בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גוטע געפיל, גוטע ווערטער, און ווייזן אינטערעס
קאמפלימענטס, שלום בית, היכל הקודש, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ג' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רעד שיין אין שטוב צו דיין ווייב און קינדער, און זיי נישט קיין קמצן, קיין קארגער; סיי ווען עס קומט צו געבן געלט און סיי אויף גוטע ווערטער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כ:): "רוֹצֶה אִשָׁה בְּקַב וְתִּפְלוּת, מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", א פרוי וויל ענדערש ווייניג עסן און זיין נאנט מיט איר מאן, ווי איידער אסאך עסן און נישט זיין נאנט מיטן מאן; זעט מען אז דער עיקר איז די גוטע געפיל, די גוטע ווערטער, דאס ווייזן אינטערעס.


אז דו פאררופסט זיך א תלמיד היכל הקודש - דארפסטו האבן שלום בית. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט טאג און נאכט געטון פאר שלום בית, ווען עס זענען געקומען צו מוהרא"ש א פארפאלק פאר שלום בית - האט מוהרא"ש אוועק געווארפן זיין זייגער, זיין עסן, זיין בעט, זיין אלעס - און געקענט זיצן א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט אבי מאכן שלום בין איש לאשתו, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ז.), אז דער אייבערשטער זאגט, מעק אויס מיין נאמען אבי עס זאל זיין שלום בית.


מען טאר נישט טשעפען די ווייב, אז מען טשעפעט די ווייב און זי וויינט - איז דאס א סכנה, און מען פארלירט די פרנסה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, "מִתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", זי וויינט שנעל און דאס איז א לאו אין די תורה, און מען פארלירט די פרנסה.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט צוריק זיך באנייען צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות. מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור מאל אז משניות וואשט אפ אלע עבירות, מוהרא"ש רופט דאס אן "סטיל וואל" פאר די נשמה; סטיל וואל נעמט אראפ די שטערקסטע שמוץ פון כלים, אזוי אויך משניות נעמט אראפ אלע צוגעקלעבטע שמוץ פון די נשמה, משניות וועט דיר געבן א נייע מח מחשבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.