בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
יעדעס מאל ווען דו שיקסט מיר א בילד פון די שיעור וואס מען לערנט פאר ביי אייך אין בלומינגראוו בין איך זיך זייער מחי'.
איך וויל וויסן ווער פון די תלמידים קומען צום שיעור טאג טעגליך, אזוי קען איך מחזק זיין סיי די וואס קומען, און סיי די וואס קומען נישט אז זיי זאלן אויך האבן א שיעור אין גמרא און אויך האבן שייכות מיט אנשי שלומינו.
מען קען זיך גארנישט פארשטעלן צו וואס מען קען זוכה זיין אז מען האט גוטע חברים; אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא אז דער הייליגער רבי חנינא האט געזאגט (תענית ז.): "הַרְבֵּה לָמַדְתִּי מֵרַבּוֹתַי", איך האב געלערנט אסאך תורה פון מיינע רבי'ס, "וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", און פון מיינע חברים האב איך געלערנט מער ווי פון מיינע רבי'ס; זעט מען פון דעם אז מען דארף האבן גוטע חברים מיט וועם מען טרעפט זיך און מען איז זיך מחזק.
זאלסטו מיר כסדר שיקן בילדער ווי מען לערנט אינאיינעם, אויך זאלסטו מיר שרייבן אלע פרטים ביי אייך אין שול; איך וויל זייער שטארק מען זאל זיך האלטן אינאיינעם, "אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ יַעְזֹרוּ וּלְאָחִיו יֹאמַר חֲזָק (ישעיהו מא, ו)", מען זאל זיך העלפן איינער דעם אנדערן, און דער עיקר דיבורים זאל מען רעדן נאר פון תכלית.
איך האב געמאכט ביי מיר אז יעדעס מאל ווען עס קומען בחורים אדער יונגעלייט בעט איך פון יעדן איינעם ער זאל מיר דערציילן א מעשה פון 'הפצה'; סיי לטוב און סיי פארקערט, ווער עס האט גענומען און ווער עס האט צעריסן, ווער עס זאגט אז ער איז זיך מחי' און ווער עס זאגט עס איז איבעריג.
אויך פרעג איך ווער עס האט א מעשה פון 'תפילה', א זאך וואס מען האט געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט געהאלפן, אזוי פארגעסט מען נישט פונעם ציל פארוואס מיר זענען געקומען צום רבי'ן.
זאלסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע דיינע חברים וואס דאווענען און האלטן מיט די שיעור ביי אייך.
מארגן וועט זיין א פרויען צוזאמקום אין ישיבה, אז דו ווילסט האבן דעם שיעור דאס צו ווייזן אין קרית יואל זאלסטו זיך פארבינדן מיט ... נרו יאיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.