בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ד' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז די יארצייט פונעם גרויסן צדיק רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט פאר זיין פטירה אז ער וועט נישט אריינגיין אין גן עדן נאר אויב ער וועט קענען אויסקערן די גיהנום פון אלע נשמות, און צדיקים האבן דערציילט אז אזוי איז געווען, און אויך איז שוין אזוי געבליבן, אז יעדע יאר ד' שבט קערט דער צדיק אויס דעם גיהנום.
מוהרא"ש דערציילט, דער צדיק האט געהאט א הייליגע מנהג, יעדן טאג נאכן דאווענען אויפן וועג אהיים איז ער אריבער ביי די שטיבער פון די צעבראכענע מענטשן, יתומים און אלמנות, און זיי געגריסט 'גוט מארגן' מיט א שמייכל; אלע האבן שוין אפגעווארט, אלע זענען געזעצן ביי די טרעפ פון די שטיבער און געווארט אויף די ווארעמע 'גוט מארגן', זיי האבן געשפירט אזוי גוט מיט דעם, זיי האבן געשפירט ממש ווי דער צדיק איז זייער טאטע.
אזוי אויך זאלסטו טון, דארפסט נישט אריבער גיין אלע גאסן וכו', אבער דארט וואו דו גייסט סיי ווי, גייסט ארויס פון שול נאכן דאווענען, זאלסטו נישט זיין אזוי באבלאזן און אריבערגיין מענטשן אן גריסן, אן שמייכלען, גרוס יעדן איינעם מיט א גרויסע שמייכל, מען קען זיך איינקויפן עולם הבא מיט איין שמייכל, מיט א גוט ווארט.
ווער רעדט נאך אין שטוב, דיין ווייב און דיינע קינדער; זאלסט זיי גריסן און שמייכלען און געבן גוטע ווערטער, דאס איז אזא הייליגע זאך, פרייליך מאכן די ווייב און קינדער, עס איז אזוי גרויס, בפרט יעצט אין די טעג פון שובבי"ם ווען מיר פאררעכטן אלעס וואס מען דארף פאררעכטן - קען מען אלעס פאררעכטן מיט פרייליך מאכן א צווייטן איד, פרייליך מאכן די ווייב און קינדער.
טו א טובה מיט א צווייטן, געב א האנט פאר א צווייטן איד, די וועלט שטייט דאך נאר אויף חסד, די וועלט איז באשאפן געווארן צוליב וואס מען וועט טון חסד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ח, ה), איידער דער אייבערשטער האט באשאפן אדם הראשון האט ער געפרעגט די מלאכים אויב מען זאל באשאפן דעם מענטש, זענען געקומען גרופעס גרופעס מלאכים, איין גרופע האט געזאגט יא, איין גרופע האט געזאגט ניין, "חֶסֶד אוֹמֵר יִבָּרֵא, שֶׁהוּא גּוֹמֵל חֲסָדִים", חסד האט געזאגט מען זאל באשאפן דעם מענטש ווייל ער גייט טון חסד; דאס איז תיקון שובבי"ם, אז מען העלפט אנדערע, און דאס זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער, טון חסד מיט אנדערע קינדער, קיינמאל נישט זאגן ניין פאר א צווייטן איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.