בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ברעך דורך די קאלטקייט און באבלאזנקייט
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דיין ווייב שרייט אויף דיר און זי באזידלט דיר - איז דאס ווייל עפעס טוט איר וויי, על פי רוב איז זי באליידיגט און נישט באקוועם צו זאגן וואס עס שטערט איר, דעריבער שרייט זי, און אז דו וועסט אריינטראכטן און מאכן א חשבון הנפש - וועסטו זען וואס שטערט איר און אויף וואס דו דארפסט איבערבעטן.


בעט איר איבער, ברעך דורך די אייז, ברעך דורך די קאלטקייט און באבלאזנקייט, זיי דו דער קלוגער וואס בייגט זיך איין די קאפ, און אפילו דו האלסט אז מען דארף דיך איבערבעטן - זיי דו דער וואס בעט איבער, זיי נישט דער גערעכטער, זוך נישט אויסצופירן, זוך צו ברענגען שלום אין שטוב.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זען נאר דאס גוטס אין איר, עס זאל זיין חן צווישן ענק. די הייליגע חכמים דערציילן א מעשה (שבת נג:), איינער האט חתונה געהאט מיט א געלעמטע פרוי, און ער האט נישט געוואוסט אז זי איז געלעמט, ביז זי איז אוועק פון די וועלט. האט רבי חייא געזאגט: "כַּמָּה צָנוּעַ אָדָם זֶה שֶׁלֹא הִכִּיר בְּאִשְׁתּוֹ", עס מוז זיין אז דער מענטש איז געווען זייער איידל אז ער האט נישט געקוקט אויף זיין ווייב איר גאנץ לעבן, אנשי שלומינו זאגן פשט, ווי קען זיין א מענטש זאל נישט זען און וויסן אז זיין ווייב איז א געלעמטע? און וואס איז די מעלה פון נישט קוקן אויף די אייגענע ווייב? נאר פשט איז, ער האט נישט געזען אירע חסרונות, ער האט נאר געזען אירע מעלות; די הייליגע חכמים רימען אויס דעם מענטש וואס זוכט נישט חסרונות אין די ווייב, ווי גליקליך איז דער מענטש, "כַּמָּה צָנוּעַ אָדָם זֶה" - וואס לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן פאר די ווייב וואס ער האט, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.