בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
א שמייכל פאר א צווייטע איד איז אויך א תיקון שובבי"ם; מאכן פרייליך א איד, געבן א גוט ווארט פאר א צווייטן. מיט איין גוט ווארט, מיט איין שמייכל - קען מען מחי' זיין די גאנצע וועלט; עס איז אנשטעקיג, עס פארט ארום די גאנצע שטעטל; דו געבסט א גוט ווארט אין שול פאר דיין חבר, דיין חבר גייט ארויס, ער טרעפט זיין חבר און געבט אים אויך א שמייכל, יענער איז אנגעזעצט, ער גייט יעצט אהיים און ער ווערט פרייליך, ער זאגט א גוט מארגן פאר די ווייב מיט א גרויסע שמייכל, זי ווערט פרייליך, זי איז א טיטשער, זי גייט אריין אין כיתה און זי מאכט פרייליך אלע קינדער און אלע טיטשערס, אלע טיטשערס גייען יעצט ארויס ביי הפסקה און שיקן א שיינע מעסעדזש דעם מאן, די מענער אינמיטן ארבעט ווייסן נישט וואס האט זיי באטראפן, אזעלכע שיינע ווערטער צו באקומען, זיי געבן איבער די אנשטעקעניש ווייטער, די גאנצע שטעטל איז פרייליך, מען ווייסט נישט ווער עס האט עס אנגעהויבן, ביז עס קומט צוריק צו דעם מענטש וואס איז שוין יעצט אינמיטן טאג אביסל טרויעריג, קומט איינער און מאכט אים פרייליך, וואס דאס קומט גאר פון אים אליין; וואס מען טוט פאר יענעם - טוט מען פאר זיך אליין.
ווער עס וויל וויסן וואס ער קען מיר העלפן - זאל דאס טון, געבן א שמייכל פאר א צווייטן, בפרט פאר אנשי שלומינו וואס אויף זיי גייט נאך מער איבער, בבחינת (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ".
מען זאל זיך גריסן איינער דעם צווייטן, איך וויל זייער מיר זאלן אלע זיין איין משפחה, אלע זאלן זיך גריסן, אלע זאלן זיך פרייליך מאכן. עס איז דאך אזא גרויסע מצוה צו שמייכלען צו א צווייטן, מען קען דאך יענעם מחי' מתים זיין. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם".
דער רבי ברענגט דארט אראפ די מעשה וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.), רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים, ווען מיר זעען מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.