בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, כ"ה אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
גיי אן מיט דיין עבודת השם, מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט מנין, און מיט לערנען דיינע שיעורים כסדרן, פרשת השבוע שנים מקרא און תרגום, איינגעטיילט לויט די וואך. אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג משניות און גמרא, דאס וועט דיך פרייליך מאכן און זעטיגן דיין זעל. אן תורה איז דער מענטש הונגעריג, און אז מען געבט נישט דעם זעל עסן, די עסן וואס די נשמה דארף - לויפט דער מענטש צו נארישקייטן, צו עבירות רחמנא לצלן, און מיט תורה, מיט די 'מזונא דנשמתא' - טוט מען נישט קיין שטותים.
גיי צו דיין שווער אויף די ערשטע טעג פסח, אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם, אין לעבן טוט מען וואס איז ריכטיג נישט וואס איז באקוועם. זיי די ערשטע טעג ביי דיין שווער אזוי ווי דער מנהג איז, און מיט תפילה און מיט שמחה וועט דיר זיין גאר באקוועם דארט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.