בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דיינע טיטשערס און מנהלת תחי' רעדן זייער שיין פון דיר אז דיין התנהגות איז מיט גרויס דרך ארץ.
שלמה המלך זאגט (קהלת ז, א): "טוֹב שֵׁם מִשֶּׁמֶן טוֹב", עס איז בעסער פארן מענטש א גוטע נאמען מער ווי די בעסטע שמעקעדיגע אויל (פערפוים), ווייל אפילו מען זאל לייגן אויף זיך גוטע שמעקעדיגע אויל וועלן נאר די מענטשן וואס שטייען ארום דעם מענטש שפירן דעם אויל וכו', אבער א גוטע נאמען גייט פון איין עק וועלט ביזן צווייטן; אויך וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן מיט דעם וואס דו וועסט זיך פירן מיט גוטע מידות.
דו ווייסט אוודאי פארוואס דער רבי האט געוואלט מען זאל אים רופן מיט זיין מאמע'ס נאמען רבינו נחמן בן פיגא און נישט מיט זיין טאטעס נאמען - בן שמחה, ווייל זי האט אים אויפגעצויגן מיט יראת שמים.
דער רבי'ס טאטע איז געווען א באהאלטענער צדיק, ער איז געווען רוב צייט גלות ליידן און ער האט זיך נישט געפונען אין שטוב, נאר זיין מאמע האט אים מגדל געווען. זי פלעגט גיין כסדר מיטן רבי'ן צום קבר פון איר הייליגע זיידע דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו וואו זי האט געוויינט צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו אויפציען קינדער צדיקים.
זאלסטו אויך נאך גיין אין די וועגן; געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן. יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן אויף דיין שפראך, וועסטו אויך זוכה זיין צו ווערן א גרויסע צדיקת.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.