בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בלייבט געטריי דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער אייך העלפן
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב שוין געשריבן פאר אייער טאכטער זי זאל זיך שטארקן, זי זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


צעברעכט אייך נישט, בלייבט שטארק מיט די אמונה, קלאפט אייך נישט אראפ מיט די מעשיות וואס האט פאסירט מיט אייערע קינדער; בלייבט געטריי דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער אייך העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.