בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעט אויף א קלארע לויטערע אמונה
תפילה והתבודדות, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך אזוי צו דיר, איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז גוט ביי דיר, ביי דיין משפחה מיט דיין ווייב און קינדער.


בעט אויף אמונה, בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף א קלארע לויטערע אמונה, ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לב), ווער עס האט אמונה, אפילו ער גייט אריבער שווערע טעג חס ושלום, "יוּכַל לְנַחֵם עַצְמוֹ", קען ער זיך טרייסטן, "וּלְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמוֹ", און זיך מחי' זיין, "כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו", אז דער אייבערשטער וועט זיך דערבארעמען אויף אים, און אז אלעס איז לטובה און פאר זיין כפרה, "וּבַסּוֹף יֵיטִיב לוֹ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און ביים סוף וועט אים דער אייבערשטער גוט מאכן, "בָּעוֹלָם הַזֶּה אוֹ בָּעוֹלָם הַבָּא", אדער דא אדער שפעטער, אבער אן אמונה ווען מען גייט אריבער שוועריקייטן האט מען זיך נישט צו וועם צו ווענדן, נישטא קיין טרייסט.


דאס רעדן צום אייבערשטן און דאס בעטן דעם אייבערשטן, דאס אליין בויט אויף די אמונה, מען ווערט שטערקער און קלארער מיט די אמונה.


שכוח פאר אלעס וואס דו העלפסט די קהילה, דער רבי וועט דיר נישט שולדיג בלייבן.