בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז זייער א גרויסער טאג, מען קען זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע מדריגות. עס שטייט אין די מגילה (אסתר ו, יג): "כִּי נָפוֹל תִּפּוֹל לְפָנָיו", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מגילה טז.): "אומה זו משולה לעפר ומשולה לכוכבים, כשהן יורדין יורדין עד עפר, וכשהן עולין עולין עד לכוכבים", א איד אפילו ער פאלט אראפ ביזן טיפסטן אפגרונד - קען ער זיך אויפהייבן און אנקומען ביז די העכסטע הייליגקייט. אזוי ווי עס שטייט אין הייליגן זוהר (פרשת חיי שרה, קכט:): "בשעתא חדא, ביומא חדא, ברגעא חדא", אין איין מינוט, אין איין טאג און אין איין רגע - קען מען זוכה זיין צו וואס צדיקים הארעווען אפ זייער גאנץ לעבן.
פורים איז גרעסער און הייליגער פון יום כיפורים, ווייל די גאנצע טאג דריידט זיך ארום שלום; מען מאכט שלום אין שטוב און מיט די עלטערן און מיט די ווייב'ס עלטערן, דאס איז גרעסער פון זיין א צדיק אין פעלץ.
ובכן זאלסטו זיך איבערבעטן מיט יעדן איינעם, זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, לאז שוין אפ שנאה מיט נצחון; אנשטאט אויספירן אז דיין משפחה זאל זיך טוישן - זאלסטו זיך אליינס טוישן; דו ווער שוין מקורב צום רבי'ן, הויב אן פאלגן דעם רבי'ן; נעם אריין אין זיך אמונה, וויל גארנישט נאר טון רצון השם.
בעט דעם אייבערשטן אין אזא הייליגע טאג אז דו, דיין ווייב און דיינע דורות - זאלן ליב האבן אידישקייט, ליב האבן די תורה און זיך פאר'מיאוס'ן פון די גוים; אוי ווי שיין און ווי זיס איז צו גיין אין די אידישע וועג, און אוי ווי ביטער און ווי זויער איז די גוי'אישע וועג; פורים קען מען דאס פועל'ן.
איך מוז מקצר זיין, איך גיי שוין דאווענען און ליינען די מגילה.
א פרייליכן פורים.