בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#38 - אוועקגיין דאווענען ערגעץ אנדערש איז נישט קיין עכטע עצה
כיבוד אב ואם, שלום בית, מחלוקת, שווער און שוויגער, אומאן, ראש השנה, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל דו שרייבסט מיר, איך וויל האבן מיט דיר א קשר, און מיט די הילף פון באשעפער דיר העלפן אוועק שטעלן א שיינע שטוב.


בנוגע די טענות וואס דו האסט אויף מרת..., אז זי לערנט דיין ווייב דיך צו מאכן שפירן ווי א שמאטע, דו ווילסט איר אנרופן וכו'; איך ווייס נישט אויב עס איז א גוטע עצה, ענדערש זאלסטו מיר שרייבן אדער דערציילן וואס דיין ווייב טוט נישט גוט צוליב מרת ..., וואס זי מאכט דיר שאדן, און איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף איר עס איבערגעבן און זען וואס מען קען בעסער מאכן, זי איז נישטא צו העצן פרויען אויף מענער, זי איז דא נאר צו העלפן אוועק שטעלן שטיבער זיך פירן מיט שלום און שלוה.


אויף דיין פראגע אויב דו גייסט קענען יוצא זיין ביי אונזער קיבוץ אין אומאן תקיעת שופר, היות מען רופט אויס פאר די תקיעות אז ווער עס האט איינעם פיינט זאל ארויסגיין פון בית המדרש; וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אזוי געטון און אזוי טוט מען ביי אונזער מנין, אויב מען האט איינעם פיינט קען מען נישט זיין אין שול ביי תקיעת שופר, מען מוז ארויסנעמען אלע פיינטשאפט פון הארץ, יעדן איינעם ליב האבן און אויף יעדן איינעם רחמנות האבן.


אויב דו שפירסט נאכאלץ אז דיין ווייב קוועטשט דיך אויס מיט אירע געוויינען, כהיום (נישט אלטע זאכן) - זאלסטו מיר עס שרייבן און איך וועל איר מחזק זיין זי זאל דאס נישט טון, זי זאל דיך נישט צעקוועטשן און צעדרוקן.


אויף דיין פראגע וויפיל מאל מען זאל גיין צו עלטערן אויף שבתים; ווען מען איז יונג, מען האט נאכנישט קיין גרויסע ווירטשאפט - איז גוט צו גיין צו עלטערן מער אפט, ווייל שפעטער מיט די צייט ווען די משפחה צואוואקסט זיך - איז שווער דאס פארן און קומען.


בנוגע רעדן מיט א שוויגער וכו'; דארפסט נישט רעדן מיט דיין שוויגער, איך רעד אויך נישט מיט מיין שוויגער. אז מען גייט צו א סעודה באדאנקט מען זיך, מען זאגט שכוח, און ווען מען קומט אריין אין שטוב באגריסט מען, אזוי אויך ביי א שמחה ווינטשט מען מזל טוב, אבער אזוי דורכן יאר פעלט נישט אויס צו רעדן.


דאס וואס דו שרייבסט אז צווישן אנשי שלומינו זענען דא וואס מאכן דיר נערוועז און דו ווילסט וויסן אויב דו זאלסט ענדערש אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש וכו'; טייערער ברודער, היינט איז עס דאס, מארגן איז עס א צווייטע זאך, אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש איז נישט קיין עכטע עצה, וואס וועסטו טון ווען דו וועסט ווערן היימיש אין יענעם שול און דארט וועלן דיר זאכן אנהויבן באדערן? וואו וועסטו דעמאלט גיין? די עכטע עצה איז - קוקן אויף יעדן מיט רחמנות אויגן, און וויסן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, יעדער טראכט אנדערש, און יעדער איז הייליג, יעדער איד איז א קינד ביים אייבערשטן, און אז זאכן באדערן און זאכן שטערן - דארף מען זיך אליין אויסוואשן מיט הייסע טרערן, מען דארף גיין אין פעלד און וויינען צום אייבערשטן, מען זאל זיך אזוי אויסלייטערן ביז מען האט יעדן איינעם ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#37 - מען האלט נישט פאָר א שוויגער, מען שרייט נישט אויף די שוויגער
מחלוקת, שווער און שוויגער, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות מסעי, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט איבער דיין שוויגער און מער זאלסטו נישט טון אזוינס; זאלסט קיינמאל נישט פארהאלטן דיין שוויגער אויף וואס זי טוט, זי האט גארנישט שלעכט געמאכט, זי מעג ברענגען פאר דיין ווייב די מעדיצין איר צו בארואיגן און קיינער ווייסט נישט וואס די מעדעצין איז, און אפילו מען ווייסט - איז אויך גארנישט, מען האלט נישט פאָר קיין שוויגער, מען שרייט נישט אויף די שוויגער, און מען וויינט נישט פאר א שוויגער.


אפילו נאך די גאנצע געראטשקע וואס האט פאסירט - קענסטו נאך אלעס פאררעכטן; מהיום והלאה זאלסטו נאר געבן גוטע ווערטער און נאר זיך באדאנקען.


אז זאכן באדערן דיר, דו קענסט נישט נעמען די וועג ווי אזוי דיין שוויגער באנעמט זיך מיט דיין ווייב וכו' - זאלסטו גיין התבודדות און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר עס זאל מיר גארנישט באדערן, עס זאל מיר גארנישט שטערן, איך זאל נאר וועלן דיך, נאר טראכטן פון דיר, זיין בטל צו דיר".



 

#36 - מען טאר נישט רעדן צו די ווייב קעגן איר מאמע
שלום בית, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער אויס וואס איך זאג דיר און נעם אן מיינע ווערטער וואס קומט פון הארץ.


מען קען נישט אוועקנעמען א קינד פון א מאמע; עס איז נישט גערעכט צו רעדן צו די ווייב קעגן איר מאמע, און זיכער איז נישט בארעכטיגט איר אפצוהאלטן פון גיין צו איר מאמע.


רעד נישט קעגן דיין שווער און שוויגער, האב הכרת הטוב אז זיי האבן דיר געגעבן זייער טאכטער פאר א ווייב, און זאלסט נישט צוריק האלטן דיין ווייב פון גיין צו אירע עלטערן. מוהרא"ש זאגט: "די אינגעלייט וואס הייסן די ווייב אפהאקן מיט אירע עלטערן זענען רשעים און אכזרים", און די וועלן אליין שפירן די טעם ביי די אייגענע קינדער, די זעלבע טעם וואס זיי האבן געגעבן פאר זייערע עלטערן.


מהיום והלאה זאלסטו נישט רעדן קיין איין ווארט צו דיין ווייב קעגן אירע עלטערן. דו האסט א טייערע שווער און שוויגער, און אז זיי האלטן אנדערש פון דיר - ווערן זיי נישט משוגע, און אז דו האסט אויף זיי - זאלסטו גיין התבודדות און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן.


גלייב מיר ליבער ברודער, איך האב נישט דא קיין שום נגיעות, איך האב איין אינטערעס, דיין שטוב זאל נישט צעפאלן, זאלסט אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - באשולדיג נישט קיינעם, אלעס איז דער אייבערשטער
אמונה, שלום בית, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בעט פאר דיר און פאר דיין ווייב אז ענק זאלן צוריק אנהויבן לעבן א פרייליכע לעבן מיט גליק.


טייערער ברודער, באשולדיג נישט קיינעם אין וואס דו גייסט אריבער, עס איז נישט דיין שוויגער און נישט דיין שווער, עס איז אלעס דער אייבערשטער, ער וויל דיך ברענגען נענטער צו די אמונה, און אך ואבוי אויב מען זוכט צו לייגן די שולד אויף מענטשן, ווייל היינט איז עס דיין שוויגער, זי מאכט דיך חרוב, נעכטן איז עס געווען דיין טאטע, און ווער ווייסט וואס וועט זיין מארגן, ווערט וועט זיין שולדיג מארגן, חס ושלום... בעט איך דיר, געב זיך א בייג איין דיין קאפ צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער, מאך מיך פרייליך, מאך מיך רואיג, געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל נאר דיך זען, נאר דיך שפירן, נאר דיך וועלן און גארנישט אויסער דיר".


מאך פרייליך דיין ווייב, טאנץ יעדן טאג אין שטוב א קאדאטשקע "כי טוב ה', דער אייבערשטער איז גוט".


איך בעט פאר דיר, איך האב דיך ליב

#34 - די קינדער זאלן נישט אויסוואקסן צעקלאפט און דערנידערט
שווער און שוויגער, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ"ד אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב איבער פאר דיין ווייב אז איך באקום זייער גוטע גריסן אויף איר; די מנהלת זאגט, זי האט א ווייכע הארץ פאר די תלמידות, בפרט פאר די קינדער וואס ווערן באזייטיגט; זי געבט זייער אכטונג אויף זיי, איר הארץ איז מיט זיי.


געב איבער אין שטוב אז איך האב זייער הנאה צו הערן די זאך אז זי זארגט זיך פאר די קינדער; פאר די קינדער וואס פאלן ארויס ביי די שפילערייען, פאר די קינדער וואס בלייבן אינדרויסן ביי די שמועסן וכו' וכו'; ווייל דאס איז די וויכטיגסטע זאך פון א מלמד און טיטשער, אכטונג געבן אויף די קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן געזונט בנפש, זיי זאלן נישט אויסוואקסן צעקלאפט און דערנידערט.


ווען דו גייסט צו דיין שווער און שוויגער זאלסטו זיך שטענדיג באדאנקען, און אויך זאלסטו ארויסטראגן די מיסט און זען אויב דו קענסט העלפן; עס איז אזוי שיין ווען די חתונה געהאטע קינדער קומען צו די עלטערן העלפן, נישט נאר צו עסן און צו זיך אנלייגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - צוקריג זיך נישט מיט שווער און שוויגער וועגן געלט
מחלוקת, שווער און שוויגער, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, ח' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט די מעשה, דיין שווער און שוויגער קומען דיר עפעס? און אז זיי האבן דיר געזאגט זיי גייען דיך אויסהאלטן און יעצט געבן זיי דיר נישט קיין שקל - זאלסטו צוריק גיין צום אייבערשטן און אים בעטן: "הייליגער באשעפער, איך קען נישט מער, איך שפיר ווי מיין מח פלאצט, איך דערטרונק זיך אין חובות, איך קען עס נישט אדורכטראגן".


צוקריג זיך נישט מיט דיין שווער און שוויגער, עס לוינט נישט די שקלים פאר מחלוקות, אויך קען עס שאדן מאכן דיין שלום בית, דיין ווייב וועט זיין צעריסן צווישן דיר און אירע עלטערן; פון איין זייט זעט זי וואס דא גייט פאר, די בלאף, די שקר, און פון די אנדערע זייט איז דאס אירע עלטערן; זאלסטו גארנישט רעדן מער פון די נושא.


דו גיי נאר צום אייבערשטן, נוסח היכל הקודש, בעט אים נאכאמאל און נאכאמאל. בעט מיט א שמייכל, דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפלה, סימן פא): "תְּפִלָּה שֶׁהִיא בְּשִׂמְחָה", ווען מען בעט דעם אייבערשטן מיט א שמייכל, "הִיא עֲרֵבָה וּמְתוּקָה לַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איז די תפילות זיס און איינגענעם פארן אייבערשטן.


די וועלט זאגט: "מיט א שווער עסט מען קוגל"; פון היינט און ווייטער זאלסטו נישט טון די נארישקייטן פון ארויסנעמען הלואות אויף דיין דירה פאר משפחה, וואס פעלט דיר אויס די צרות, האב שכל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - ווען די ווייב מיט די שווער און שוויגער זענען אויף מעסער שטעך
שלום בית, שווער און שוויגער, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דארף א טובה, זאלסט רעדן מיט האברך ... מען דארף אים געבן צו פארשטיין ווי צו גיין צווישן די טראפן ווען די ווייב מיט די שווער און שוויגער זענען אויף מעסער שטעך; מיט אביסל שכל קען ער האבן א חיים טובים.


לערן אים אויס די שכל וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, דער סיפור וואס מוהרא"ש האט דערציילט פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו, ווען זיין מאמע איז געקומען צו אים און גערעדט קעגן זיין ווייב - האט ער איר אויסגעהערט מיט דרך ארץ און געשאקלט מיטן קאפ, געוויזן אז ער שטימט צו צו אירע רייד און איר געגעבן גערעכט, און נאכדעם ווען זיין ווייב אזי געקומען רעדן צו אים קעגן זיין מאמע - האט ער איר געגעבן גערעכט.


זיינע עלטערן רעדן צו אים קעגן זיין ווייב, על כל פנים אזוי זאגט זי, און זי רעדט צו אים קעגן זיי, און עס איז א שאד די שטוב זאל צעפאלן; לערן אים ער זאל נישט טענה'ן מיט זיין ווייב, ער זאל אכטונג געבן אויף איר, און אז זי לאזט אים נישט רעדן צו זיינע עלטערן - זאל ער איר נישט אויפרעגן, נאר מיט חכמה טרעפן ווען צו רעדן און ווי צו רעדן מיט זיי, און ער מוז נישט דערציילן יעדע מאל ער רעדט מיט זיי.


א גרויסן יישר כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - זאלסט שטענדיג זיין גרייט פאר דיינע עלטערן און פאר דיין ווייב'ס עלטערן
כיבוד אב ואם, שלום בית, דרך ארץ, שווער און שוויגער, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין שווער און שוויגער הערן נישט אויף מיך רופן און אויך שיקן מעסעדזשעס ווי וואויל דו ביסט, ווי געטריי דו ביסט צו דיין ווייב און צו זיי, דו ביסט אזוי איבערגעגעבן, דו העלפסט ביי זיי אין שטוב, דו פאררעכסט זאכן וכו' וכו'.


דאס מאכט מיך טון נאך מיט בחורים, דאס געבט מיר כח צו מאכן נאך שידוכים. ווייל ווען אינגעלייט פירן זיך מיט יראת שמים און דרך ארץ באקום איך פרישע כוחות צו ווייטער ממשיך זיין.


גיי ווייטער אן מיט דיין דרך ארץ, זאלסט שטענדיג זיין גרייט פאר דיינע עלטערן און פאר דיין ווייב'ס עלטערן, און צו דיין ווייב זאלסטו רעדן אזוי ווי מען רעדט צום חשוב'סטן מענטש; ווייך, שיין און איידל.


שרייב מיר דיינע סיומים – וועסטו מיך מחי' זיין.

#30 - מכבד זיין שווער און שוויגער, אפילו ווען עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט
כיבוד אב ואם, שלום בית, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין שווער און שוויגער זאלסטו מכבד זיין, אפילו עס איז דיר נישט אזוי בא'טעמ'ט. די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב, שמואל-א, כד): "חַיָיב אָדָם בְּכָבוֹד חָמִיו כְּבִּכְבוֹד אָבִיו", א מענטש איז מחויב צו מכבד זיין זיין שווער פונקט אזוי ווי ער דארף מכבד זיין זיין טאטע.


בכלל זאלסטו וויסן דעם כלל אין לעבן: "מען טוט נישט וואס מען וויל און וואס מען האט ליב, מען טוט וואס איז ריכטיג"; אז דו האסט נישט ליב צו גיין צו דיין שווער און שוויגער - איז דאס דיין אייגענע פראבלעם, דאס טאר נישט צוריק האלטן דיין ווייב און דיך פון גיין.


וואס וועסטו טון אז דיינע קינדער וועלן זיך נישט באווייזן פאר דיר פון יאר צו יאר? און ווי אזוי וועסטו רעאגירן ווען דיין טאכטער וועט דיר זאגן שטילערהייט 'טאטי, מיין מאן לאזט מיך נישט קומען'? פינקט די זעלבע וואס דו האסט געזאגט פאר דיין ווייב.


דו ביסט נישט בעל הבית אויף דיין ווייב. ביי די אומות העולם איז דא די זאך אז א מאן געוועלטיגט אויף די ווייב, להבדיל ביי אידישע קינדער, די הייליגע פאלק - איז דער מאן נישט בעל הבית אויף די ווייב און נישט די ווייב בעלבאטעוועט אויפן מאן; ביידע האבן זיך ליב, ביידע שעצן זיך, און דער אייבערשטער ער איז דער בעל הבית, אים דארף מען פאלגן און זיין אונטערטעניגט אונטער אים.


היינט נאכט וועט זיין די ליל שישי שיעור אין אונזער נייער בית המדרש אין לינדען ניו דשערזי, אינאיינעם מיט א חנוכת הבית און א סיום אויף האלב ש"ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - פון וואו נעמסטו די סארט הנהגות פון סטראשען די ווייב?
כיבוד אב ואם, שלום בית, שווער און שוויגער, היכל הקודש, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס גייט פאר מיט דיר? ווער פארדרייט דיר דעם קאפ? פון וואו נעמסטו די סארט הנהגות פון סטראשען די ווייב?! דאס האסטו געלערנט אין היכל הקודש? אודאי זאלסטו גיין צו אירע עלטערן, און אז זי וויל נישט גיין צו דיינע עלטערן - זאלסטו חס ושלום איר נישט סטראשען מיט נישט גיין צו אירע עלטערן.


בכלל, פארוואס דערציילסטו דיין טאטן פריוואטע זאכן פון שטוב? וואס דארף ער וויסן פריוואטע זאכן, דאס וועט מאכן א גט חס ושלום, רוב גיטין קומט פון די עלטערן וואס מישן זיך אריין אין די לעבן פון די קינדער, דו זאלסט בשום אין אופן אריינמישן דיינע עלטערן; קוק וואס האט יעצט פאסירט, דיין טאטע האט גערופן שרייען אויף איר טאטע, און יעצט ברענט א פייער.


אז זי וויל נישט קומען צו דיינע עלטערן און זי ווייסט נישט ווי זיך צו פירן וכו' וכו' - זאלסטו איר נאכמער ליב האבן, נאכמער מחזק זיין און נאכמער דן זיין לכף זכות; זי האט נישט די לימודים פון רבי'ן. דו זאלסט מכבד זיין דיין שווער, דו זאלסט מכבד זיין דיין שוויגער, און דיין ווייב זאלסטו נאר אויפבויען.


רעד צום גבאי פון בית המדרש ... נרו יאיר, ער וועט דיך מחזק זיין און ווייזן די וועג פון רבי'ן, די רחמנות פון רבי'ן - ווי אזוי צו האלטן א שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#28 - א שניר מיט א שוויגער פארטראגן זיך נישט
חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, שכל, עצות

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן, א שניר מיט א שוויגער פארטראגן זיך נישט, א שוויגער האט פיינט איר שניר. מוהרא"ש זאגט, די שוויגער איז מקנא איר שניר פון נארישע קנאה, זי טראכט 'איך האב זיך געפלאגט אלע יארן מיט מיין זון און יעצט קומט די שניר און נעמט אים אוועק', (נישט אלע זענען אזוי, אבער זייער אסאך טראכטן אזוי).


ווערט נישט צעפאלן אז אייער שוויגער מאכט אייך אוועק, מישט זיך אריין אין אייער לעבן און רעדט צו אייער זון קעגן אייך; א שוויגער האט פיינט א שניר, עד כדי כך, די הייליגע חכמים דערציילן (שבת כו.) עס איז געווען א שוויגער וואס האט אזוי שטארק פיינט געהאט איר שניר, זי האט געזאגט פאר איר שניר: "איך האב דיר געקויפט א גוטע שעמעקעדיגע בשמים, גיי שמיר זיך אן מיט דעם", נאכדעם ווען זי האט געצינדן די שבת ליכט - "אינפח בה נורא ואכלתה" האט זי זיך פארברענט, די בשמים האט געהאט אין זיך אויסגעמישט א פלאמעדיגע זאך וואס מאכט אויפפלאמען; זעט מען פון דעם ווי ווייט די פיינטשאפט גייט.


מיט דעם אלעם, מיט די עצות פון רבי'ן - קען מען לעבן א חיים טובים. איר זאלט זאגן אלץ פאר אייער מאן גוטע ווערטער אויף זיין מאמע, און אויך זאלט איר זאגן פאר די שוויגער ווי שטארק איר האט זי ליב - וועט זיין שלום. ווייל שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער זעט מען זיך - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד; אזוי איז א מענטש צום חבר - ווען מען שמייכלט שמייכלט יענער צוריק, און ווען מען איז שלעכט, איז יענער שלעכט צוריק צו דיר; געדענקט, די גאנצע לעבן איז אזוי ווי א 'שפיגעלע', אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל', זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק און אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום 'שפיגל' - זעט מען א זויערע פנים.


אז איר וועט נאר געבן גוטע ווערטער, איר וועט זיך שטענדיג באדאנקען - וועט זי זיך בייגן, זי וועט טוישן איר צוגאנג צו ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - נעם נישט א רפואה וואס איז נאכנישט באשטעטיגט
שלום בית, הכרת הטוב, שווער און שוויגער, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "אֵין בַּעַל הַנֵּס מַכִּיר בְּנִסוֹ", דער בעל הנס כאפט אליינס נישט די ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אים; איך מיין דו כאפסט נישט די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געמאכט, דו האסט אן אשת חיל מיט ליכטיגע קינדער, שלא כדרך הטבע, דארפסטו מכיר טוב זיין דעם באשעפער.


ווי אזוי איז מען מכיר טוב? דורכדעם וואס מען פאלגט וואס דער רבי האט אונז געלערנט (שיחות הר"ן, סימן רסד) צו מכבד זיין די ווייב; רעדן שיין, ווייך און הארציג. דיין ווייב ווארט דו זאלסט איר געבן ליבשאפט און ווארעמקייט; עס קומט איר, געב איר גוטע ווערטער.


טייערער ברודער, גיי אביסל התבודדות, מאך זיך א חשבון הנפש, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים. וואוינסט דאך צווישן די ביימער און גראז; זאלסטו יעדן טאג שפאצירן אפאר מינוט און זיך אויסשמועסן מיט אים.


זיי מכבד דיין שווער און שוויגער. ווען דו גייסט שבת צו זיי - זאלסטו זיצן מיט דרך ארץ, אזוי ווי דו ווילסט דיינע איידעמער זאלן זיצן ביי דיין שבת טיש. פארגעס נישט, דו געבסט זיך איין דריי און דו האסט איידעמער, וואס וועסטו דעמאלט טון...?

#26 - דיין ווייב ווארט דו זאלסט איר געבן ליבשאפט און ווארעמקייט
תפילה והתבודדות, שלום בית, הכרת הטוב, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "אֵין בַּעַל הַנֵּס מַכִּיר בְּנִסוֹ", דער בעל הנס כאפט אליינס נישט די ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אים; איך מיין דו כאפסט נישט די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געמאכט, דו האסט אן אשת חיל מיט ליכטיגע קינדער, שלא כדרך הטבע, דארפסטו מכיר טוב זיין דעם באשעפער.


ווי אזוי איז מען מכיר טוב? דורכדעם וואס מען פאלגט וואס דער רבי האט אונז געלערנט (שיחות הר"ן, סימן רסד) צו מכבד זיין די ווייב; רעדן שיין, ווייך און הארציג. דיין ווייב ווארט דו זאלסט איר געבן ליבשאפט און ווארעמקייט; עס קומט איר, געב איר גוטע ווערטער.


טייערער ברודער, גיי אביסל התבודדות, מאך זיך א חשבון הנפש, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים. וואוינסט דאך צווישן די ביימער און גראז; זאלסטו יעדן טאג שפאצירן אפאר מינוט און זיך אויסשמועסן מיט אים.


זיי מכבד דיין שווער און שוויגער. ווען דו גייסט שבת צו זיי - זאלסטו זיצן מיט דרך ארץ, אזוי ווי דו ווילסט דיינע איידעמער זאלן זיצן ביי דיין שבת טיש. פארגעס נישט, דו געבסט זיך איין דריי און דו האסט איידעמער, וואס וועסטו דעמאלט טון...?

#25 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#24 - אסאך תפילות אז יום טוב זאל זיין שיין אן קיין קריגערייען
פחדים, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שמחה, קדושה, חינוך הילדים, אמונה, צדיקים, שווער און שוויגער, שלום, פסח, יום טוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


האט נישט מורא פון קיינעם. דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א סגולה קעגן רשעים - שלא לפחוד, נישט מורא האבן"; קיינער קען אייך גארנישט טון, האט נישט מורא. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יא, מבן מלך ובן שפחה שנתחלפו) ער האט געפרעגט אויב מען שלאגט אדער מען שעדיגט, האט מען אים געענטפערט ניין, מען שלאגט נישט און מען שעדיגט נישט, מען דערשרעקט נאר, האט ער געגעבן אן עצה זיך שטעלן נעבן צדיק, האט מען מער קיין מורא נישט.


דער רבי לערנט אונז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן ביז דער מח מחשבה טראכט נאר פון אייבערשטן, ביז מען האט פון קיינעם נישט קיין מורא.


בנוגע וואו צו זיין יום טוב; גייט צו אייערע עלטערן און אייער מאן'ס עלטערן, יעצט ווען איר האט גאר קליינע קינדער איז גוט צו גיין צו די עלטערן.


בנוגע אז ביי אייער טאטע איז דער סדר צומאל א גיהנום, מען שרייט און מען קריגט זיך, און אויב עס גיסט זיך אויס אביסל פון די כוסות ווערט א כעס מיט א געשריי; אויף דעם איז דא איין עצה, בעטס דעם אייבערשטן פון יעצט אסאך תפילות אז יום טוב זאל זיין שיין אן קיין קריגערייען.


בנוגע די פרוי וואס קומט רייניגן די שטוב און אייער קינד לויפט איר נאך וכו'; מאכט נישט קיין עסק פון דעם.


שטארקט זיך מיט שמחה, שמחה איז א רפואה פאר אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#23 - מען מעג זאגן ליגנט כדי עס זאל זיין שלום
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, שלום, שייטל, טיכל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב זאל גיין צו דיינע עלטערן אזוי ווי זי גייט אין שטוב. אפילו די וואס גייען מיט א שייטל - גייען אין שטוב מיט א טיכל; זאל זי אזוי גיין, אזוי וועלן זיי איר אויפנעמען שיין.


עס איז וויכטיג זאלסט וויסן וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות אמת, סימן ב): "מֻתָּר לְשַׁנּוֹת בִּדְבַר הַשָּׁלוֹם", מען מעג זאגן ליגנט כדי עס זאל זיין שלום; זאג פאר דיינע עלטערן ווי שטארק דיין ווייב האט זיי ליב, און פאר דיין ווייב זאלסטו זאגן אז דיין מאמע האט איר ליב און זי בענקט זיך צו איר, אזוי וועט ווערן שלום.


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום צווישן דיר און דיינע עלטערן; מיט תפילה וועסטו פועל'ן ניסים גלויים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#22 - מען דארף גיין צו די מאנ'ס עלטערן, אפילו עס איז נישט באקוועם
שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, אידישע שטוב, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט יא גיין צו אייער מאן'ס עלטערן; עס איז נישט גערעכט נישט צו גיין. אז אייך איז נישט באקוועם - איז דאס נישט גערעכט, אייער מאן וויל יא גיין, ער בענקט זיך צו זיינע עלטערן - דארפט איר גיין פון צייט צו צייט.


ווי אזוי וועט איר שפירן ווען אייער זון וועט נישט אריינטרעטן ביי אייך ווען זיין ווייב, אייער שניר - וועט אים נישט לאזן קומען צו אייך מיט אירע קאמפלעקסן?


בנוגע וכו'; מיט שמחה קען מען ציען דעם מאן'ס הארץ און מיט וויינען און זיין טרויעריג - קומט מען אין ערגעץ נישט אן. א מאן האט נישט קיין כח פאר די ווייב'ס מרה שחורה און עצבות, ער אליינס האט שוין גענוג זיינע אייגענע נסיונות, איר דארפט אים נאר פרייליך מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - מאן און ווייב דארפן זיך דורכרעדן און ארויסגעבן וואס טוט וויי
שלום בית, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, ל"ו שובבי"ם, כ"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס מעג אייך באדערן און עס איז נארמאל אז עס באדערט פאר די ווייב ווען מען גייט שבת צו די מאן'ס עלטערן און דער מאן רעדט א גאנץ שבת נאר מיט זיין טאטע מאמע און געשוויסטער, און זי איז פון דער זייט אן קיין מאן וכו'.


עס איז א זאך וואס איר דארפט אויסשמועסן מיט אים. זאגט אייער מאן אז עס איז אייך שווער צו גיין צו זיינע עלטערן אויף אזא וועג, ווייל פון ווען מען קומט אן צו זיינע עלטערן רעדט ער נישט מיט אייך, ער רעדט נאר מיט זיינע עלטערן.


מן הסתם כאפט ער נישט וואס ער טוט; ער פריידט זיך זייער, ווייל ער ווארט א לאנגע צייט צו טרעפן זיינע עלטערן און געשוויסטער, און ווען ער טרעפט זיי - כאפט ער נישט אז איר זיצט פון דער זייט.


רעדן איז זייער געזונט; מאן און ווייב דארפן רעדן, זיך דורכרעדן און זיך ארויסגעבן וואס טוט וויי, און אויסארבעטן א וועג עס זאל זיין גוט פאר ביידע.


פארגעסט נישט צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר דעם טייערן מאן וואס איר האט; א מאן א ירא שמים, א מאן וואס טשעפעט נישט און טוט נישט וויי, א מאן וואס לערנט און דאווענט, מיט אלע זיינע מעלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - א כלל ביי שלום בית, מכבד צו זיין יענעמ'ס עלטערן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער אז איר זענט געגאנגען מיט אייער מאן נרו יאיר צו אייער שווער; אייער מאן האט זיך זייער געפריידט, ער האט מיר געשריבן ווי פרייליך ער איז אז איר האט דאס געטון פאר אים, איר האט מסכים געווען צו גיין מיט אים צו זיין טאטע, ער האט ממש אויפגעלעבט.


איר זענט א קלוגע פרוי אז איר האט מוותר געווען אויף אייער כבוד, אפילו ער האט אייך אין די פארגאנגענהייט פארשעמט און געוואלט אפטיילן אייער מאן פון אייך, דאך האט איר זיך איינגעבויגן דעם קאפ און געטון וואס איז ריכטיג. דאס ווייזט אז איר זענט א קלוגע פרוי, וואס שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר הויז.


איך האב געהערט אייער ווייטאג, און איר זענט אפילו גערעכט אז איר זענט נישט באקוועם צו גיין צו זיינע עלטערן ווען זיי קוקן אייך אראפ, דאך זאג איך אייך, אז איר וועט יא גיין - וועט אייער מאן ווערן מער און מער נענטער מיט אייך, ווייל דאס איז דער כלל ביי שלום בית, ווען איינער איז מכבד יענעמ'ס עלטערן - מאכט דאס א שטארקע נאנטע קשר, אן אמת'ע קשר איינער צום צווייטן.


זאגט אביסל תהילים יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - נאך אביסל וועלן די עלטערן זאגן אז ענק זענען זייער גרעסטע נחת
כיבוד אב ואם, שלום בית, מחלוקת, שווער און שוויגער, נסיונות, גמרא, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מחזק דיין ווייב און דאנק דעם אייבערשטן אז זי איז מיט דיר, זי איז פאר דיר אן "עזר". חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "זָכָה, עוֹזַרְתּוֹ", עס איז א געווינס ווען מען האט א ווייב וואס שטייט מיטן מאן; און אז דיין שוויגער טשעפעט איר וכו' - זאלסטו איר מחזק זיין און נישט מאכן קיין מחלוקות.


וועסט זען, נאך אביסל וועלן דיינע עלטערן און אירע עלטערן זאגן מיט א פילע מויל אז ענק זענען זייער גרעסטע נחת. זייער אסאך תלמידי היכל הקודש זענען דאס אריבער, מען האט זיי געטשעפעט אין אנהויב און ביים סוף האבן זיי אלע מודה געווען אז דיקא תלמידי היכל הקודש פירן שיינע ערליכע משפחות.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא.

#18 - געב יעדן איינעם מזל טוב, און זיי נישט אריינגעמישט אין מחלוקת
מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, משפחה, שמחות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דעם בריוו.


אז מען האט ענק איינגעליידנט צו די חתונה - זאלן ענק גיין; וואס האסטו צו קוקן אויף א צווייטן? וואס האט עס מיט דיר אז מען האט נישט איינגעליידנט אנדערע פון די משפחה? וואס דארפסטו זיין אריינגעמישט אין מחלוקות? דו גיי מיט דיין ווייב און געב יעדן איינעם שלום, געב יעדן איינעם מזל טוב, און זיי נישט אריינגעמישט אין מחלוקות.


אנטלויף פון מחלוקות, האב נישט מיט קיין מחלוקות. בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר וויי טון מחלוקות און חס ושלום נישט זיך פרייען און הנאה האבן צו הערן מחלוקות.


היינט נאכט איז דער יארצייט פון אונזער רבי - רבי נתן זכותו יגן עלינו, ער פלעגט זאגן: "ווען איך זע צוויי אידן קריגן זיך - שפיר איך ווי עס שטעכט מיר אין די זייט"; אז מען הערט ווי מען קריגט זיך ביי אידישע קינדער, קהילות צעטיילן זיך - דארף מען וויינען, און אז מען וויינט נישט דארף מען וויינען אויף דעם אליינס אז מען איז אזוי פארגרעבט; מען פריידט זיך, מען האט הנאה צו הערן די סארט זאכן.


קענסט ווייזן דעם בריוו פאר דיין שווער און שוויגער.


 רבי נתן האט מען אמאל געזען זייער לעבעדיג טאנצן ביי א חתונה, האט ער געזאגט: "איך האב געטאנצן נישט לכבוד החתונה, איך האב געטאנצן ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; אין שטוב איז שווער צו טאנצן אזוי לעבעדיג, ביי א א חתונה איז גרינגער".


אזוי אויך האט מען אים געזען זייער שטארק וויינען ביי א לוי', האט ער געזאגט: "איך האב געוויינט צום אייבערשטן אויף מיינע זאכן, איך האב געוויינט מיט מיינע תפילות, גארנישט מיט די לוי; נאר ביי א לוי' איז א גוטע צייט ווען מען קען וויינען".

#17 - בטל נישט קיין צייט. דריי זיך נישט אינדרויסן פון שטוב
חברים, שלאפן, הכרת הטוב, שווער און שוויגער, מדות טובות, לימוד התורה, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


לכבוד דעם נייעם יאר זאלסטו גיין שלאפן צייטליך, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין פארטאגס לערנען און דאווענען.


אין שטעטל איז נישטא וואס צו טון ביינאכט, עס איז א מחי' צו לעבן דארט; מען גייט שלאפן פרי, אזוי קען מען אויפשטיין פרי.


נעם זיך א חברותא פאר אינדערפרי צו לערנען דעם בלאט גמרא, מען הויבט אן מסכת נדרים, א הערליכע מסכתא. נעם א חברותא צו לערנען יעדן אינדערפרי, וועסט זיך אזוי מחי' זיין; עס איז גאר אנדערש דאס לערנען אינדערפרי, אפילו דו לערנסט א גאנצן טאג אין כולל - וועסטו שפירן פארטאגס עפעס א גאר גוטע טעם ביים לערנען.


דער עיקר בעט איך דיר, בטל נישט קיין צייט. דריי זיך נישט אינדרויסן פון שטוב, נאך מעריב גיי אהיים; אדער העלף דיין ווייב, אדער לערן אין שטוב, אדער גיי שלאפן.


זיי מכבד דיין שווער, ווען דו זעסט אים גרוס אים און זאג אים א יישר כח פאר אלעס. אזוי אויך מיט יעדן איינעם; באגרוס דיין לענדלאר, באגרוס די גבאים, באגרוס יעדן איינעם, ברענג אריין אין שטעטל אחדות און ליבשאפט.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#16 - גרייט זיך אן א שיינע מעשה צו דערציילן ביים שבת טיש
כיבוד אב ואם, חברים, חינוך הילדים, שווער און שוויגער, הדפסה, שטעטל, קאמפיוטער, בית המדרש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אידישע שטוב, ראש ישיבה, ניחום אבלים, שבת טיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בראשית, מברכים החודש, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שיינע שבת סעודות. עס דארף נישט זיין קיין לאנגע סעודות; דער עיקר, עס זאל זיין סעודות מיט זמירות און שיינע דיבורים פון אמונה, פון תפילה; גרייט זיך אן א שיינע מעשה - אדער פון תפילה אדער פון א צדיק.


געב אכטונג ווי אזוי דו רעדסט צו דיינע עלטערן; רעד מיט דרך ארץ און עהרע. עס איז גארנישט ווערד וואס מען טוט צו העלפן די עלטערן אויב מען רעדט מיט חוצפה, אפילו דו געבסט געלט פאר דיינע עלטערן, אויב טיילסטו זיי איין וואס צו טון - איז דאס גארנישט ווערד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת" עס איז דא אמאל איינער וואס געבט צו עסן פאר זיינע עלטערן געשטאפטע גענז, "וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם" און ער גייט אין גיהנום, אויב ער רעדט צו זיי מיט זלזול.


דאס זעלבע זאלסטו אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף דיין שווער און שוויגער; כל שכן אז דו זאלסט נישט טשעפען דיין ווייב מיט אירע עלטערן. געב אכטונג אויף איר כבוד, און געב אכטונג אויף דיינע קינדער'ס געזונט; אז קינדער הערן ליצנות אויף זיידע און באבע - וואקסן זיי קרום.


דאס בעסטע איז אז דו זאלסט נעמען דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערנען די הייליגע תורה אפילו אן פארשטיין - וועסטו ווערן אן ערליכער איד און א גרויסער צדיק. נעם א משניות, א גמרא - און הויב אן זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, לערן א פרק נאך א פרק, א בלאט נאך א בלאט; אלעס וועט זיך ביי דיר טוישן, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד און א גרויסער צדיק; ווען מען לערנט די תורה ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


נעכטן בין איך געווען א גאנצן טאג אין שטעטל. אויפ'ן וועג האב איך זיך אפגעשטעלט אין קרית יואל מנחם אבל זיין אונזער טייערער חבר, דער חשוב'ער מלמד ... וואס זיצט שבעה נאך זיין טאטע. עס איז געווען אזוי אינטערעסאנט, "בא לחזק" איך בין געקומען מחזק זיין, "ונמצא מחוזק" און איך בין ארויס מחוזק; ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו הויבט אן גיין פייער, מען פארגעסט וואס טוט זיך ארום זיך, מען רעדט פון אמונה מיט אזא פייער.


פון דארט בין איך געפארן קלאפן א מזוזה אינעם נייעם בנין וואס מיר גייען יעצט נוצן פאר א פלאץ וואו מען וועט קענען נוצן קאמפיוטערס צו קויפן זאכן און ערלעדיגן זאכן אן דארפן ארייננעמען א קאמפיוטער אין שטוב, אן דארפן ארייננעמען א טעלעפאן אין שטוב. דארט וועט אויך זיין א געשעפט פאר קליידער פאר יונג און אלט - פאר ממש בחינם; דאס איז ביי מיר זייער א חשוב'ע זאך, צו קענען צושטעלן פאר אנשי שלומינו א וועג צו לעבן אן קיין חובות.


פון דארט בין איך געגאנגען צום בנין הדפסה מחזק זיין די מדפיסים. ווען מען קומט אריין אין בנין הדפסה זעט דאס אויס ווי א חלום, עס שטייען אינגעלייט און דרוקן ספרים, קונטרסים; הונדערטער טויזנטער ספרים און קונטרסים וואס רעדן און פארשפרייטן אמונה, חיזוק און עצות פאר'ן לעבן.


פון דארט בין איך געפארן צום בנין התלמוד תורה. איך האב געדאווענט מנחה מיט די קינדער, נאכדעם בין איך געווען אין די כיתות, איך האב גערעדט מיט די קינדער. וואס זאל איך דיר זאגן, די קינדער זענען אזוי ליכטיג, אזוי טייער, אזוי ריין; אנגעפילט מיט אמונה, מיט תפילה. יעדער האט מעשיות פון תפילה, ווי נאר איך קום אריין אין חדר לויפן מיר די קינדער נאך מיט מעשיות פון תפילה.


איך בין געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין התלמוד תורה; עס זעט שוין אויס כמעט פערטיג, איך האף צום אייבערשטן מען וועט אריינגיין אינעם נייעם בנין בקרוב.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן די נייע הייזער וואס מען בויט יעצט אין שטעטל, און געגאנגען קלאפן מזוזות ביי נייע הייזער; ביי מיין זון, און ביים גבאי פון דעם נייעם בית המדרש פעולת הצדיק אויף די גאס רע"ד קלי"ף. אויך בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בית המדרש פעולת הצדיק; עס איז א שיינע ווארעמע ווינקל.


מיר זוכן צו בארגן א ספר תורה, (אויב דו ווייסט ווער עס קען מיר פארבארגן א ספר תורה פאר א שטיק צייט - לאז מיר וויסן, נאך אביסל ענדיגן מיר שרייבן פרישע דריי ספרי תורה).


פון דארט בין איך אהיימגעקומען און גלייך געגעבן די שיעור.


איך דארף דיר נאך שרייבן פון אונזער שיינע יום טוב וואס מיר האבן געהאט, ועוד חזון למועד.


דעם שבת וועל איך אם ירצה ה' זיין אין וויליאמסבורג.


א פרייליכן שבת.

#15 - דרך ארץ אין שול, נעמט נישט אוועק פון די הנאה אין לעבן
דרך ארץ, שווער און שוויגער, מדות טובות, לימוד התורה, יונגע יארן, דאווענען, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר אזא גרויסע נס, דו האסט חתונה געהאט, האסט באקומען אן "אשת חיל"; זאלסטו אויסנוצן דיינע יונגע יארן מיט תורה ותפילה.


זיי זיך קובע צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות. יעצט האסטו שוין נישט די יצר הרע פון אלס בחור, האסט חתונה געהאט, יעצט קענסטו לערנען תורה בטהרה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עב:): "הַלוֹמֵד תּוֹרָה בְּטָהֳרָה וכו', נוֹשֵׂא אִשָּׁה, וְאַחַר כָּךְ לוֹמֵד תּוֹרָה".


אויך בעט איך דיר זייער, קום אין שול מיט דרך ארץ, מיט הכנעה, טו זיך אן א הוט און רעקל, מוהרא"ש זאגט מען זאל קומען אין שול מיט דרך ארץ און הכנעה. אז מען קומט אין שול מיט דרך ארץ נעמט עס נישט אוועק פון האבן א לעבן מיט פארגענוגן, מען קען האבן פא"ן, מען קען מאכן א לעבן, און פון די אנדערע זייט ווייסט מען דאס הייליגקייט פון א שול, דאס גרויסקייט פון דאווענען.


דיין שווער און שוויגער באדאנקען זיך יעדן טאג פאר אזא איידעם ווי דיר, דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, דו רעדסט נישט ווען זיי רעדן, ביי די סעודה זיצטו מיט דרך ארץ, דו טענה'סט נישט, דו מאכסט נישט חוזק וכו' וכו'.


שרייב מיר דיינע שיעורים און דיינע סיומים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#14 - נעם נישט קיין צד אין מחלוקת, נישט לכאן און נישט לכאן
מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, משפחה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריבער מיט דיין ווייב צו אירע עלטערן, רעדט מיט זיי, דערציילט זיי שיינע זאכן פון אייערע קינדער; דאס איז וואס עלטערן דארפן און ווילן, איין זאך - נחת פון די קינדער און אייניקלעך.


דו קענסט זיך נישט און דו זאלסט זיך נישט אריינמישן ביי דיין שוואגער און שוועגערין; מען קען נישט פארטרייבן טונקלקייט, מען קען אבער יא ליכטיג מאכן; אז זיי ווילן נישט רעדן מיט דיין שווער און שוויגער, זיי האבן אפגעהאקט וכו' - זאלסטו פון היינט אן מער רעדן צו זיי.


שטיי ווייט פון מחלוקת, נעם נישט קיין שום צד, נישט לכאן און נישט לכאן, מחלוקת איז א סכנה; אך און וויי ווער עס נעמט א טייל אין מחלוקת.