בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די בריוו זענען מקרב אזויפיל אידן צום אייבערשטן
הפצה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת טהרה, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גלייך אזוי געטראכט; וואס פעלט דיר אויס וכו' ווען דו האסט שוין גענומען אויף דיר ארויס צו געבן די בריוו פון עצתו אמונה. איך האב דיר גארנישט געוואלט זאגן ווייל מוהרא"ש האט מיר אויסגעלערנט איך זאל נישט זאגן פאר קיינעם וואס צו טון - סיידן ווען יענער פרעגט וכו', דעריבער האב איך דיר גארנישט געזאגט, אבער יעצט אז דו פרעגסט מיר וואס צו טון אויף ווייטער זאג איך דיר מיין מיינונג.


מיין מיינונג איז דו זאלסט זיך אריין לייגן אין מסדר זיין די בריוו; סיי די שאלות ותשובות "עצתו אמונה" און סיי די פריוואטע בריוו פון "איש אמונות". עס איז דא אין די בריוו התחזקות און עצות ווי אזוי אנצוגיין אין לעבן פאר יעדן מענטש אין יעדע מצב, אלעס וואס איך שרייב איז נאר וואס איך האב געלערנט פון מוהרא"ש וואס האט אונז איבער געגעבן דעם רבינ'ס ווערטער, די אינהאלט פון די בריוו איז די זעלבע דיבורים פון אשר בנחל. מענטשן שרייבן מיר אז די בריוו איז זייער לעבן, די מפיצים זאגן אז מענטשן דארפן דאס און זוכן דאס, איז זיכער כדאי דו זאלסט זיך נישט זוכן קיין פרישע ארבעט וכו'.


דו ווייסט דאך אודאי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא עקב, סימן ו; הובא ברש"י דברים ח, א): "אִם הִתְחַלְתָּ בְּמִצְוָה, גְמוֹר אוֹתָהּ", ווער עס הייבט אן א מצוה דארף דאס ענדיגן, "שֶׁאֵינָהּ נִקְרֵאת הַמִּצְוָה אֶלָּא עַל שֵׁם הַגּוֹמְרָהּ", און א מצוה ווערט אנגערופן אויף דעם וואס ענדיגט דאס, ווייל מיר וויסן דאך אז משה רבינו האט עוסק געווען אין די מצוה פון ארויפברענגען יוסף הצדיק פון מצרים, דען פארוואס שטייט: "וְאֶת עַצְמוֹת יוֹסֵף אֲשֶׁר הֶעֱלוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרַיִם קָבְרוּ בִּשְׁכֶם? אֶלָּא לְפִי שֶׁלֹא הִסְפִּיק לְגּוֹמְרָה וְגָמְרוּהָ יִשְׂרָאֵל - נִקְרֵאת עַל שְׁמָם", נאר וויבאלד משה רבינו האט דאס נישט צוגעענדיגט הייסט עס כאילו די אידן האבן דאס געטון; זעט מען אז דער וואס הייבט אן א מצוה דארף דאס ענדיגן.


מגלגלין זכות על ידי זכאי, דורך דיר האט זיך אנגעהויבן אלע בריוו; דו האסט מיר געבעטן פאר דריי יאר צוריק איך זאל שרייבן יעדן טאג א בריוו פאר אלע תלמידים און פון דעם איז געווארן די אלע בריוו. דו האסט געהאט א גרויסע ישועה דורך די בריוו וכו', זאלסטו עס נישט אפלאזן און דאס וועט דיר זיין א זכות אויף ווייטער.


בזכות דעם וואס דו וועסט מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים וועסטו זען וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.