארבעטן? אויב דער ראש ישיבה הייסט מיר ארבעטן - גיי איך ארבעטן, איך וויל אבער זאגן פאר'ן ראש ישיבה, איך פאר ארויס פון שטעטל יעדן טאג דריי אזייגער - הפצה, איך גיי פאר צוויי שעה און איך ברענג אהיים איבער צוויי הונדערט דאלער א טאג, וואס פעלט מיר אויס ארבעטן?" זעט מען אז ווען מען גייט אין די הייזער מיט ספרים קען מען לעבן א שיינע ברייטע לעבן אן חובות.


נאכמיטאג אויפ'ן וועג צום שול האבן מיך קינדער נאכגעשריגן, אזוי ווי כסדר, איך האב דאס יעדן טאג, מען שפעט פון מיר. איך בין זייער פרייליך, אז מען שפעט פון מיר נישט ווייל איך האב איינעם בא'גנב'ט, נאר ווייל איך ברענג אריין דעם רבינ'ס עצות אין אידישע קינדער.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט, עס שטייט די וואך אין די פרשה (בראשית ג, כד): "וַיְגָרֶשׁ אֶת הָאָדָם וַיַּשְׁכֵּן מִקֶּדֶם", מען האט פארטריבן אדם הראשון פון גן עדן, מען האט אים געלייגט מקדם. זאגן אונז חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה כא, ט): 'מִקֶּדֶם' דאס איז דער 'גֵּיהִנֹם', דער אייבערשטער האט אים געוויזן דעם גיהנום, זאגן די הייליגע חכמים, אדם הראשון האט זיך זייער דערשראקן, ער האט געפרעגט דעם אייבערשטן: "מִי מַצִּיל אֶת בָּנַי מֵאֵשׁ לוֹהֶטֶת זוֹ", ווי אזוי וועלן מיינע קינדער זיך ראטעווען פון דעם שרעקליכן גיהנום? האט אים דער אייבערשטער געזאגט, דורך "חֶרֶב תּוֹרָה", דורך די שווערד פון לערנען די הייליגע תורה; אז מען לערנט תורה איז מען זוכה זיך צו ראטעווען פון אלעם שלעכטס.


אזוי אויך, ווער עס לערנט תורה - ראטעוועט זיך פון די ברענעדיגע יצר הרע וואס ברענט מיט אלע תאוות און אלע שלעכטס. ווייל מען קען נישט פארלעשן די פייער - נאר דורך לערנען תורה, אז מען מאכט זיך א שיעור אין חומש רש"י, משניות און גמרא וכו' - קען מען אויסלעשן די גיהנום.


אויך האבן מיר גערעדט אז מען זאל זיך נישט דרייען ביינאכט אינדרויסן פון שטוב, נאר בלייבן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער אביסל העלפן, אביסל שמועסן און אסאך לערנען.


נאך מעריב האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא, און שפעטער איז געווען א שיינע מלוה מלכה ביי מיר אין שטוב מיט א מנין בחורים, יעדער האט דערציילט זיינע מעשיות פון הפצה און זיינע מעשיות פון תפילה.


ישיבה הויבט זיך אן ראש חודש חשון, זאג דיינע בחורים זאלן ברענגען א מסכת נדרים; ראש חודש הויבן מיר אן א פרישע מסכתא, מסכת נדרים, יעדן טאג לערנען מיר א בלאט גמרא. און דיין ישיבה קטנה בחור זאל אויך ברענגען א מסכת סוכה, מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א לערנט פאר נאך פרישטאג מסכת סוכה. איך וועל אם ירצה ה' פארלערנען יעדן טאג איינס דרייסיג דעם בלאט גמרא, און נאכמיטאג נאך מנחה לערנט דער מגיד שיעור פאר שלחן ערוך הלכות שבת, דיין זון זאל ברענגען א שולחן ערוך הלכות שבת, דעם זמן וועלן זיי לערנען די הלכות פון בישול בשבת, סימן שי"ח.


מארגן ערב ראש חודש זאגט מען נישט יום כיפור קטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - עס איז יעצט א שעת חירום, מען מוז טון צו די זאך
אמונה, התחזקות, הפצה, זיכוי הרבים, חסידות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיין התמדת התורה, דו לערנסט טאג טעגליך צענדליגער בלעטער גמרא; וואויל איז דיר.


יעצט וויל איך דיר בעטן דו זאלסט מיט יעדן איינעם רעדן דיבורי אמונה, דיבורי התחזקות. עס גייט אריבער אויף מענטשן אזעלכע שווערע צרות ויסורים, נישטא איינער וואס זאל נישט האבן זיינע שוועריקייטן, עס איז יעצט א שעת חירום צו רעדן מיט יעדן פון רבינ'ס ווערטער, אנטרינקען די דורשטיגע - פון רבינ'ס קוואל.


דעריבער, וועם דו טרעפסט, וועם דו זעסט - זאלסטו רעדן דיבורי אמונה והתחזקות, ביז יענער וועט אזוי נתעורר ווערן און דיר פרעגן: "פון וואו האסטו אזעלכע ווערטער? ווי קומט צו א פשוט'ער בעל עגלה (אמאליגע צייטן וואלט מען דיך גערופן בעל עגלה, איינער וואס טראגט און ברענגט מענטשן) אזעלכע פייערדיגע ווערטער פון תכלית?" וועסטו ענטפערן: "עס איז דא א רבי וואס ליגט אין אומאן, זיינע ספרים לערן איך, דארט איז דא צו געפונען אזעלכע חיזוק פאר אלע מצבים", אזוי וועלן אלע מקורב ווערן צום רבי'ן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#5 - וואויל איז דעם וואס שווייגט אפ אויף בזיונות
מחלוקת, וויכוחים, בזיונות, סיפורי צדיקים, חסידות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


אז אייער שוועסטער טשעפעט אייך וועגן ברסלב, מען שפעט פון היכל הקודש, מען העצט אויף די משפחה קעגן אייך - זאלט איר נישט צוריק טשעפען.


דער רבי האט אונז געלערנט: "ענדערש זיין פון די נרדפים, ווי איידער זיין פון די רודפים", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח:): "הַנֶּעֱלָבִים וְאֵינָם עוֹלְבִים", די וואס ווערן פארשעמט און זיי פארשעמען נישט צוריק, "שׁוֹמְעִין חֶרְפָּתָם וְאֵינָן מְשִׁיבִין", זיי הערן ווי מען שענדט זיי און ענטפערן נישט, "עוֹשִׂים מֵאַהֲבָה וּשְׂמֵחִים בְּיִסּוּרִים", זיי דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט און פרייען זיך מיט אלעס וואס דער אייבערשטער שטראפט זיי, אויף זיי זאגט דער פסוק (שופטים ה, לא): "וְאוֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ", לעתיד לבוא ווען משיח וועט קומען וועלן זיי שיינען דריי הונדערט און דריי און פערציג מאל שטערקער ווי די זון שיינט יעצט.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז דער טשערינער רב זכרונו לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפ'ן וועג איז געקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רב א שטיק צואה. דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם, ער איז ווייטער געגאנגען כאילו לא הי'. דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט'ן רב האט זיך אויסגעדרייט צום מתנגד און געשריגן אויף אים "שגץ, שעם זיך, דרך ארץ!" און דער מתנגד האט צוריקגעשריגן וכו', האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך, דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן שווייגן", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".


וואויל איז דעם וואס שווייגט אפ אויף בזיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4 - בלייב אין שטעטל און מאך שיינע הקפות
אומאן, סוכות, חסידות, שמחת תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב איבער פאר די משפחות אין שטעטל, קיינער דארף נישט קומען קיין וויליאמסבורג צו מיר אויף שמחת תורה. מיר זענען ברסלב'ער חסידים, מיר דארפן פארן איינמאל א יאר צו אונזער רבי קיין אומאן אויף ראש השנה, מער פון דעם דארף מען נישט; געלויבט דעם אייבערשטן אלע האבן זיך אנגעשטרענגט און געפארן קיין אומאן, מיר האבן זוכה געווען צו טון דעם רבינ'ס ווילן, דער רבי איז אונז אלע מתקן.


איך ווייס נישט ווער עס מאכט די ווינט אז אלע דארפן קומען אויף שמחת תורה, געב איבער פאר אלעמען אז יעדער זאל טון וואס איז אים באקוועם, וואס איז אים גוט. און דיר בעט איך באזונדער, בלייב אין שטעטל, מאך שיינע הקפות. זינג און טאנץ מיט אנשי שלומינו, מאך נאך די שיינע הקפות פון ישיבה וואס דו האסט בייגעוואוינט אלע יארן, מאך עס נאך אין שטעטל.


געדענקסט אוודאי וואס איך טו מיט די קינדער צווישן די הקפות, ווי איך זינג מיט זיי, איך רעד צו זיי און טאנץ מיט זיי.


חתימה טובה.

#3 - אשרינו טויזנט מאל, אז מיר זענען ביי א רבי וואס נארט אונז נישט
חסידות ברסלב, מחלוקת, חסידות, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל פארשטיין, דו ווייסט דאך אביסל וואס טוט זיך אין אנדערע חסידות'ן, דו קענסט דאך די פאליטיק וואס טוט זיך אין אנדערע פלעצער וואו מען קריגט זיך ארום ווי קליינע קינדער; פאר אביסל כבוד, פאר אביסל דמיון איז מען גרייט יענעם אויפצועסן לעבעדיגערהייט; איך וויל דיר פרעגן, וואס האבן מיר זיך צו שעמען פון אנדערע פלעצער? וואס איז אזא בושה צו זיין א ברסלב'ער?!


עס איז א בושה צו א ... חסיד, א ... חסיד - וואס די גאנצע עקזיסטענץ פונעם פלאץ איז נאר תאוה, שררה, קנאה און שנאה; וואס איז אזא בושה צו זיין א תלמיד היכל הקודש, וואס די גאנצע קאפ, מח מחשבה איז נאר רצונות און כיסופים צו זיין אן ערליכער איד, מען גייט התבודדות, מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן נארן.


וואס פארקויפט ... רבי? וואס?! וואס פארקויפט ... רבי? וואס?! שטייט מיט א פארמאכטע האנט, אלע חסידים לויפן זיי נאך און ווילן זען וואס דער רבי האט אין זיין האנט, און ביים סוף, ווען דער מלאך המות וועט קומען וועט דער רבי עפענען זיין ליידיגע האנט און עס וועט גארנישט נוצן.


אשרינו טויזנט מאל, אז מיר זענען ביי א רבי וואס נארט אונז נישט.

#2 - בלייב ווייטער ביי דיין חסידות, און ווארעם דיך מיט די הארציגע זמירות
ניגונים, משניות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, חסידות

בעזרת ה' יתברך


                                     יום א' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חיפה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן די ערשטע מאל ששה סדרי משנה אין דיין לעבן; אויך האסטו שיעורים אין בבלי און ירושלמי. דער טעם וואס מען שפירט ווען מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו) - דאס קען מען נישט מסביר זיין, מען שפירט א טעם פון גן עדן, מען שפירט זיך גליקליך און צופרידן.


בלייב ביי דיין חסידות, גיי ווייטער צום טיש, זינג די זמירות און די ווארעמע ניגונים; דאס וועט דיר עפענען דיין הארץ. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן סימן רעג): "טוֹב לְהָאָדָם לְהַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ שֶׁיּוּכַל לְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמוֹ עִם אֵיזֶה נִגּוּן", עס איז זייער גוט מען זאל זיך מחי' זיין מיט א ניגון, "כִּי נִגּוּן הוּא דָּבָר גָדוֹל וְגָבוֹהַּ מְאֹד מְאֹד וְיֵשׁ לוֹ כֹּחַ גָדוֹל לְעוֹרֵר וּלְהַמְשִׁיךְ אֶת לֵב הָאָדָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווייל מיט א ניגון קען מען זיך זייער אויפוועקן צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


לערן ווייטער אויפ'ן דרך הלימוד פון רבי'ן; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין. דער רבי האט דערציילט ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, אות ח): "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנַיוֹת וְלֹא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלֹא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאֹד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - אויסזאגן תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש, אן אויסרעדן
כיבוד אב ואם, תהלים, מוהרא"ש, חסידות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, בפרט אין די מצוה פון כיבוד אב ואם.


מען האט זיך נישט וואס צו שעמען מיט עלטערן; דער רבי לערנט אונז מיר זאלן טון די מצוות פונעם אייבערשטן מיט שמחה, מיט פרייליכקייט. מען זעט דאס באשיינפערליך ווי ברסלב'ער חסידים זענען מכבד טאטע מאמע אויסנאם שיין; מען רעדט שיין, מען ענטפערט נישט.


בנוגע אייער פראגע וועגן אויסרעדן וכו'; מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז אויב מען וועט זאגן תהילים ביי זיין ציון וועט ער נישט רוען ווי לאנג דער בחור אדער מיידל וועלן טרעפן זייער זיווג, זאלט איר זאגן גאנץ תהילים אן אויסרעדן.


בנוגע געבן די הענט וכו'; העכער די ניין יאר דארף מען שוין אכטונג געבן.


א גמר חתימה טובה.