בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ברוך ה' געמאכט פיאות פאר מיין זון יחזקאל נ"י
בית התבשיל, פסח, ספר תורה, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ח אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מה אשיב לה', געלויבט דעם אייבערשטן איך האב היינט געמאכט פיאות פאר מיין זון יחזקאל נרו יאיר, איך האב אפגעשוירן ביי מיר אין שטוב און נאכדעם געגאנגען אין חדר זאגן די הייליגע א' ב', איך האב ארומגענומען מיין זון מיטן טלית כמנהג ישראל; אכטונג געבן ער זאל האבן ריינע אויגן, נישט זען קיין גוים.


נעכטן בין איך געזעצן מיט די געטרייע אינגעלייט וואס פירן אונזער בית התבשיל אין שטעטל, מען גרייט זיך אויף א גרויסע חלוקה אויף יום טוב פסח; סיי מיטן טיילן עסן און סיי מיטן אויסטיילן קארטלעך צו קענען איינקויפן אין גראסערי אין שטעטל, עס זאל זיין שפע פאר אלעמען.


די ליל שישי שיעור וועט היינט זיין אין שטעטל, אינאיינעם מיט התחלת כתיבת ספר תורה לזכות דעם הייליגן רבי'ן. מען הויבט אן שרייבן נאך א ספר תורה פאר די קהילה, יעצט שרייבט מען א קלענערע ספר תורה, מען זאל דאס קענען מיט טראגן אלע יארן קיין אומאן אויף ראש השנה.


אויך וועט מען קענען מיטהאלטן דעם שיעור אין אלע שול'ן; מאנרא, מאנסי, לעיקוואד, וויליאמסבורג און בארא פארק; איך האף דו וועסט קומען זיך אויפפרישן הערן נאכאמאל די זיסע עצות וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז.


איך וויל דיר בעטן, יעצט ווען עס קומט יום טוב פסח און ביי אלע שטיבער ווערט אנגעשטרענגט - זאלסטו רחמנות האבן אויף דיין ווייב; רעד צו איר שיין, פיר זיך אויף ערליך, פיר זיך נישט אויף ווי א שגץ וואס שרייט און זידלט; אין היכל הקודש קענסטו נישט זיין נאר אז דו וועסט זיך פירן מיט דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.