בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעסער אויסצומיידן פראבלעמען
צרות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב אסאך מער געוואלט זיין מיט אייך אין ירושלים; די סיבה פון מיין נסיעה איז טאקע געווען צו זיין ל"ג בעומר ביי רבי שמעון אין מירון, אבער אויך איז געווען די סיבה צו קענען זיין אין ירושלים, אין בית המדרש היכל הקודש זיך מחזק זיין מיט די טייערע חברים.


זייט נישט בייז אויף מיר אז איך בין נישט אנגעקומען צום שיעור, איך האב געדארפט מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה - איז קלוג; עס איז דארט געקומען א משפחה, זיי האבן געוואלט מאכן א טומל. א צעבראכענע משפחה וואס זוכן ווי זיי קענען מאכן פראבלעמען, דעריבער האב איך מחליט געווען נישט צו גיין. נישט אז איך האב מורא פון זיי, איך האב פון קיינעם נישט מורא; איך בין שוין איבערגעגאנגען די אלע זאכן און ערגערע זאכן, פון ווען די ישיבה שטייט איז אלץ דא פרישע מענטשן וואס ווילן אויסרייסן דעם פלאץ. איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש אויסצומיידן פראבלעמען, וואו עס איז דא פראבלעמען - נישט אהין צו גיין, איך וועל בקרוב זיין מיט ענק אויף מער ווי א שיעור.


שטארק זיך מיט'ן רבינ'ס עצות און חיזוק; לערן דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) און זיי זיך מתבודד. זיי מחזק יעדן איינעם, זיי עוסק אין הפצה; און געב א גרוס פאר אלע חברים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.