בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ברסלב איז פארשעמט
חסידות ברסלב, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס עס איז דא מחלוקת אויפן רבי'ן און זיינע תלמידים; דער רבי האט שוין גערעדט דערפון, דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן צג), די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:), דאווענען איז די העכסטע זאך פון די וועלט, "וּבְנֵי אָדָם מְזַלְזְלִין בָּהֶם", און מענטשן טוען גרינגשעצן אין דעם; האט דער רבי געזאגט, מיין זאך איז דאווענען, מיין זאך איז התבודדות ותפילה, דערפאר טוען מענטשן שפעטן פון רבי'ן, פארשעמען און קריגן, ווייל זיין גאנצע זאך איז תפילה וואס איז ברומו של עולם, ובני אדם מזלזלין בהם, והבן.


טענה נישט מיט קיינעם, זיי נאר ממשיך מיט די עצות פון רבי'ן, לערן שיעורים כסדרן בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד וואס ווערט אויסגעשמועסט אין שיחות הר"ן (סימן ע"ו), ווי דער רבי זאגט אז ביים לערנען זאל מען דער עיקר זאגן די ווערטער, מען זאל זיך נישט מבלבל זיין אויב מען פארשטייט נישט דאס לערנען.


אויך זאלסטו יעדן טאג נעמען אפאר מינוט און זיך מתבודד זיין, גיי אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס ליגט דיר אויפן הארץ, בעט אים ער זאל דיר געבן א וועג ווי אזוי אים צו דינען וכו' וכו'.


א גרוס פון דיינע ליכטיגע קינדער, זיי פירן זיך זייער איידל מיט יראת שמים, זיי לערנען פלייסיג און דאווענען מיט א חיות.