בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
גיי הפצה.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן, היינטיגן דף, (סנהדרין לז:): "גלות מכפרת על הכל"; דאס איז הפצה, מען גייט ארום וואנדערן צוריק ברענגען פארבלאנזשטע נשמות.
וואס מיינסטו, וואס איז געווען די הייליגע עבודה פון די הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, מיט רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו ווען זיי זענען געגאנגען גלות ליידן? זיי האבן עוסק געווען בתיקון העולם, צוריק ברענגען אידישע נשמות צום אייבערשטן. אז מען האט פוגם געווען בברית, אין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף מען עוסק זיין אין צוריק ברענגען נשמות ישראל, אידישע קינדער - צום אייבערשטן.
יעצט שובבי"ם זאלסטו עפעס טון פאר הפצה, אויך זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן די ספרים קונטרסים וואס איז מגלה דעם אייבערשטן; דאס איז אויך תיקון הברית.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.