בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, אמונה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, זכור, ח' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


די וואך שבת איז "שבת זכור" וואס איז זייער א גרויסער שבת, מיר האבן דעם שבת א מצוה אויסצומעקן עמלק.


בנוגע אויב פרויען דארפן הערן פרשת זכור; עס זענען דא פרויען וואס זענען זייער מקפיד צו גיין אין שול הערן פרשת זכור, וואודעראום זענען דא פרויען וואס קומען נישט אן צו גיין אין שול, פארלאזן זיי זיך אויף פורים אינדערפרי ווען מען גייט הערן די מגילה, וואס דעמאלט קען מען קומען אפאר מינוט פריער און הערן ווי דער בעל קורא ליינט די פרשה פון ויבא עמלק.


דער עיקר דארף מען אויסמעקן עמל"ק דורך ארויסגיין פון אלע ספיקות און קשיות אויף די אמונה; עמל"ק ברענגט אריין א קאלטקייט אינעם מענטש, אזוי ווי ביי עמל"ק שטייט (דברים כה, יח): "אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶּרֶךְ"; טייטשן די צדיקים, אז עמלק קילט אפ דעם מענטש און ברענגט אריין אין אים מחשבות אז די וועלט פירט זיך מיט טבע, מקרה און מזל.


אויף דעם זענען דא די הייליגע צדיקים וואס האלטן מלחמה מיט עמל"ק, זיי זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן און ברענגען איין אין אונז א שטארקע אמונה אז מיר זאלן גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה און מזל, נאר אלעס אויף דער וועלט איז דער אייבערשטער. דער אייבערשטער איז אין יעדע זאך - אין דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס פונעם אייבערשטן, און אז אלעס וואס מען דארף זאל מען נאר בעטן פונעם אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז ווען ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט ער זיך צוגעוואוינט נישט צו בעטן פון קיינעם קיין טובות - נאר פונעם אייבערשטן; ווען ער האט געדארפט עפעס בעטן פון איינעם האט ער קודם געזאגט שטילערהייט: "הייליגער באשעפער" און נאכדעם ממשיך געווען הויך אויפן קול: "קענסט מיר העלפן וכו'?" יענער האט געטראכט אז ער בעט דאס פון אים, אבער מוהרא"ש האט גערעדט צום אייבערשטן. איינמאל איז ער געגאנגען קויפן מילך און די מילך איז געלעגן ביי די פלאץ וואו דער געשעפטס מאן איז געשטאנען און ער האט דאס געדארפט בעטן פונעם געשעפטס מאן, האט זיך מוהרא"ש אנגערופן - אזוי ווי שטענדיג: "אייבערשטער, קענסט מיר געבן א פלעשל מילך?" דער געשעפטס מאן קוקט אויף מוהרא"ש מיט גרויסע אויגן און פרעגט אים: "וואס זאגסטו?..." האט זיך מוהרא"ש גלייך געכאפט אז ער האט פארגעסן צו זאגן דאס ווארט 'אייבערשטער' שטילערהייט; עד כדי כך האט ער זיך צוגעוואוינט צו רעדן שטענדיג נאר צום אייבערשטן.


אזוי זאלסטו טון, יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו נאר בעטן דעם אייבערשטן, בפרט ווען דו צינדסט ליכט זאלסטו בעטן אלע דיינע בקשות. עס זענען דא פרויען וואס זאגן בשעת הדלקת הנירות תחינות; עס זענען דא פרויען וואס ביי זיי פירט מען זיך צו זאגן א ספעציעלע קאפיטל תהילים; עס זענען דא פרויען וואס זאגן בכלל נישט קיין תחינות וכו', נאר זיי בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער אייגענע שפראך; יעדער זאל זיך פירן מיט זיינע מנהגים, אבער ווען דו ענדיגסט זאגן דיינע תחינות וכו' לייג ארויף די הענט אויף דיינע אויגן און בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך אלעס וואס דו דארפסט וועסטו זען א ישועה.


רבי נתן זכרונו לברכה האט געבעטן זיין ווייב און טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, אזוי זאלסטו אריין שיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; דאס זעלבע זאלסטו אויך בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיגע אזוי זאלסטו ליכטיג מאכן פאר אלע אידן. העלף ארויס אלע וואס מוטשען זיך מיט שוועריקייטן, מאך ליכטיג פאר מיין מאן און קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, וכו' וכו'".


א פרייליכן שבת.