בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיי הפצה מיט ספרים, קונטרסים, סידי'ס און קארטלעך
הפצה, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער ממשיך זיין אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די עצות, שכל און חיזוק פון רבי'ן אין גאנץ ארץ ישראל.


איך האב געהערט אז דו האסט געלייגט ל"ג בעומר אין מירון אויפ'ן בארג א גרויסע סקרין פון די "חיזוק יומי", והוה מה דהוה אז מען האט דאס צעבראכן. יעצט ווילסטו וויסן צי דו זאלסט דאס אויפשטעלן נאכאמאל ביי די קומענדיגע יארצייט וואו עס קומען אסאך אידן. עס איז נישט כדאי דאס צו מאכן, מכמה סיבות וואס איך וועל דיר מסביר זיין פנים בפנים.


גיי הפצה מיט ספרים, קונטרסים, סידי'ס און קארטלעך; אדרבה, גיי ביי אלע מקומות הקדושים ביים טאג פון די יארצייט און פארפלייץ אן א שיעור. נעם מיט נאך חברים, צוזאמען וועט עס גיין גרינגער.


יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן זאלסטו זיך שטארקן אין הפצה; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל מתקן זיין וואס ער האט פוגם געווען אין פגם הברית, דער זאל עוסק זיין אין די מצוה פון צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען - ווי צו עוסק זיין אין הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.