בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער טייערער, החתן ... נרו יאיר
דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן ביסט שוין א חתן, נאך אביסל גייט זיין די חתונה, זאלסטו נאר דאנקען און לויבן פאר די חסדים, וועט קומען נאך חסדים.
גיי הפצה, דאס זאל זיין דיין פרנסה נאך די חתונה, דאס זאל זיין דיין עבודת השם, ווי מער מענטשן מזכה זיין מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן.
צוטייל דיין טאג, די ערשטע העלפט זאלסטו דאווענען, און לערנען דיינע שיעורים כסדרן בכל התורה כולה אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). שטיי אויף פארטאגס, דאווען ותיקין און לערן מקרא – חומש רש"י. משנה – ח"י פרקים משניות. גמרא – בבלי און ירושלמי, דעם דף און נאך זיבן דפים בבלי צו ענדיגן ש"ס בכל שנה. מדרש – זוהר הקדוש פון פרשת השבוע, תיקוני זוהר צו ענדיגן בכל חודש, מדרש רבה ותנחומא פון פרשת השבוע. דעם רבינ'ס ספרים, און ספרי הלכה.
דאווען מנחה אום דריי אזייגער, און די צווייטע העלפט טאג זאלסטו גיין הפצה, שטורעמען די הייזער, די שולן, די רעסטאראנטן, חתונה זאלן, געשעפטן וכו' וכו'; וועסטו זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגות.