בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#114 - סדר הנסיעה קיין ארץ ישראל, פרשת ויחי תשפ"ו
התחזקות, קברי צדיקים, מוסדות, נסיעה, ישיבה, הדרכות, ארץ ישראל, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב זוכה געווען זיך אריבער צו כאפן פאר אפאר טעג קיין ארץ ישראל, זיך שטארקן מיט די חברים תלמידי היכל הקודש.


מיט מיר איז מיט געקומען האברך יעקב שאול נרו יאיר, אויך איז געפארן דער גבאי פון די ארץ ישראל'דיגע מוסדות, ר' אהרן וועבערמאן נרו יאיר, ער איז געפארן מוצאי שבת, א טאג פאראויס, אנצוגרייטן די מסיבה פאר אלע וואס העלפן די מוסדות.


מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכט, מעריב האב איך געדאווענט מיט די בחורים אין ישיבה, אויך האב איך נאך אנגעיאגט צו געבן א שיעור פאר די בחורים, מיר האבן געלערנט די מעשה ווי דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ב), אז די בת קיסר האט זיך גענייט מאנצבילשע קליידער וכו'; מיר האבן גערעדט פון די מעלה צו קענען זיין א משפיע, א מאן, נישט קיין מקבל, א פרוי; יעדע מאל מען קומט צווישן מענטשן זאל מען נישט ווארטן צו באקומען פון אנדערע – אויפמערקזאמקייט, נאר זיין א געבער, געבן פאר אנדערע גוטע ווערטער און געבן פאר אנדערע תשומת לב.


די טיקעטס האב איך געמאכט ביי אלי' קנאלל נרו יאיר, און ער האט מיך געטראגן צום עירפארט. אין עירפארט איז אלעס אריבער בשלום, אויך די וועג איז געווען זייער גרינג און געשמאק. יענקי האט מיט געברענגט קאווע מיט שאקאלאד, איך האב אביסל געשריבן בריוו, נאך א קורצע צייט האט מען געדאווענט שחרית און נאך א קורצע צייט מנחה.


מיר זענען אנגעקומען מאנטאג נאכט, מיר זענען גלייך געפארן קיין בני ברק צו די יארצייט סעודה פון מוהרנ"ת. שמעון עוזר פערל האט מיך אפגעווארט און גענומען קיין בני ברק, ער האט שוין חזקה אלע יארן מיך צו דרייווען. ער האט דאך אלעס אנגעהויבן; ביי אים אין שטוב האט מען געעפנט די ערשטע שול, ביי אים אין שטוב האט מען געעפנט די חדר, די סקול, און ביז היינט איז ביי אים אין שטוב די בית הדפוס. ער האט א קלענערע דירה ווי דיר, און ביי אים אין שטוב דרוקט מען אלעס, עס שטייט א גרויסע מאשין מיט צענדליגע קעסטלעך פאפיר, אזוי ווי ביי רבי נתן איז געווען אין שטוב א דפוס, און ער דרוקט פאר אלע מפיצים די וועכנטליכע גליונות און קונטרסים, עצתו אמונה.


דער גבאי פון די מוסדות ר' אהרן נרו יאיר האט אלעס צוגעגרייט, עס איז געווען זייער שיין און זייער פרייליך. מיר האבן גערעדט פון מוהרנ"ת, די סיפור התקרבות און נאך שיינע זאכן. אויך האט מען געפרעגט אפאר שאלות, איינע פון די שאלות איז געווען ווי אזוי קען מען האבן דא אין היכל הקודש א מורה דרך ווען מען קען נישט צוקומען און ווען מען פרעגט, מען שיקט שאלות - באקומט מען נישט קיין ענטפער; מיר האבן גערעדט אז אין די וועלט איז די שייכות פון א תלמיד מיט א רבי בעיקר אויף טעכנישע זאכן, אנדערש איז ביים רבי'ן וואס דער עיקר שייכות מיטן רבי'ן איז אויף עבודת השם, ווי מען קען זיך נאכאמאל באנייען, און ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו זיין א צדיק, און די סארט פראגעס דארף מען נישט קיין פערזענליכע תשובות, מען קען הערן די תשובות ביי די שיעורים און ביים לערנען די ספרים; עס איז כדאי אויסצוהערן דעם שמועס, אזוי וועסטו דאס קענען אריינלייגן אין דיינע תלמידים, ווייל דאס איז דער עיקר וואס מען דארף רעדן מיט תלמידים, זיי מחזק זיין זיי זאלן הערן שיעורים און לערנען די קונטרסים, און איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי אז איך הער אז ענק האבן מבטל געווען די שיעור פון נאכמיטאג, די שיעור התחזקות, דאס איז דאך דער עיקר פון די ישיבה; אלע יארן איז געווען דער שיעור דער עיקר פון די ישיבה וואס מען האט געלייגט א שטארקע געוויכט אז אלע בחורים זאלן הערן די שיעור, ווייל נאר מיט חיזוק, נאר מיט די עצות פון רבי'ן - קען מען אנגיין, איז פארוואס האבן ענק מבטל געווען די שיעור? איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי, איך שטרעג זיך אן צו געבן די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג נאר ווייל איך ווייס אז ענק האלטן מיט די שיעור, איז פארוואס האבן ענק מבטל געווען די שיעור? דאס האט מיך געמאכט איך זאל נישט געבן קיין שיעור אין ישיבה נישט זונטאג און נישט מאנטאג, אפילו אין ארץ ישראל זיצט דער מגיד שיעור יעדן טאג מיט אלע בחורים און זיי האלטן מיט די שיעור פון א טאג צוריק, אלע זיצן, מען קען דעמאלט גורס זיין משניות גמרא וכו', אבער אלע מוזן זיצן און הערן די שיעור, ווייל דאס איז אזוי וויכטיג, די יראת שמים און די חיזוק.


נאכן מסיבה זענען אלע אריבער געבן שלום, נאכדעם האבן מיר געדאווענט מעריב. איך בין געבליבן נעכטיגן אין בני ברק אין שטוב פון ר' יואל לעווי דער גבאי אין בני ברק, ער האט אנגעגרייט א נאכטמאל, איך האב נישט געהאט חשק צו עסן, איך עס נישט געווענליך פלייש נאר שבת, אבער אז מען קומט צו איינעם אין שטוב און יענער גרייט אן - איז ריכטיג צו עסן, ווייזן אז מען האט הנאה וואס זיי האבן געמאכט.


איך האב געוואלט טרינקען קאווע, מיר איז וויכטיג קאווע אז ביום התענית זאל איך נישט באקומען קאפ וויי. איך האב אהיים גערופן, גערעדט מיט מיין ווייב, געליינט קריאת שמע און געבעטן ר' יואל זאל מיך וועקן פארן עלות.


פיר דרייסיג פארטאגס האב איך זיך אויפגעוועקט, איך האב געטרינקען קאווע און געלערנט אביסל משניות. אויך ר' יואל האט זיך אויפגעוועקט, מיר האבן אביסל געשמועסט ווי גליקליך מיר זענען אז מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן אין חדר היכל הקודש. מיר זענען געגאנגען אין מקוה, משה רעכניצער האט אונז גענומען מיט זיין קאר צו די מקוה. עס איז נאך געווען פרי, זענען מיר געגאנגען אביסל לערנען אין חדר, דארט איז געקומען נאך אפאר מלמדים, אבא חייא, מען האט געשמועסט שיינע זאכן. לכתחילה האט מען אפגעשמועסט אז מען וועט מאכן דארט א מנין מיט די מלמדים איידער די קינדער קומען, שפעטער האב איך זיך געכאפט אז דאס איז נישט לכתחילה, צו מטלטל זיין א ספר תורה, זענען מיר געגאנגען דאווענען אין א שול נעבן דעם חדר, איך האב דארט עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, ר' יואל לעווי האט מיר געקויפט די עליה, נאכן דאווענען בין איך געבליבן לערנען אביסל.


מיר זענען געווען באזוכן אין חדר אין בני ברק די דריי כיתות, ערשט די עלצטע כיתה פון ר' אבא חייא רייזמאן, די קינדער האבן געזינגען זייער שיין די "ואני – אין איך יעקב", יעצט איז ר' אבא חייא פארנומען מיט זיך פארהערן די הוראה, האט איבערגענומען דער זון פון ר' יואל לעווי, וואלווי, ער איז זייער א גוטער מלמד, אויך איז דארט נאכמיטאג דער מלמד חיים יאקאבאוויטש; אויך די מיטלסטע כיתה איז דער מלמד יודא דוד לעווי דער זון פון ר' יואל לעווי, זייער א גוטע מלמד, און די דריטע כיתה איז די יונגסטע כיתה, דער מלמד איז ר' ישראל סופר, זייער א גוטע מלמד.


ביי ענק אין שטעטל איז שוין היינט דא אלע כיתות, אבער דו געדענקסט אודאי ווי אזוי מיר האבן געעפנט די חדר מיט זיבעצן יאר צוריק, תש"ע, מיט דריי כיתות. דו ביסט אריינגעקומען אין די עלצטע כיתה, און אזוי האבן מיר געצויגן אסאך יארן ביז מען האט שוין היינט אלע כיתות. אזוי וועט זיין אויך אין ארץ ישראל, יעצט איז דא ווייניג קינדער, לערנען די קינדער פון אפאר יאר אינאיינעם, און שפעטער וועט זיין גענוג קינדער פאר אלע כיתות.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין יבנאל, איך האב געוואלט פארן פריוואט מיטן מנהל יצחק פאפנהיים, אזוי קענען מיר רעדן אלעס פון די מוסד, ער האט אזויפיל זאכן צו רעדן מיט מיר, זאכן וואס זאמלען זיך אן במשך די יאר, און טאקע אזוי, איך בין מיט אים געפארן פריוואט, און אויפן וועג האבן מיר גערעדט ווי אזוי צו מאכן שענער און בעסער די חדר און די סקול. מיר זענען אריבער געגאנגען אלע מלמדים און אלע טיטשערס, ברוך ה' אלע זענען זייער טייער, יעדער האט זיינע מעלות פאר די קינדער. אינמיטן וועג האב איך געטראכט אז איך בין שוין סיי ווי אין גליל, לאמיר זיך אריבערכאפן צו רבי שמעון און צו רבי מאיר מתפלל זיין פאר מיר און פאר אלע תלמידים; מיר האבן געטוישט די פלאן, מיר האבן געטראכט אז מיר וועלן גיין ערשט קיין מירון און נאכדעם קיין יבנאל און טבריה.


איך בין געגאנגען מתפלל זיין ביי קברי אבות, ביי מיין זיידע באבע, אויבן אויפן בארג אין מירון ליגן זיי, העכער די ציון פון קבר התנא אלוקי רבי יוחנן הסנדלר, אויך האב איך געדאווענט ביי רבי יוחנן הסנדלר, און אויך האב איך זיך מתבודד געווען און זיך מתבודד געווען ביי וכו', פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רבי שמעון. ערשט האבן מיר געדאווענט מנחה, מען האט געליינט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך וויל עולה זיין, און דער וואס האט אויסגערופן האט מיר געגעבן אן עליה, נאכדעם האב איך געזאגט די תפילה פון ליקוטי תפילות פון "לכו חזו", איך האב דאס איבערגעזאגט דריי מאל, איך האב זייער געוויינט צו רבי שמעון זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך האב זייער ליב די תפילה ווי מוהרנ"ת דאווענט צום אייבערשטן ער זאל העלפן אז די צדיקים זאלן זיך וויסנדיג מאכן פון אונז און אונז נישט אוועק ווארפן; אוי איז דאס א וויכטיגע תפילה, ווייל מיר קענען נישט אליינס, מיר דארפן די צדיקים זאלן אונז מחזק זיין און מקרב זיין צום אייבערשטן.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין טבריה צום הייליגן רבי מאיר בעל הנס, דארט האב איך געטראפן אנשי שלומינו פון יבנאל, טבריה און פון בני ברק, איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים און זיך גוט מתבודד געווען, אויך האב איך געצינדן א לעכט מיט שמן זית לזכות התנא רבי מאיר. מוהרא"ש זאגט אין די בריוו אז דאס איז מסוגל פאר ישועות, איך האב באזונדער געבעטן פאר אלע תומכים וואס העלפן מיר חודש'ליך מיט געבן צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס פאר אונזערע מוסדות, זיי נעמען אראפ פון מיר די שווערע לאסט וואס איך טראג, די מוסדות אין ארץ ישראל קאסט חודש'ליך אכציג טויזנט דאלער; עס קומט אריין שכר לימוד בערך צען פופצן טויזנט און די איבריגע ליגט אויף מיר צו שאפן, און ברוך השם דער גבאי ר' אהרן וועבערמאן האט אויפגעשטעלט א קרן הצלה וואס ברענגט אריין חודש'ליך כמעט די גאנצע געלט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן זאל ערפילן אלעמענ'ס בקשות.


מיר האבן געדאווענט מעריב ביי רבי מאיר און פון דארט בין איך געפארן צום שטוב פון ר' יוסל סאקס דער גבאי און מלמד פון טבריה, ער האט צוגעשטעלט פיינע מזונות מיט פיינע קאווע, עס איז געווען זייער געשמאק, מען האט אביסל געשמועסט, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין יבנאל, נאר צוליב דעם בין איך געפארן קיין צפון, איך קען נישט קומען קיין ארץ ישראל אן גיין צו מיין רבי מוהרא"ש, איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן פאר מיר, געבעטן פאר אנשי שלומינו און פאר די גאנצע קהילה.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין אלעד צום שטוב פון נח לוין, ער האט אנגעגרייט א סעודה פאר אלע תומכים פון 'קרן הצלה', די וואס שטיצן חודש'ליך די מוסד, דער גבאי ר' אהרן ווערבערמאן העלפט מיר זייער מיט די 'קרן', ער האט דאס אנגעגרייט.


ער האט אנגעגרייט א סעודה, ער האט געבעטן איך זאל זיך וואשן נטילת ידים, איך האב געזאגט אז אויב איינער וועט מאכן א סיום וועט עס זיין א סעודת מצוה וועל איך זיך וואשן. דארט איז געווען אנשי שלומינו וואס האבן גלייך געמאכט סיומים אויף בבלי און אויף משניות, עס איז געווען גאר א שיינע סעודה, עס האט זיך געצויגן אין די נאכט אריין, מען האט געשמועסט פון די מתנות וואס מען איז זוכה צו באקומען אין היכל הקודש, די חינוך ביי די קינדער און די שלום בית. איך האב אנגעהויבן רעדן צו אנשי שלומינו אז מען מוז זען עפעס צו טון פאר הפצה, מען זאל מאכן חבורות אין אלע שטעטלעך, צעטיילן די שטעט לויט וויפיל שולן עס איז דא, און יעדער אינגערמאן און בחור זאלן נעמען כך וכך שולן יעדן שבת צו לייגן גליונות, אבער דער גבאי ר' אהרן האט איבערגענומען די מייק און געזאגט אז ער האט א טענה, ער האט נישט געמאכט די מסיבה פאר הפצה, ער האט געמאכט די מסיבה פאר החזקת המוסדות, ער האט געבעטן מען זאל טוישן די שמועס, מען זאל רעדן פון די מוסד, ער האט געזאגט אז יעדע טאטע וואס האט עפעס צו דערציילן עפעס ספעציעל פון די מוסד זאל דערציילן; וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב זיך געווישט די טרערן, טאטעס האבן דערציילט פון די רחמנות ווי די מלמדים און די טיטשערס געבן זיך אפ מיט די קינדער, ווי זיי געבן אכטונג אויף די קינדער זיי זאלן נישט ווערן צעקלאפט און פארשעמט, איך האב געשלינגען יעדע מעשה מיט פארגעניגן.


אויך האט זיך איינער אויפגעשטעלט און דערציילט אז ער האט א ברודער וואס האט געלערנט פאריאר אין ישיבה ביי משה שמואל, און דער ברודער איז למעשה געגאנגען ארבעטן, און ער דערציילט אים אז דארט ביי די ארבעט איז דא נאך בחורים עלטער פון אים וואס רעדן געמיין, שמוציג, ניבול פה, און ער דערציילט דעם ברודער: "איך זאג זיי אז דא קען מען נישט רעדן ניבול פה און אלע פאלגן", אויך האט ער דערציילט אז דער ברודער דארף אויפשטיין גאר פרי צו קענען דאווענען און אנטון תפילין איידער ער גייט אין ארבעט, איך האב שטילערהייט געוויינט, ווייל איך געדענק ווי דער מגיד שיעור פלעגט מיר שרייבן כמעט יעדן טאג, (ער שרייבט מיר יעדן טאג אפאר שורות ראשי פרקים וואס גייט אריבער אויף אים אין ישיבה מיט די בחורים), אז ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט דעם בחור, עס זעט נישט אויס ווי ער הערט אויס זיינע דרשות, און בכלל, ער זיצט נישט איין, ער גייט און קומט וכו' וכו', און איך פלעג אים מחזק זיין ער זאל ווייטער רעדן פון יראת שמים, ווייל עס איז נישט מעגליך עס זאל נישט אריינגיין אין  הארץ, שפעטער האב איך געזאגט פאר משה שמואל, וואלט ער געזיצן נעבן מיר וואלט איך אים געגעבן א ציפ ווען דער ברודער האט גערעדט, ער זאל געדענקען אויף ווייטער אז קיין איין ווארט גייט נישט לאיבוד, עס איז נאר קטנות הדעת וואס מגידי שיעורים, מחנכים און מלמדים גייען אריבער.


פון דארט זענען מיר געפארן מיט יצחק דער מנהל קיין ירושלים, איך האב געבעטן די גבאים זאלן נישט ארויסנעמען קיין דירה מיט קיין קאר פאר מיר, א שאד די געלט, איך וועל ענדערש איינשטיין ביי אנשי שלומינו. דער מגיד שיעור ר' משה שמואל האט מיך אריינגענומען אין שטוב, געמאכט הכנסת אורחים.


מיטוואך ויחי אינדערפרי בין איך געבליבן אין די דירה לערנען, איך האב געוואוסט אז איך וועל קומען אין שול ווארט מיר אפ ארבעט ביז שפעט ביינאכט און איך מוז אנהייבן מיין טאג מיט לערנען מיינע שיעורים, מוהרא"ש האט אזוי אריינגעלייגט אין אונז אז מען קען נישט אן די שיעורים כסדרן. איך בין געגאנגען אין מקוה, משה שמואל האט מיך באגלייט, נאכן מקוה זענען מיר געגאנגען אין שול דאווענען, ר' אהרן גאלדשטיין איז אין יאר, ער האט געדאווענט פארן עמוד שחרית. נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם דף גמרא, נאכן שיעור איז געווען שיינע שמועסן, קענסט עס הערן אויפן טעלעפאן ליין.


פון דארט זענען מיר געגאנגען קיין בית פיגא, עס איז אזוי שיין און ערליך, די מיידלעך, די לערערינס זענען זייער איידל און האבן גוטע מידות. אמאל איז דאס א סתירה, ווייל ווי מער פרום מען איז קען עס קומען פון שלעכטס, דא איז אבער נישט אזוי, זיי זענען אנגעפילט מיט גוטע מידות. עס זענען געווען תלמידות וואס האבן אנגעגרייט שאלות, איין פראגע פון א תלמידה האט מיך געשטערט, א תלמידה פרעגט וואס זי זאל טון ווען זי קומט מיט א נייע קלייד אדער נייע שיך, נייע צירונג - אין סקול, און קיינער זאגט איר גארנישט; איך האב געענטפערט וואס זי זאל טון, אבער איך האב א פראגע צו די טיטשערס, ווי קען זיין אזא זאך אז א קינד קומט מיט א נייע זאך אנגעטון און די טיטשערס מאכן נישט קיין עסק דערפון? מען דארף געדענקען צו געבן אויפמערקזאמקייט, מען דארף געדענקען צו געבן פאר די קינדער אטענשן, דארט רופט מען דאס תשומת לב, דאס איז אזוי וויכטיג און אזוי געזונט פאר קינדער, עס בויט אויף זייער זעל.


איך בין אביסל מרחיב ביי דעם פרט ווייל דו ביסט א מגיד שיעור, ביסט געשטעלט צו מחנך זיין קינדער און בחורים, דארפסטו וויסן אז געבן געפיל, געבן גוטע ווערטער - איז זייער זייער וויכטיג פאר קינדער און בחורים.


מיר זענען געפארן מיט די בחורים קיין קבר רחל, די בחורים האבן מיר געפרעגט אויפן וועג אויב דער ראש ישיבה איז סאטמער, ווייל ווי זיי ווייסן גייען נישט סאטמערע חסידים צו קבר רחל און קיין חברון צו די מערת המכפילה; איך האב זיי געזאגט אז איך בין א סאטמער תלמיד, און איך פלעג גיין מיט מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה צו קבר רחל, אזוי אויך בין איך געגאנגען מיט מיין זיידע קיין חברון צו די מערת המכפלה, מיין זיידע איז געווען א תלמיד פון הייליגן רבי'ן און ער איז יא געגענגען.


די פארגאנגענע וואך פרשת ויחי קומען אסאך תלמוד תורה'ס צו קבר רחל זינגען דארט די "ואני" וואס רעדט זיך פון די מאמע רחל, ווי זי וועט אויפשטיין פון קבר און וויינען און שרייען צום אייבערשטן פאר אידישע קינדער.


איך האב געדאווענט מנחה ביי קבר רחל און געזאגט א חלק פונעם יום תהלים און געמאכט אביסל התבודדות, איך האב זיך נישט געקענט מיישב זיין דארט ווייל אפאר מענטשן האבן דארט געזינגען און געשריגן און געמאכט א קאפ וויי.


פון דארט בין איך געפארן מיט די בחורים צום הר הזיתים צום ציון פון הייליגן אור החיים הקדוש, איך האב זיי געדארפט אביסל מוסר געבן אז זיי זאלן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ, נישט רעדן און נישט לאכן, מען מוז זיך פירן ביי קברי צדיקים מיט גרויס יראה.


איך שרייב דיר דאס ווייל אז דו נעמסט אמאל די בחורים צו קברי צדיקים, אין מאנסי צום ריבניצער רבי'ס ציון, אדער קיין קרית יואל צום סאטמער רבי'ס ציון, זאלסטו זיי אנגרייטן ווי אזוי זיך אויפצופירן, נישט רעדן און נישט לאכן, עס איז נישט קיין פארק וואו מען טאנצט און מען שפרינגט, מען מוז קומען מיט גרויס דרך ארץ. אויך זענען מיר געגאנגען צום ציון פון רש"ש, איך האב נישט געזאגט דארט תהלים און זיך נישט פארזוימט דארט, ווייל עס איז געווען קאלט און טינקל און איך בין געווען זייער אפגעמאטערט.


פון דארט זענען מיר געפארן צו שמעון הצדיק, איך האב זייער הנאה געהאט צו פארן מיט די בחורים, זיצן מיט זיי אין איין באס, פון אונטן, אויסגעמישט מיט זיי, הערן זייערע שמועסן, זייערע ווערטלעך, איך האב געזען אז זיי זענען ערליך און וואויל, אלע רעדן איידל, אלע רעדן שיין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין א דירה, איך האב געטראכט צו גיין שלאפן און איך האב שוין אפילו אפגעשמועסט מיטן מגיד שיעור זאל קומען פארטאגס מיך נעמען, איך האב געוואלט גיין מיט אים וכו', למעשה האב איך געדארפט זיצן מיט די הנהלת המוסד ווי אזוי אוועקצושטעלן די מוסדות, די געלט זאכן, עס האט זיך פארצויגן ביז איינס אזייגער ביינאכט, אויך איז געקומען א משפחה וואס די ווייב איז א לערערין אין ירושלים סקול, אפשערן אביסל האר, מאכן חאלאקא. די מיטונג מיט די חברי הנהלה האט זיך זייער געשלעפט, אבער איך קען זאגן בפה מלא אז עס איז מיר געווען ווערד צו קומען קיין ארץ ישראל נאר פאר די מיטונג, עס זאל זיין שלום צווישן אונז, עס זאל זיין מסודר ווי אזוי די מוסד זאל זיך פירן.


דאנערשטאג בין איך געגענגען מיטן מגיד שיעור, ער האט מיך באגלייט אין מקוה, שחרית האב איך געדאווענט אין אונזער שול, איך האב עולה געווען, און נאכן דאווענען האב איך געגעבן א גמרא שיעור. ר' אהרן שלעזינגער האט מיר געברענגט דעם דריטן באנד "ותחיין את הילדים", הערליך שיין, א הערליכע ארבעט, צאמגענומען עצות פאר חינוך, די ספר מאכט א דורכברוך אין די וועלט.


פון דארט בין איך ארויף אין חדר צו די עלצטע כיתה, דער מלמד איז ר' יוסף כ"ץ, די קינדער זענען זייער וואויל, זיי האבן געזינגען די צוויי "ואני'ס", אין בני ברק חדר האבן זיי נישט געוואוסט אז מען מאכט אן עסק פון ביידע "ואני'ס", איך האב זיי געזינגען אויף די צווייטע "ואני" נאך א פשט, די פשט וואס דער רבי זאגט אין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ט, "ואני", און איך יעקב, "נתתי לך שכם אחד אל אחיך", וואס מען איז זוכה דורך תפילה, צו ווערן בעל הבית אויף די דריי חלקים פון די וועלט, "ש'פל כ'וכב מ'זל" וואס איז די ראשי תיבות "שכ"ם", און אפילו מען איז נעבעך בשפל המדריגה, מען ליגט אין בלאטע, אין עבירות, אבער דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו קומען פון ש'פל צו כ'וכב, ביז מען ווערט גאר ביי די מדריגה פון א מ'לאך, דאס איז "שכם", איך האב זיי דאס געזינגען זייער שיין, די קינדער האבן זייער הנאה געהאט.


אויפן וועג אהיים פון חדר בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין ר' משה כהנה, ער האט א זון אין ישיבה, ער דאווענט ביי אונז, זיין מאמע איז אוועק. איך האב מנחם געווען אויך זיין טאטע, דער גרויסע תלמיד חכם, הרב הצדיק רבי אייזיק כהנה שליט"א, א רב אין די עדה החרדית, און פון דארט בין איך געגענגען געבן א שיעור פאר די אברכים, דאס איז מיר געווען זייער חשוב, איך האב שוין געהאט געזאגט לאנג צוריק פאר ר' משה שמואל וואס ער לערנט די תלמידים די חתנים אין ישיבה, אז ווען איך וועל קומען קיין ארץ ישראל וויל איך לערנען מיט די פרישע אינגעלייט פריוואט, זיי לערנען ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז מדריך געווען צו לעבן א חתונה געהאטע לעבן, אן קיין חומרות און אן קיין פרישות.


נאכדעם זענען מיר געזיצן נאכאמאל מיט די גבאי המוסדות ר' אהרן וועבערמאן מיט די הנהלה, אויסארבעטן ווי אזוי צו פירן די מוסד; איך רעד נישט די וועג פון חינוך, מיר האבן גערעדט ווי אזוי די געלט, די פאנדרעיזינג זאל ארבעטן, איך האב זיי געזאגט כמה פעמים אז די הצלחה פון א מוסד איז נישט די געלט, דער הייליגער סאטמער רבי האט געזאגט: "א מוסד פארמאכט זיך נישט אז עס פעלט געלט, א מוסד פארמאכט זיך אז מען קריגט זיך", און אז מיר וועלן לעבן מיט ליבשאפט וועלן מיר זייער מצליח זיין. אזוי ווי א שטוב, טאטע מאמע קענען לעבן און ערציען די קינדער אן געלט, מען בארגט און מען זארגט וכו', אבער אויב מען האט זיך נישט ליב, מען באשולדיגט זיך איינער דעם צווייטן - איז א רחמנות אויף די קינדער; עס איז מיר ווערד געווען אוועק צו געבן שעות אויף שעות עס זאל זיין אוועקגעשטעלט ריכטיג צווישן די חברי הנהלה ווי אזוי אלעס זאל זיך פירן.


אויך בין איך געזיצן פאר א שעה און א האלב מיט אלע לערערינס פון אלע בית פיגא'ס, איך מיטן מנהל זענען געזיצן אויף איין זייט, און פון די אנדערע זייט זענען געזיצן די לערערינס, מען האט גערעדט פון שאלות וואס לערערינס דארפן וויסן (איך האף צו קענען שרייבן שיינע תשובות אויף אלע שאלות).


נאכדעם זענען מיר געזיצן פאר א שעה און א האלב מיט אלע מלמדים פון אלע חדרים; ירושלים, טבריה און בני ברק. ערשט האט מען געדאווענט מנחה מעריב אין די דירה, מען האט געשמועסט אלעס וואס איז נוגע פאר חדר. אברהם רוטמאן איז געקומען מיט זיין משפחה, ער האט געמאכט א חאלאקע, איך האב אפגעשוירן אביסל האר פון זיין זון און אים געבענטשט, איך האב הכרת הטוב פאר אים פאר אלעס וואס ער טוט פאר מיר און פאר די מוסד.


פון דארט בין איך געפארן אין שול געבן די ליל שישי שיעור, עס איז געווען אביסל שווער פארן עולם ווייל עס האט גערעגנט, די שול איז געווען אנגעפאקט, און די מענטשן פון גאס וואס זענען געשטאנען אינדרויסן זענען געווארן נאס.


ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון די ערשטע רש"י, "למה פרשה זו סתומה", פארוואס איז פרשת ויחי פארשטאפט? מיר האבן גערעדט אז דאס וואס מען זעט ביי זיך 'פרשת סתומה', מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן, דאס קומט פון יעקב אבינו ווערט נפטר, מען לעבט נישט מיטן צדיק; און איך בעט דיר אלס מגיד שיעור, דאס זאלסטו רעדן צו דיינע תלמידים, אז מען מוז לעבן מיט א צדיק, און מען דארף האבן א מורה דרך אין לעבן, רעד צו זיי שיין און זיס, זיי זאלן בוחר זיין בטוב.


אויך האב מיר גערעדט פון דעם וואס יעקב אבינו האט גענומען יוסף'ס קינדער און זיי ארומגענומען, געקישט און געהאלזדט, ווייל נאר אזוי קען מען מאכן די דורות זאלן זיך ווייטער ציען, מיט ליבשאפט, און נאר אזוי קען א מגיד שיעור מצליח זיין, אז מען רעדט מיט ליבשאפט, נאר אז מען האט ליב די קינדער.


נאכן שיעור בין איך צוגעגאנגען צו א בר מצווה פון א משפחה וואס ביי זיי פלעג איך אמאל איינשטיין ווען איך פלעג קומען אין ארץ ישראל, גאר א חשוב'ע משפחה, סיי דער טאטע און סיי די מאמע, א ברסלב'ע משפחה, משפחת בורנשטיין. ביי זיי אין שטוב האט זיך אלעס אנגעפאנגען, ביי זיי אין שטוב איז געווען די ערשטע שיעור וואס איך האב געגעבן אין ירושלים, איך האב געגעבן דעם בחור א מתנה א אידישע אשר בנחל.


פון דארט בין איך געפארן מיט שמעון עוזר צום עירפארט, אויפן וועג אהיים איז געווען זייער שווער צו פארן, עס איז געגאנגען א גאס רעגן, מען האט ממש נישט געקענט זען וואו מען פארט.


אויפן וועג בין איך געשלאפן די גאנצע וועג, פרייטאג פארטאגס זענען מיר אנגעקומען בשלום אהיים.


שמעון פיש האט מיך אפגעווארט און גענומען אהיים, שבת בין איך געווען אין ישיבה, עס איז געווען שיינע דיבורים אין ישיבה.


אויך נעכטן זונטאג בין איך געפארן קיין קווינס געבן א שיעור פאר א ספרדי'שע קהלה, זיי זענען מיר געקומען בעטן אז זיי ווילן הערן דעם רבינ'ס עצות ווי מען געבן דאס איבער אין היכל הקודש, איך בין געגאנגען צו זיי. איך האב זייער הנאה געהאט, טייערע ליכטיגע ספרדי'שע אידן אנגעפילט מיט תמימות, הלואי זאלן מיר האבן אזא תמימות און אזא אמונת חכמים.


איך שרייב דיר נאכאמאל אז עס טוט מיר זייער וויי אז ענק האבן מבטל געווען די שיעור, דאס איז דאך דער עיקר פון די ישיבה, אז די בחורים זאלן מקבל זיין די פאר יאר וואס זיי זענען אין ישיבה וואס מיר האבן איבערצוגעבן פון וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש; איך וויל דו זאלסט עס צוריק מאכן.


איך וויל זאלסט רעדן מיט משה שמואל, ומקבלין דין מן דין; ווייל וואס איך רעדט מיט אים איז נוגע פאר דיר און וואס איך זאג דיר איז נוגע פאר אים, איך וויל ענק זאלן קענען אריינלייגן דאס מערסטע אין די תלמידים.


איך מוז אהיים לויפן, זיי געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#113 - מתפלל זיין מיט די קינדער ביי רבי מאיר בעל הנס
חנוכה, צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך וויל דיר בעטן זאלסט מסדר זיין, צאמנעמען אלע תלמידים פון די מוסדות, סיי פון ירושלים, בני ברק און פון טבריה, זיי זאלן פארן זאת חנוכה קיין טבריה צום קבר רבי מאיר בעל הנס מתפלל זיין.


זאת חנוכה איז זייער א הייליגע צייט, עס שטייט פון הייליגע צדיקים אז זאת חנוכה איז די גמר פון אלע תיקונים. אלע תפילות און אלע מצוות פון חודש אלול, סליחות, ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום הקדוש, סוכות, הושענא רבא, שמיני עצרת און שמחת תורה; ווען עס קומט זאת חנוכה - דעמאלט ווערט די גמר פון אלע תיקונים.


איך וויל דו זאלסט זיך פארבינדן מיט ר' אהרן וועבערמאן, נעמען פון אים די נעמען פון די אלע תומכים וואס געבן זייער נדבה פאר אונזערע מוסדות אין ארץ הקודש, און די קינדער זאלן מתפלל זיין פאר זיי.


איך וועל שרייבן פאר ר' אהרן זאל דיר שיקן די נעמען מיט די בקשות פאר אלע וואס זענען מזכיר טעגליך דעם צדיק'ס נאמען און געבן צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס, און בעטן יעדע מאל ביים געבן צדקה אלקא דמאיר ענני.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; די שווערע געפילן וכו' - דאס האבן אלע וואס ארבעטן בנאמנות; נאר די וואס ארבעטן מיט אן אמת האבן די מחשבות וכו' וכו'.


בנוגע קומען קיין ארץ ישראל; איך וויל זייער שטארק קומען, איך האף צו קומען, איך וועל דיר מודיע זיין בקרוב אויב איך קום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#112 - א גוטע זאך קומט אן שווער
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד אהרן וועבערמאן נרו יאיר, גבאי צדקה מוסדות רבי מאיר בעל הנס


ביטע זיך פארבינדן מיטן מנהל המוסדות אים איבערגעבן די נעמען פון אלע תומכים וואס העלפן די מוסדות אין ארץ ישראל, און ער וועט נעמען די קינדער קיין טבריה מתפלל זיין פאר די אלע ביים קבר פון רבי מאיר בעל הנס; און אז די תומכים ווילן מען זאל בעטן פאר א ספעציעלע זאך זאלסטו דאס איבערגעבן פארן מנהל און די קינדער וועלן דאווענען פאר זיי.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט. עס איז נישט קיין גרינגע ארבעט, און אודאי וועסטו האבן אסאך מניעות מיט חלישות הדעת; ווייל ווען עס קומט צו טון פאר הייליגע זאכן דעמאלט גייט עס מיט שוועריקייטן. זאלסטו זיך נישט לאזן צעברעכן, אדרבה זאלסט נעמען פון דעם חיזוק אויף ווייטער אנצוגיין, ווייל איך האב געהערט פון מוהרא"ש וואס האט געהערט פון ר' אליהו חיים רוזין זכרונו לברכה וואס האט דאס געהערט פון הצדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה, (וואס יעצט, די פיפטע טאג חנוכה איז זיין יארצייט): "א זאך וואס קומט אן גרינג איז מען חושש אז דאס קומט פון די נישט גוטע, פון די סטרא אחרא, ווייל א גוטע זאך קומט אן שווער"; די ווערטער איז זייער גרויסע חיזוק פאר אלע וואס טוען מיט הייליגע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#111 - העלפן חודש'ליך די מוסדות בארץ הקודש
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, טהרת הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


אהרן נרו יאיר, גבאי מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל


דער מנהל שלמה מינצבערג האט מיר געשריבן היינט אז עס פעלט אים עטליכע דרייסיג טויזנט דאלער צו קענען באצאלן די איינגעשטעלטע דעם חודש כסליו. וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך שטארקן און שטארקן אנשי שלומינו צו העלפן די הייליגע מוסדות, מען זאל קענען צאלן די מלמדים און טיטשערס אין צייט.


וויסן זאלסטו, און לאז דאס וויסן פאר אנשי שלומינו, דא אין אמעריקע, די וואס פארדינען ווייניג – באקומען בענעפיטן פון די רעגירונג, געלט פאר עסן, געלט פאר שכר לימוד, געלט פאר הייצונג, געלט פאר רענט וכו', דארט אין ארץ ישראל געבט מען גארנישט, דארט אז מען באקומט נישט די ארעמע געהאלט – האט מען גארנישט, פשוטו כמשמעו.


בכן בעט איך דיר, שטארק זיך און שטארק אנשי שלומינו זאלן העלפן חודש'ליך די מוסדות בארץ הקודש, אז מיר זאלן קענען אנגיין מיט די מוסדות דארט.


אנשי שלומינו זענען ווארעם צו העלפן בויען דעם רבינ'ס מוסדות, מען דארף זיי נאר רופן און זיי מחזק זיין צו געבן.

#110 - טענות אויפ'ן מנהל, אדער הכרת הטוב?
מוסדות, הכרת הטוב, ארץ ישראל, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער דיינע טענות, איך וויל דיר זאגן, ערשטנס עס איז נאכנישט געבליבן אז מען פירט אריבער די מוסדות קיין בית שמש. צווייטנס, דאס איז מיין געדאנק, נישט דער מנהל; פארקערט, דער מנהל וויל נישט פארמאכן, דאס האב איך געזאגט, אז וואס איז אנדערש ביי ענק ווי אין אמעריקע, מיר האבן נישט קיין מוסדות אין יעדע צווייטע שטאט, מיר האבן איינס אין צפון און איינס אין מרכז, וואס איז אין ארץ הקודש אנדערש? פארוואס קענען די קינדער נישט פארן אזוי ווי ביי אונז וואס קינדער פארן יעדן טאג א שעה מיט א באס?


איך זאג נישט אז מען גייט טאקע אזוי טון, אבער איך וויל זאלסט פארשטיין וואס דא גייט פאר, פון וואו זאל איך נעמען יעדע חודש זעכציג טויזנט דאלער? וואס איז אזוי געפערליך אז קינדער פארן? יעצט קומען דאך אויך קינדער מיט גרויס שמחה פון בית שמש קיין ירושלים? איז וואס איז אז מען וועט דאס מאכן פארקערט, אז מיר האבן באקומען א פלאץ פאר די חדר און בית פיגא, א גרויסע פלאץ, א פלאץ בהרחבה, איז וואס איז אזוי געפערליך?


דאס איז קלאר אז דו זאלסט האבן הכרת הטוב פארן מנהל וואס געבט זיך אזוי אוועק פאר די קינדער, אים רופן כסדר זיך באדאנקען און אים פרעגן וואס מען קען העלפן. איך וויל הערן פון דער מנהל און פון די אפיס אז דו ביסט פון די וואס זוכן צו העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#109 - א הייליגע זאך קומט אן זייער זייער שווער
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך וויל דיר בעטן, היות די מוסדות אין ארץ ישראל ווערן גרעסער און גרעסער און די ארבעט ווערט נאר מער, זאלסטו מער נישט טראגן דעם עול פון די געלט, דו זאלסט נאר זיין פארנומען מיט די חינוך פון די קינדער, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך. עס זאל נישט פאסירן, אבער אז עס פאסירט אז עס קומט די צייט וואס מען דארף געבן די געהאלט פאר די איינגעשטעלטע אדער צאלן רענט וכו' און עס איז נישטא קיין געלט - איז דאס נישט דיין זארג, לאז די זארג אויף מיר, ווייל אויב דו וועסט זארגן פאר די געלט, וועסטו נישט האבן קיין ישוב הדעת און סבלנות פאר די קינדער.


מיר ארבעטן זייער שווער צו קענען אוועק שטעלן א קרן אז די מוסדות זאלן זיך קענען אויסהאלטן, אנשי שלומינו העלפן זייער, מער פון זייערע כוחות, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר קענען אנגיין.


די שוועריקייטן דארף אונז געבן חיזוק. ווייל איך האב געליינט אז אמאל איז געקומען ר' יודל ראזענבערג זכרונו לברכה, דער וואס האט געפירט די סאטמערע קעמפס, צום הייליגן סאטמער רבי זכר צדיק לברכה און זייער געקרעכצט אז ער גייט אויפגעבן, ווייל עס איז ממש נישט מעגליך צו גיין ווייטער, ער האט געזאגט עס איז אזוי שווער ער קען נישט מער אנגיין, דער רבי האט אים אויסגעהערט און געטראכט און געטראכט, און דער רבי זאגט אים: "ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן, ווען עס וואלט געווען גרינג דארף איך עס נישט", א הייליגע זאך קומט אן זייער זייער שווער, מוהרא"ש האט מיר דאס אויך כמה פעמים געזאגט: "איך זע ווי שווער עס גייט ענק ווייס איך אז דאס איז פון די קדושה".


נאך א זאך וואס מוהרא"ש פלעגט מיר אלץ זאגן ווען מיר זענען געקומען זאגן אז עס איז נישטא קיין געלט, מען צאלט נישט די מלמדים און די איינגעשטעלטע; האט מוהרא"ש אלץ געזאגט: "נעם די קינדער זיי זאלן מתפלל זיין, די קינדער זענען ריין זייערע תפילות זענען זייער חשוב", און דאס פלעגן מיר טון און דאס טוען מיר נאכאלץ, די מלמדים בעטן יעדן טאג מיט די קינדער אין אידיש תפילות אז די מוסד זאל האבן געלט צו באצאלן די איינגעשטעלטע און קענען אנגיין אן קיין שום שטערונג. זאלסטו דאס אויך טון, בעט די מלמדים זאלן בעטן יעדן טאג מיט די קינדער פאר די מוסד אז מיר זאלן קענען אנגיין מיט אונזער תיבת נח, א פלאץ פאר אונזערע קינדער נישט צו ווערן פארשוועמט מיט די מבול.


אויך יעדע מאל דו גייסט קיין טבריה צו די חדר און צו בית פיגא זיי אזוי גוט און גיי צו מוהרא"ש צום ציון און בעט פאר מיר יואל בן רייצא רעכיל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#108 - משניות וועט דיר געבן לעבעדיגקייט און חן
צדקה, מוסדות, משניות, היכל הקודש, ארץ ישראל

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די נעמען פון אלע וואס געבן חודש'ליך פאר די מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש.


איך האף אם ירצה ה' צו קומען דעם ווינטער צו ענק אויף א באזוך אין ארץ ישראל, איך וועל אם ירצה ה' זיין אין ישיבה, איך וועל באזוכן די חדר מיט בית פיגא, אויך וועל איך מאכן א פריוואטע מסיבה מיט די וואס געבן חודש'ליך פאר די מוסדות אין ארץ ישראל.


שטארק זיך אין לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות; גיי נישט אריין אין אפיס, הייב נישט אן דיין טאג - נאר נאכן האבן געלערנט ח"י פרקים משניות, משניות וועט דיר געבן א לעבעדיגקייט, משניות וועט דיר געבן א חן, משניות וועט דיך מאכן בענקען צו לערנען נאך און נאך.


געב איבער פאר אלע וואס העלפן מיר אין די מוסד און אין הפצה זיי זאלן נישט מיינען אז זיי זענען פטור פון לערנען שיעורים קבועים על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, אלע וואס ווילן זיך האלטן אין היכל הקודש, קודש קדשים - דארפן לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות און זאגן דעם יום תהלים, די צויי לימודים רייניגן די הארץ און די מח, און אויך בלעטער גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#107 - אנשי שלומינו זענען אזוי געטריי פאר די מוסדות
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די ליסטע פון אלע נעמען וואס האבן געגעבן זייער צדקה פאר די מוסדות אין חודש מנחם אב, איך בין זייער איבערגענומען פון ענק, אזוי שיין, א וואונדער ווי אנשי שלומינו זענען אזוי געטריי פאר די מוסדות.


געב א גרוס פאר אלעמען, זאג זיי איך ווארט זיי אלע צו טרעפן אין אומאן ביים רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#106 - אן מוסדות איז גארנישט דא
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין געבוירענע מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אסאך נחת פון דעם קינד מיט דיין ווייב אינאיינעם.


איך וויל דיר בעטן זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט העלפן צאמנעמען צדקה פאר אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל. ביז יעצט פלעג איך שיקן געלט פון אמעריקע, איך זע נישט איך זאל קענען ווייטער שיקן די געלט, איך וויל די מוסדות זאלן זיך אויסהאלטן פון אנשי שלומינו פון ארץ ישראל. בכן בעט איך דיר זאלסט זיך אריינלייגן מיט די גאנצע הארץ און מח צו העלפן אונזערע מוסדות זאלן קענען אנגיין, מען זאל קענען צאלן די מלמדים אין צייט, און דו זאלסט האבן אזא הצלחה אז דו זאלסט קענען שיקן קיין אמעריקע, ווייל דא האט מען נישט געצאלט די מלמדים און אויך די טיטשערס מיט די איינגעשטעלטע, אין אפיס איז מען שוין שולדיג פון פסח.


זיי מחזק אנשי שלומינו אין ארץ ישראל זיי זאלן געבן די צדקה פאר די מוסדות, זיי זאלן מיר העלפן און זיך אליין העלפן, ווייל אן מוסדות איז גארנישט דא, אז מען קען נישט איבערגעבן פאר די קינדער וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן - וועלן די עלטערן מיט די צייט אפלאזן חס ושלום.


שרייב מיר א באריכט יעדע חודש פון אלע וואס געבן פאר די מוסדות און אלע וואס האלטן אן זייערע התחייבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#105 - איבערנעמען די עול פון די מוסדות אין ארץ ישראל
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברי הנהלה פון אונזערע מוסדות היכל הקודש פון ארץ ישראל


איך האב פאר די לעצטע צוויי יאר געשיקט חודש'ליך געלט צו קענען אויפהאלטן אונזערע הערליכע מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש על טהרת הקודש, אין אנהויב איז עס געווען קליינע געלטער, צען טויזנט. מיט די צייט איז עס געווארן מער און מער, ביז עס האלט שוין אז איך דארף שיקן חודש'ליך פופציג טויזנט דאלער.


למעשה האב איך פרובירט פון אלע זייטן דאס צו קענען אנהאלטן, יעצט זע איך נישט קיין וועג פון וואו איך קען ווייטער שאפן די געלטער, על כן וויל איך ענק בעטן ענק זאלן איבערנעמען די עול פון שאפן די געלט צו קענען צאלן חודש'ליך די מלמדים און טיטשערס וואס ארבעטן אזוי הארציג און געטריי פאר אונזערע קינדער, זין און טעכטער.


ברוך השם דער געטרייער גבאי און חבר הנהלה ר' אהרן וועבערמאן נרו יאיר האט אוועק געשטעלט די קרן הצלה פאר אונזערע מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון די טומאה, מען האט איינגעשפאנט אלע חברים פון ארץ ישראל זאלן געבן זייער צדקה פאר די מוסד, און לויט ווי איך הער פון אים קומט אויס די חשבון אז אויב אלע אינגעלייט וועלן אנהאלטן זייער התחייבות וועלן מיר קענען דעקן חודש'ליך אונזערע מוסדות.


בכן וויל איך ענק זאלן מחזק זיין אנשי שלומינו אז קיינער זאל זיך נישט ארויסדרייען פון געבן די צדקות וואס מען האט זיך מחייב געווען, אזוי וועלן מיר קענען ווייטער אנגיין מיט די מוסדות.


ביי די מוסדות אין חוץ לארץ דארפן מיר אויך רחמי שמים, מען האט נישט געצאלט שוין אפאר וואכן די מלמדים און די טיטשערס, און פאר די אפיס איז מען שוין שולדיג פון פסח, מיר דארפן דא גרויסע ניסים צו קענען ווייטער אנגיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#104 - אנשי שלומינו האבן א געפיל צו די מוסדות על טהרת הקודש
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, טהרת הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך זייער מיט דיין עבודת השם יתברך, און מיטן זיין א גבאי צדקה פאר קופת רבי מאיר בעל הנס פאר אונזערע מוסדות בארץ הקודש על טהרת הקודש.


דאס וואס דו זאגסט אז אנשי שלומינו האבן נישט קיין געפיל צו טהרת הקודש, זיי פארשטייען נישט וואס איז די גרויסקייט פון האבן מוסדות וואס מען נעמט נישט קיין שטיצע פון די ערב רב; לדעתי ביסטו זיך טועה, אנשי שלומינו האבן גאר א שטארקע געפיל צו די מוסדות אין ארץ ישראל, ערשטנס א גרויסע טייל תלמידי היכל הקודש קומען פון סאטמער, מוהרא"ש אליין פלעגט זאגן ביי די שיעורים מיט שטאלץ אז ער איז א סאטמער תלמיד, און אפילו די וואס קומען פון אנדערע קהילות האבן באקומען א געפיל צו דעם פון הערן יארן פון מוהרא"ש איבער די טומאה פון די עירוב רב מיט זייערע רבנים, בפרט די לעצטע צען יאר וואס די מדינה של גיהנום האט געזוכט צו לייגן מוהרא"ש אין תפיסה, זיי האבן געהאט א פלאן צו לייגן מוהרא"ש פאר זעכצן יאר אין תפיסה, און די פרומע וואס זיצן אין כנסת המינים האבן זיך אלע אויסגעלאכט, מען איז זיי געגאנגען בעטן הצילו, ראטעוועט, האבן זיי אלע געלאכט.


לדעתי זענען אנשי שלומינו זייער ווארעם צו דעם, דו האלט אן די הייליגע ארבעט צו קענען אויסהאלטן די מוסדות.


בזכות די גרויסע מצוה זאלסטו האבן אלע ברכות וישועות.


אלקא דמאיר ענינא

#103 - די שרעק שאדט דאס מערסטע
אמונה, ארץ ישראל, מלחמה

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


יעצט ווען עס איז דא די מלחמה מיט איראן דארפן ענק זיך זייער שטארקן אין אמונה, ענק דארפן רעדן אסאך פון אמונה, בעיקר אין שטוב צו די ווייב און קינדער, ווייל נאר אמונה נעמט אוועק די פחדים, נאר אמונה בארואיגט.


איך בעט ענק אלע, געבט אכטונג אויף אייער משפחה, אויף זייער רואיגקייט, אויף זייער פרייליכקייט, און ווען עס גייט אן אלארעם און ענק באשיצן זיך - זאלן ענק פרייליך מאכן די משפחה, זינגען אמונה און מאכן ווערטלעך, ווייל דאס מערסטע וואס שאט פאר די נפש איז די שרעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#102 - איז די מלחמה יעצט אין איראן די מלחמת גוג ומגוג?
טעלעפאן, מורה דרך, ארץ ישראל, מלחמה, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מענטשן פרעגן אויב די מלחמה יעצט מיט איראן איז מלחמת גוג ומגוג; וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אונז געזאגט אז די מלחמה פון גוג ומגוג איז אינעם מענטש אליין; אינעם מח, אין הארץ פונעם מענטש. אזוי ווי דער רבי האט פאראויס געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", פאר משיח וועט קומען וועט אראפקומען א מבול פון כפירות און אפיקורסות.


טייערער ליבער ברודער, איך בעט דיר, קוק נישט קיין שום פאדקעסט, קוק נישט קיין קליפס. ווארף אוועק די טעלעפאן, עס איז א גרויסע סכנה, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן. ווער איז דיין רבי? וועם פרעגסטו דיינע שאלות? פרעג אים אויב דו זאלסט האבן דיין טעלעפאון, אדרבה, איך וויל הערן ווי דיין ערליכער איד, דיין מורה דרך - זאגט דיר אז דו קענסט האבן א טעלעפאן, טעבלעט לעפטאפ - וואו מען זעט קליפס, אינטערוויאס, פאדקעסט פון ליצנות און פון כופרים בה'; איך גלייב אז קיין איין דיין וועט דיר דאס מתיר זיין.


אוי וויי, מיין הארץ וויינט ווען איך זע ווי דו ביסט אין א סכנה, אלעס גייט דיר גיין חרוב, אלעס גייט דיר צעפאלן, ווייל דער סמ"ך מ"ם וויל דיך אין דער ערד לייגן, ער וויל דיר אוועק נעמען דיין ווייב, דיין שטוב, דיין גאנצע לעבן, עס איז זייער שרעקעדיג.


דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן האט געזאגט: "דער סמ"ך מ"ם וויל נישט צונעמען נאר יענע וועלט, ער וויל צונעמען די שיינע זיסע לעבן פון די וועלט", און ווער עס האט אויגן קען דאס זען, ווי שטיבער צעפאלן.


מען הערט אין די נייעס ווי מען קען איינפלאנצן א באמבע אין א טעלעפאן און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט, איז דאס פאר מיר א לימוד אז דער טעלעפאן איז א באמבע וואס הרג'ט מיך, עס נעמט אוועק מיין יראת שמים, מיין תמימות, מיין נאאיווקייט.


מען איז פארנומען מיט די נייעס, מיט די מלחמה פון איראן; די מלחמה מיט די טעלעפאן איז סאך א שווערערע מלחמה ווי די מלחמה יעצט מיט איראן, עס איז סאך א גרעסערע סכנה; וויפיל באמבעס פלאצן טאג טעגליך, וויפיל יראת שמים ווערן אוועק גענומען, וויפיל פארלירט מען פון דעם...


עס טוט מיר זייער וויי אז אלעס פרעגסטו מיר און אלעס טוסטו - ביז די טעלעפאן, דאס פארשטייסטו בעסער.

#101 - א קרן פאר מוסדות 'היכל הקודש' 'בארץ הקודש' על 'טהרת הקודש'
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערע חברים פון ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


איך וויל אייך זייער בעטן ענק זאלן מיר העלפן אוועק שטעלן א קרן הצלה פאר אונזערע מוסדות 'היכל הקודש' 'בארץ הקודש' על 'טהרת הקודש'. ביז דערווייל פרוביר איך אליין - אן קיין הילף פון קיינעם - צו שיקן חודש'ליך פאר די מוסד קרוב צו פופציג טויזנט דאלער, אבער דאס איז נישט ריכטיג, ריכטיג איז אז די מוסד זאל זיך אויפהאלטן אויף אלע אינאיינעם, אלע חברים זאלן טראגן די לאסט פון די מוסדות, עס קען נישט ווייטער אזוי אנגיין.


יעצט איז געקומען דער גבאי אהרן וועבערמאן פון אמעריקע אוועק צו שטעלן די קרן, בעט איך אייך מיינע טייערע ברידער אין ארץ ישראל, נעמט אים אויף בסבר פנים יפות און שליסט אייך אן אין די קרן, געבט ענקער צדקה - מעשר און חומש פאר די קרן, אז די מוסדות זאל קענען ווייטער אנגיין.


ענקער חבר דער ראש ישיבה וואס בענקט זיך נאך אייך.

#100 - איך בעט ענק איבער פאר'ן נישט קומען
ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער יא געוואלט קומען אין יבנאל געבן א שמועס פאר די אינגעלייט, למעשה בין איך געווען זייער אפגעשוואכט, איך האב נישט געהאט די כוחות צו דעם. אויפן וועג פון בני ברק האט מיר דער דרייווער דער גבאי שמעון עוזר אזוי געבעטן איך זאל יא גיין און איך מוז גיין, איך האב אבער נישט געהאט די כח.


איך בעט ענק איבער און אויך זאלסטו איבערגעבן אין שטוב אז איך האב זייער געוואלט קומען, און א דאנק פארן אנגרייטן עסן, און בזכות דאס ווילן און דאס אנגרייטן - דאס אליין וועט ענק ברענגען די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#99 - יעדע רגע קוקן מאוויס, הרג'עט די מח פונעם מענטש
אמונה, מאוויס, נייעס, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך בין היינט פארטאגס צוריק געקומען פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל, איך האב געבעטן אין ארץ ישראל איך זאל זוכה זיין צו אמונה, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז), ארץ ישראל איז מסוגל פאר אמונה, און דאס איז מען נאר זוכה דורך תפילה; ווי מער מען בעט פאר אמונה – אלץ מער און מער ווערט לויטער און קלאר די אמונה.


פאר אלע דיינע שרעק און ענקזייעטי איז דא נאר איין עצה: "אמונה"; חזר'ן אן א שיעור מאל 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך, דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א פינקטליכער חשבון בצדק ובמשפט, בחסד וברחמים'.


קוק נישט קיין מאוויס, יעדע רגע קוקן מאוויס הרג'עט די מח פונעם מענטש, און עס נעמט לאנגע יארן תורה ותפילה ביז מען קען צוריק שטעלן די מח.


אויך הערן נייעס און קוקן נייעס מאכט שווער די מח, עס מאכט ענקזייעטי, עס שעדיגט די רואיגקייט, די שמחה.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך ליב דיך.

#98 - די הערליכע מוסדות אין ארץ ישראל
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל זיין ל"ג בעומר אין מירון ביי התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, איך בעט אויך פאר דיר און דיין משפחה.


איך שרייב דיר יעצט שפעט אויפדערנאכט, נאכן זיין אויף אפאר טעג מיט גאר ווייניג שלאף, ווייל דו האסט מיר דערציילט נאכן ליל שישי שיעור אז דו האסט אנגעהויבן געבן חודש'ליך זעקס טויזנט שקל פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות.


וויל איך דיר זאגן, איך בין היינט אינדערפרי געווען אין בני ברק אין חדר און אין בית פיגא, איך בין אן א לשון, איך ווייס נישט ווי אזוי ארויסצוברענגען מיינע געפילן, אביסל וועל איך פרובירן צו דערציילן. סיי די חדר, סיי די סקול פירט זיך זייער שיין, די קינדער זענען זייער פרייליך און צופרידן, אלע שמייכלען, אלע זאגן מיר פה אחד אז זיי האבן ליב צו קומען לערנען, זיי האבן א ליבשאפט צו זייערע רבי'ס און לערערינס, און די חידוש איז אז דאס איז געקניפט און געבינדן מיט א שטארקע דיסציפלין, מיט גרויס דרך ארץ ויראת הכבוד פאר זייערע רבי'ס און לערערינס. אלע דערציילן מעשיות פון בעטן דעם אייבערשטן און ווי זיי זענען געהאלפן געווארן.


דיין זכות איז גרויס, איך דאווען פאר דיין הצלחה.

#97 - אריינקוקן יעדן טאג אין די הייליגע בריוו פון אשר בנחל
ספרי ברסלב, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין אין ארץ ישראל, איך בין געפארן מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, קדושים אשר בארץ המה, און אויך צו מחזק זיין אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, און אוועק צו שטעלן א פאנד פאר אונזערע מוסדות וואס פירן זיך על טהרת הקודש. איך דאווען פאר דיר און פאר דיין משפחה.


כל זמן מיר זענען דא אויף די וועלט וועלן מיר נישט וויסן און נישט פארשטיין ווי גרויס דער הייליגער רבי איז און דאס גרויסקייט פון זיין כח. אויבן אין הימל וועלן מיר זען דאס גרויסקייט, און דאס גרויסקייט פון די וואס זענען צוגעבינדן צו אים און פאלגן אים, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד ובהשמטות שם), גרויסע צדיקים זענען מקנא וכו'.


מיר דארפן לערנען זיינע תורות און שיחות, מאך זיך א שיעור אריינצוקוקן יעדן טאג אין די הייליגע בריוו פון אשר בנחל וואס איז צאמגענומען דעם רבינ'ס שכל פאר אונזערע מוחות אויף לעובדא ולמעשה.

#96 - ווען מען פארט מיט א פליגער דארף מען דאך רחמי שמים
ארץ ישראל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ר' ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו קומען קיין ארץ ישראל מיט מאמי תחי'. מיר זענען ארויסגעפארן נעכטן נאכט און אנגעקומען מאנטאג נאכמיטאג, פסח שני. פון עירפארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים. אויפן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין הר המנוחות, מיר זענען געגאנגען מתפלל זיין ביי קברי אבות, ביים זיידן הרב החסיד ר' יצחק דוד פרידמאן עליו השלום, און די באבע רחל פריעדמאן עליה השלום, בת הרב החסיד ר' שלמה גפן עליו השלום. איך האב געבעטן פאר דיר און דיין משפחה. אויך בין איך אריין מתפלל זיין ביים קבר פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו, איך האב זיך אביסל אויסגעגאסן דאס הארץ און געוויינט צום אייבערשטן.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים צו אונזער שול דאווענען מנחה. ערשט האב איך געכאפט א טבילה, ווען מען פארט אין עירפארט, מען פארט מיט א פליגער דארף מען דאך רחמי שמים, עס איז געפערליך די שמירת עיניים, מען שפירט נישט זיך ביז מען טובל'ט זיך.


מיין ליבער זון, גיי יעדן טאג זיך מתבודד זיין, גיי צווישן די ביימער און גראז און שריי צום אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דאס שרייען דארף נישט זיין בקול, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן טז), מען קען שרייען שטילערהייט.


איך בין זייער אפגעמאטערט פון די וועג, איך דארף מקצר זיין.



 

#95 - איך וויל זיך טרעפן מיט אייך אין ארץ ישראל
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, טהרת הקודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תזריע מצורע, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומענדיגע וואך קומען קיין ארץ ישראל, איך פריי זיך זייער זיך צו טרעפען מיט ענק, איך האף צום אייבערשטן צו קענען אנקומען צו אלע שטעט וואו מיר האבן שולן און צו אלע תלמידי תורה און בית פיגא.


איך וויל ענק אלע לאדענען צו קומען צו די סעודה וואס וועט פארקומען אין ירושלים מאנטאג פארנאכטס, פסח שני, מיר העלפן אוועק שטעלן א קרן פאר אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל, "קרן צדקת רבי מאיר בעל הנס" פאר מוסדות "היכל הקודש", "בארץ הקודש", "על טהרת הקודש"; איך האף ענק אלע צו זען.


נישט אלע האבן שוין יעצט די קינדער אין די מוסדות; אין חדר, בית פיגא, ישיבה; אבער די עלטערן וואס האבן די קינדער אין די מוסדות זאגן עדות אז די קינדער באקומען אן ערליכע געזונטע ריינע חינוך, מען צעקלאפט נישט די קינדער, מען בויט אויף די קינדער, מען גרייט אן די קינדער פארן לעבן; די איינגעשטעלטע זענען אזוי איבערגעגעבן, אשרינו שזכינו.


אויך וויל איך ענק איבערבעטן, היות עס זענען דא וואס טענה'ען אז מען וויל וויסן גענוג פרי וואו עס וועלן זיין די שיעורים, און ווען מען וועט קענען אריינקומען, וועלן מיר דאס מאל זיך זייער רעכענען מיט אנשי שלומינו, אז קיינער זאל נישט ווערן בא'עולה'ט, אלע זאלן קענען קומען און מיט האלטן.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין דעם קומענדיגן שבת פרשת אמור אין מירון ביי מיין טאטע שליט"א, איך וועל שבת נישט אויפנעמען און נישט געבן קיין שיעורים. ביי מיין טאטע שליט"א בין איך א זון, נישט קיין ראש ישיבה. אם ירצה ה' נאך שבת, זונטאג און מאנטאג - וועל איך זיין אין ירושלים.


אויך וועל איך זיין באזונדער מיט די בחורים. דאס הייסט ביי די שיעורים וועלן אלע קענען זיין און אלע זאלן זיין, אבער אינמיטן טאג - וויל איך זיין מיט די בחורים באזונדער, און אויך וויל איך זיין אין אלע תלמוד תורה'ס באזונדער, דארט איז נישט שייך מען זאל זיך אריינשטופן.


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז וואס משיח וועט אונז לערנען; צו רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס צו א גוטע פריינד, פאר דעם אליין איז שוין כדאי געווען די התקרבות.


א גוט שבת.

#94 - ס'איז נישט כדאי צו קומען קיין אמעריקע
בחור, ישיבה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס קומען קיין אמעריקע ווען עס איז דא גוטע ישיבות אין ארץ ישראל און בפרט אין יבנאל? עס איז נישט פשוט צו קומען קיין אמעריקע, מילא א בחור וואס האט דא א זיידע און באבע וואו איינצושטיין - איז עפעס אנדערש, אבער אז נישט - איז נישט כדאי צו קומען, עס לוינט נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - זיך נישט פארשטעלן ווי די ארמיי פון די ערב רב
היכל הקודש, ארץ ישראל, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט ברוגז אויף וואס דער מנהל שליט"א האט געזאגט, אז מען זאל זיך נישט פארשטעלן ווי די ארמיי פון די ערב רב, און אויף וואס דער מנהל האט געזאגט אז אויב מען וויל פארשטעלן די קינדער ווי אן ארמיי, קען מען זיי מאכן ווי די אמעריקאנע ארמיי, טערקישע ארמיי, רוסישע ארמיי.


דער מנהל פרעגט מיר יעדע זאך, מיר מאכן נאר וואס מיר האבן מקבל געווען פון די הייליגע צדיקים פון די פריערדיגע דרות, און אזוי האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש און פון די הייליגע צדיקים, אז די מיליטער פון די ערב רב איז כולל אלע עבירות פון די תורה, וויל איך נישט מען זאל זיך פארשטעלן ווי זיי, און אפילו מען פארשטעלט זיך ווי גוים - איז דאס נישט ווי מינים, דאס איז אונזער חינוך וואס מיר געבן פאר אונזערע קינדער, אז די מדינה הציונות איז א מרידה אינעם אייבערשטן, א מרידה אין די תורה און א מרידה במלכות שמים.


יעצט זאלסטו זיך נאכאמאל מתבודד זיין אויף וואס מיר זענען געקומען צום רבי'ן, וואס זענען די עיקרים; מיר זענען געקומען צום רבי'ן צו לעבן מיט די זיסע עצות פון לעבן מיט אמונה און זיך מחי' זיין מיט פשטות יהדות און סדר דרך הלימוד, און די חיזוק זיך נישט צו מייאש זיין, און עס זאל דיר נישט מחליש דעת זיין די אנדערע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#92 - די צווייטע שטיבל היכל הקודש אין בית שמש
שלום, בית המדרש, היכל הקודש, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - עש"ק פרשת וארא, מברכים החודש, כ"ד טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון בית שמש, ה' עליהם יחיו


מזל טוב צום עפענען דעם נייעם שטיבל אין בית שמש, רמה ד.


איך פריי זיך זייער אז מען עפנט די צווייטע שטיבל היכל הקודש אין בית שמש, דער רבי האט דאס געוואלט (ספורי מעשיות סוף מעשה ב, ממלך וקיסר): "מֶען זָאל מַאכִין אַרוּם דֶער גַאנְצֶער שְׁטָאט קְוַואלִין אַרוּם אוּן אַרוּם. כְּדֵי אַז אֵיינֶער וֶועט וֶועלִין אַ טְרוּנְק טוּן זָאל עֶר נִיט בַּאדַארְפְן אַוֶועק גֵיין אַ טְרוּנְק טוּן. נָאר אִיטְלִיכֶער זָאל גִיפִינֶען אַ קְוַואל לֶעבִּין זִיךְ", מוהרא"ש אין ספר נהרי אפרסמון זאגט: "אלו הם בתי כנסיות ובתי מדרשות", דאס זענען שולן; דער רבי וויל מען זאל עפענען שולן וואו מען קען טרינקען פון די מים חיים, קוואל וואסער; אז א איד דארף אביסל חיזוק - זאל ער האבן וואו אריינצוקומען.


איך זאג ענק וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט ווען מיר האבן געעפנט די שול אין וויליאמסבורג, און די ישיבה, און די מוסדות: "אויב וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך - וועט ענק קיינער נישט קענען שלעכטס טון און עס וועט זיין גרויס הצלחה"; דאס זאג איך אייך אויך, אויב וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך, קיינער וועט נישט זוכן צו טרעטן אויף א צווייטן, מען וועט קומען אין שול מיט ליבשאפט, מיט שמחה - וועלן ענק זייער מצליח זיין, די שטיבל וועט ארויסגעבן א שיין אויף די גאנצע געגנט, רמה ד אין בית שמש.


איך וועל אם ירצה ה' ממנה זיין גבאים פאר די שטיבל נאך שבת.



 

#91 - זע אז די געלט פאר די מוסדות בארץ הקודש זאל זיין צייטליך
מוסדות, משמש דעם רבי'ן, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, י"ט טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, אדמיניסטראטער מוסדות היכל הקודש, קרית ברסלב ליבערטי


שיק שוין די געלט פאר חודש טבת פאר די מוסדות בארץ הקודש. דער מנהל פון די מוסדות אין ארץ ישראל, יצחק נרו יאיר, האט מיר געשריבן אז ער דארף 39,863 פאר חודש טבת. ביטע פארבינד זיך מיט אים און שיק אים די גאנצע סכום פון די געלט וואס איך האב דיר פריער געשיקט.


זע אז די געלט קיין ארץ ישראל זאל זיין צייטליך, ווייל זיי זענען מער אנגעוויזן אויף די געלט ווי דא אין אמעריקע; דארט איז נישטא קיין שטאטישע הילף, דארט דארפן די מלמדים און די לערערינס דאס האבן פאר פשוט ברויט און מילך פאר זייערע קינדער.


אשרינו אז אונזער פלאג און מי איז אויף משמש זיין דעם רבי'ן, אויפציען א דור שכולו זכאי, א דור מיט די ריינע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#90 - אום שבת, יום טוב, און ביי שמחות, ווערט צעשפילט די נערווען
חנוכה, מוסדות, ארץ ישראל, נערווען, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז די הייליגע טאג זאת חנוכה. עס שטייט פון צדיקים אז מען קען פועלן זאת חנוכה ישועות, זאלסטו זיך היטן פון קנאת המלאכים; היט זיך פון כעס און פון מחלוקת, ווייל יעדע מאל עס קומען די הייליגע טעג ווערט א פחד, די מלאכים זענען מקנא דעם מענטש און זיי זוכן אים אראפ צו ווארפן אין מחלוקת, אין כעס, פאר שטותים והבלים. וועסט גוט קוקן, יעדע שבת און יום טוב, און אויך ביי שמחות - ווערט דער מענטש צעשפילט מיט נערווען וכו' וכו', מען הויבט אן שרייען אויף די ווייב און קינדער, מען הויבט אן מיט פארשעמען השם ישמרינו; זאלסטו זיך אכטונג געבן נישט צו ווערן בכעס. היינט נאכט ביים צינדן די הייליגע מנורה זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, עס זאל דיר גארנישט אנגיין, עס זאל דיר גארנישט אינטערעסירן, נאר איין זאך - שמחה.


קומענדיגע וואך, פרייטאג פרשת ויחי, עשרה בטבת - געפאלט אויס די יארצייט פון אונזער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו. ליל שישי וועלן מיר מאכן די יארצייט סעודה אין מאנסי, אינאיינעם מיט א דינער פאר אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל, מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש. איך לאדן דיך פערזענליך, איך וויל דו זאלסט קוקן אויף די מוסדות ווי דיינע אייגענע מוסדות, ווייל ביי מיר איז דאס אזוי חשוב און אזוי וויכטיג; מיר זאלן האבן ריינע ערליכע מוסדות על טהרת הקודש, געבויט אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.