בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - גוטע גריסן פון די חלוקה אין בית התבשיל מיט יראת שמים
צניעות, בית התבשיל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב געהערט זייער גוטע גריסן פון די חלוקה אין בית התבשיל, ווי עס קומען באזונדער די מענער און באזונדער די פרויען, עס איז נישטא קיין תערובות. איך האב שוין לאנג געטראכט אז דאס קומען מענער און פרויען זיך שטופן כאפן עסן אין בית התבשיל - איז נישט אויסגעהאלטן, איך פריי זיך אז מען איז אריבער צו די נייע גרויסע בנין וואו מען מאכט באזונדער מענער און באזונדער פרויען, עס גייט צו מיט יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סייעתא דשמיא צו קענען טון ווייטער גוטע זאכן פאר אידישע קינדער, זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#6 - די גרויסקייט פון טיילן עסן פאר אידן
בית התבשיל, שטעטל, חסד, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דאנק דיר זייער פארן העלפן אונזער קהילה מיטן ברענגען עסן פאר די בית התבשיל אין קרית ברסלב ליבערטי. אזויפיל משפחות זענען זיך מחי', עס זענען דא משפחות וואס פארדינען ווייניג, אויך איז דא וואס קענען נישט באקומען קיין שטאטישע הילף און זייער גאנצע עסן איז פון בית התבשיל, אז די בית התבשיל טיילט א חלוקה - וועלן זיי האבן וואס צו עסן, און אז נישט - וועלן זיי הונגערן.


הער א מורא'דיגע מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בבא בתרא יא.), דער הייליגער תנא בנימין הצדיק פלעגט טיילן עסן פאר ארעמעלייט, דאס איז געווען זיין מצוה, זיין זאך. פאסירט אמאל, א פרוי איז געקומען צו אים און געבעטן ער זאל איר געבן געלט זי זאל קענען איינקויפן פאר אירע קינדער, האט דער הייליגער תנא געזאגט: "די צדקה קאסע איז ליידיג, נישטא יעצט קיין געלט צו געבן", האט זי געוויינט און געזאגט: "אויב דו וועסט מיר נישט געבן עסן וועל איך שטארבן אינאיינעם מיט מיינע זיבן זין", האט ער גענומען פון זיין אייגענע געלט און איר געגעבן צו עסן.


די גמרא דערציילט, עס איז אריבער א שטיק צייט און דער תנא בנימין הצדיק איז קראנק געווארן, עס האט אויסגעזען ווי ער גייט שוין שטארבן, האבן די מלאכים אין הימל געזאגט פארן אייבערשטן: רבונו של עולם, דו האסט געזאגט ווער עס געבט לעבן פאר א צווייטן, איז אזוי ווי ער מאכט לעבעדיג די גאנצע וועלט, דער הייליגער צדיק בנימין וואס האט געגעבן לעבן פאר א מאמע מיט זיבן קינדער זאל אזוי יונג שטארבן? "מִיַּד קָרְעוּ לוֹ גְּזַר דִּינוֹ", האט דער אייבערשטער צעריסן זיין גזר דין און ער איז געבליבן לעבן. די גמרא פירט אויס: "הוֹסִיפוּ לוֹ עֶשְׂרִים וּשְׁתַּיִם שָׁנָה עַל שְׁנוֹתָיו", מען האט אים צוגעגעבן נאך צוויי און צוואנציג יאר צום לעבן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - ברוך ה' געמאכט פיאות פאר מיין זון יחזקאל נ"י
בית התבשיל, פסח, ספר תורה, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ח אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מה אשיב לה', געלויבט דעם אייבערשטן איך האב היינט געמאכט פיאות פאר מיין זון יחזקאל נרו יאיר, איך האב אפגעשוירן ביי מיר אין שטוב און נאכדעם געגאנגען אין חדר זאגן די הייליגע א' ב', איך האב ארומגענומען מיין זון מיטן טלית כמנהג ישראל; אכטונג געבן ער זאל האבן ריינע אויגן, נישט זען קיין גוים.


נעכטן בין איך געזעצן מיט די געטרייע אינגעלייט וואס פירן אונזער בית התבשיל אין שטעטל, מען גרייט זיך אויף א גרויסע חלוקה אויף יום טוב פסח; סיי מיטן טיילן עסן און סיי מיטן אויסטיילן קארטלעך צו קענען איינקויפן אין גראסערי אין שטעטל, עס זאל זיין שפע פאר אלעמען.


די ליל שישי שיעור וועט היינט זיין אין שטעטל, אינאיינעם מיט התחלת כתיבת ספר תורה לזכות דעם הייליגן רבי'ן. מען הויבט אן שרייבן נאך א ספר תורה פאר די קהילה, יעצט שרייבט מען א קלענערע ספר תורה, מען זאל דאס קענען מיט טראגן אלע יארן קיין אומאן אויף ראש השנה.


אויך וועט מען קענען מיטהאלטן דעם שיעור אין אלע שול'ן; מאנרא, מאנסי, לעיקוואד, וויליאמסבורג און בארא פארק; איך האף דו וועסט קומען זיך אויפפרישן הערן נאכאמאל די זיסע עצות וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז.


איך וויל דיר בעטן, יעצט ווען עס קומט יום טוב פסח און ביי אלע שטיבער ווערט אנגעשטרענגט - זאלסטו רחמנות האבן אויף דיין ווייב; רעד צו איר שיין, פיר זיך אויף ערליך, פיר זיך נישט אויף ווי א שגץ וואס שרייט און זידלט; אין היכל הקודש קענסטו נישט זיין נאר אז דו וועסט זיך פירן מיט דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - איך בין מקנא דיינע זכותים מיט'ן טיילן עסן פאר משפחות נצרכים
בית התבשיל, תשובה, חסד, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, ערב ראש חודש שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין מקנא דיינע זכותים וואס דו האסט מיטן טון חסד, ובפרט מיטן טיילן עסן פאר משפחות נצרכים, ובפרטי פרטיות מיט טייערע אנשי שלומינו וואס קוקן ארויס אויף די עסן וואס דו טיילסט; דאס איז מתקן אלע חטאים בפגם הברית. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, סימן נד): "מִי שֶׁעוֹשֶׂה חֶסֶד עִם אוֹהֲבֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס טוט חסד מיט ערליכע אידן, - "עַל יְדֵי זֶה מְתַקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", איז מתקן אלע פגמים.


דער אייבערשטער זאל אונז געבן די זכי' מיר זאלן קענען טון גוטע זאכן, און מיט דעם מתקן זיין אלעס וואס מען דארף מתקן זיין.

#3 - דו ראטעוועסט די גאנצע שטעטל פון שלעכטס, מיט די חסד וואס דו טוסט
בית התבשיל, שטעטל

בעזרת ה' יתברך- יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בשם כל הקהל הקודש, בשם אלע איינוואוינער פון אונזער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, דריקן מיר אויס אונזער הכרת הטוב פאר דיר פאר אלעס וואס דו טוסט, אז עס זאל זיין עסן פאר אנשי שלומינו און פאר די שבת פעקלעך, וואס משפחות וואס דארפן הילף - באקומען וועכנטליך, און פאר די גרויסע פסח חלוקה און פאר די פסח געלט; פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונז.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און מח צו קענען ווייטער טון גוטס פאר אידישע קינדער.


דו ראטעוועסט אונזער גאנצע שטעטל פון שלעכטס מיט די חסד וואס דו טוסט.

#2 - ארויסהעלפן דעם בית התבשיל, פון וואס יעדער האט הנאה
צדקה, בית התבשיל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו שיחיו


איך וויל יעדן איינעם פערזענליך איינלאדענען דעם קומענדיגן זונטאג פרשת שופטים, צו די יערליכע מסיבה וואס איך מאך פארן בית התבשיל פון אונזער שטעטל קרית ברסלב, וואס וועט פארקומען אין שטוב פון האברך היקר שלמה יאקאבאוויטש, דער גבאי פונעם בית התבשיל.


עס איז דא צדקות וואס מען דארף מסביר זיין וואס די צדקה איז, וואס די צדקה טוט און וואו די געלט גייט, ביים בית התבשיל דארף מען גארנישט זאגן; אלע ווייסן וואס דאס איז, און די גאנצע שטעטל האט הנאה פונעם בית התבשיל; איינער מער איינער ווייניגער, אבער הצד השווה שבהן, אז אלע האבן נוצן פון דעם, אלע זענען זיך מחי' מיט די עסן און מיט די חלוקות וואס זיי טיילן אויס א גאנץ יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות די מצוה פון צדקה זאלן מיר אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה און א יאר מיט שפע.


מוהרא"ש זאגט, די גרעסטע צדקה איז געבן עסן פאר הונגעריגע מענטשן.


 

#1 - העלפן משפחות נצרכים זאלן האבן עסן לשבת ולחול
צדקה, בית התבשיל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן פה קערעסטיר, אצל ציון הרב הקדוש רבי ישעי' בן רבי משה זכותו יגן עלינו


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש ה' עליהם יחיו


האברך היקר ... נרו יאיר מקרית ברסלב איז עוסק אין די גרויסע מצוה פון העלפן משפחות נצרכים זאלן האבן עסן לשבת ולחול.


אנא, עפנט ענקערע הערצער אים צו העלפן קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די מצוה. ובזכות די מצוה זאלט איר האבן שפע, ברכה והצלחה.


החותם למען המצוה ביים ציון פון הרב הקדוש זכותו יגן עלינו וואס האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין די מצוה.