בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעסער זיך אויפהויבן ווי זיך דערנידערן
התחזקות, משלי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


היינט ביים לערנען משלי האב איך געטראכט שיינע זאכן על פי דעם הייליגן רבינ'ס הקדמות, און פון ליבשאפט וואס איך האב צו דיר וויל איך דאס מיט דיר מיטטיילן.


שלמה המלך זאגט (משלי כה, ז): "כִּי טוֹב אֲמָר לְךָ עֲלֵה הֵנָּה", עס איז בעסער זאלסט זיך זעצן אויף א נידריגע ארט און מען זאל דיר זאגן קום ארויף, "מֵהַשְׁפִּילְךָ לִפְנֵי נָדִיב", ווי איידער דו זאלסט זיך זעצן אויף א חשוב'ע ארט אן רשות, און מען וועט דיך דערנידערן וכו'.


על פי די הקדמות פון הייליגן רבי'ן קען זיין נאך א פשט, עס איז דא א דיבור פון רבי'ן: "איז דען א קונץ אראפווארפן א איד, א קונץ איז אויפהייבן א איד"; זיך צעברעכן קען יעדער איינער, דער עיקר ארבעט אין עבודת השם איז זיך אויפצוהייבן און גלייבן אין זיך, גלייבן אז דער אייבערשטער האט מיך ליב און ער האט תענוג ונחת רוח פון יעדע מצוה וואס איך טו, און פון מיינע תפילות וכו'.


דאס איז מרומז אין פסוק: "כִּי טוֹב אֲמָר לְךָ", עס איז גוט אז דו וועסט זיך זאגן 'עֲלֵה הֵנָּה', קום ארויף, הויב זיך אויף, קער זיך צוריק צום אייבערשטן, רעד צו זיך שיינע ווערטער, זיי זיך מחזק אז דער אייבערשטער דארף דיך, "מֵהַשְׁפִּילְךָ לִפְנֵי נָדִיב", פון זיך צעקלאפן און דערנידערן, און טראכטן אז דו ביסט שוין דערנאך, וואס דאס איז עצת היצר; אוועקשלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן, והבן למעשה.