בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#27 - אז דו האסט אזויפיל מניעות, וועסטו זיכער קומען צו גרויסע זאכן
התחזקות, עבודת השם, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב שוין זייער לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז גוט און דו גייסט אן מיט דיין עבודת השם, און אז דיין ווייב שטעלט זיך אזוי אויף די לענג און אויף די ברייט אז דו זאלסט נישט קומען אין היכל הקודש – מוז זיין אז דו קענסט זוכה זיין צו גאר גרויסע זאכן, גרויסע קדושות, גרויסע מדריגות. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת, כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ", ווער עס האט שטערונגען פון זיין ווייב און שווער צוצוקומען צום צדיק - "זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה".


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, לאז נישט אפ; אויף יעדן איינעם גייט אריבער ביטערע שוועריקייטן, און נאר דורכן צדיק קען מען אלעס בייקומען.


שרייב מיר כאטשיג א בריוו, איך זאל וויסן פון דיר און זיך קענען מחזק זיין.

#26 - מען נעמט דעם רבי'ן זיך צו שטארקן מיט די מסורה פון די עלטערן
כיבוד אב ואם, מסורה, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


דעם פארגאנגענעם פרייטאג, ערב שבת פרשת שמות – האט מיין זון הרב שלמה געמאכט א ברית אין שטעטל, ויקרא שמו בישראל 'יחזקאל', נאך מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכרונו לברכה. מיין טאטע שליט"א מיט מיין מאמע תחי' האבן גענומען די מי, זיך ארויסגעשלעפט פרייטאג פארטאגס צום ברית, מיין טאטע איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות, מיך האט מען מכבד געווען מיט סנדק מעומד. מיין טאטע האט גערעדט ביי די סעודת ברית, עס איז געווען הערליך שיין.


איך שרייב דיר דאס, זאלסט וויסן אז עלטערן האבן זייער הנאה ווען זיי זעען ווי די קינדער שטארקן זיך צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה. אין אנהויב האבן עלטערן מורא אז מען וועט אפלאזן די מסורה, מען וועט אוועקגיין פון די ריכטיגע וועג, פון די אמת, אבער ווען עס גייען אריבער אפאר יאר און מען זעט אז מען נעמט דעם רבינ'ס חיזוק – נישט אויף אוועקווארפן וואס די עלטערן זאגן, פארקערט, מען נעמט דעם רבי'ן זיך צו שטארקן מיט די וועג פון די עלטערן – דרייט זיך אלעס איבער, און פון די מניעות – ווערט נעימות, עס ווערט זיס.


וואויל איז דעם וואס דערהאלט זיך.

#25 - אפילו דער צדיק אליינס קריגט אויף אים, גייט ער נישט אוועק פונעם צדיק
התחזקות, צדיקים, רבינו ז"ל, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אזוי גייט דעם רבי'נס זאך, עס קומט מיט אסאך מניעות. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיח): "לִכְנֹס אֶצְלִי וּלְהִתְקָרֵב אֵלַי הוּא דָּבָר קָשֶׁה מְאֹד", אריינקומען צו מיר און צו ווערן מקורב צו מיר איז זייער א שווערע זאך, "וַאֲפִלּוּ בָּנַי עַצְמָם", און אפילו מיינע אייגענע קינדער, "וְכִי יֵשׁ יוֹתֵר מְקֹרָב מִבָּנִים", ווער איז דען נענטער צום מענטש ווי די אייגענע קינדער? "אֲפִלּוּ הֵם כָּל אֵימַת שֶׁרוֹצִים לִכְנֹס אֶצְלִי", אפילו זיי ווען זיי ווילן אריינקומען צו מיר - "יֵשׁ עַל זֶה כַּמָּה בִּלְבּוּלִים וּמַחֲשָׁבוֹת הַטּוֹרְדוֹת וְכַיּוֹצֵא", איז דא אסאך בלבולים מיט חלישות הדעת.


ווער נישט צעבראכן אז עס גייט דיר נישט וכו', דעם רבינ'ס זאך גייט מיט מניעות. דער רבי זאגט (שם): "וְהָעִקָּר בִּשְׁעַת הַהַתְחָלָה", ביים אנהויב איז די מערסטע שווער, "וְכָל זְמַן שֶׁנִּקְרָא הַתְחָלָה אָז הוּא קָשֶׁה מְאֹד לְהִתְקָרֵב", און ווי לאנג מען האלט ביים אנהויב איז זייער שווער, "וְגַם אַחַר כָּךְ נַעֲשֶׂה מַה שֶּׁנַּעֲשֶׂה", נאכדעם איז אויך שווער, עס גייט איבער וואס גייט איבער, "אַךְ בַּהַתְחָלָה כָּל זְמַן שֶׁנִּקְרָא הַתְחָלָה הוּא דָּבָר נִמְנָע וְקָשֶׁה וְכָבֵד מְאֹד לִכְנֹס וּלְהִתְקָרֵב", אבער אין אנהויב איז שווער אנצוקומען צום רבי'ן; אזוי גייט אריבער אויף יעדן פרישער מקורב, בלבולים מיט חלישות הדעת וכו' וכו'.


ווען רבי יודל זכרונו לברכה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט מען אים געזאגט אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, רבי יודל האט נישט געוואוסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן. נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, האט ער געטראכט צו זיך: 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז אריינגיין צום רבי'ן', דער רבי האט פארשטאנען ברוח קדשו די נסיונות וואס רבי יודל גייט אריבער, און גלייך ווען רבי יודל איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווערן צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר ווערט פון 'שקר' 'קשר'", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".


זעט מען פון דעם ווי דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף יעדן איינעם באזונדער אים מבלבל צו זיין מיט כל מיני בלבולים און כל מיני מחשבות זרות, אים מחליש דעת זיין ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מאכן פון שק"ר א קש"ר של קיימא נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן. אפילו דער רבי אליינס איז מרחק זאל מען בלייבן שטארק ביים רבי'ן; דער רבי זאגט אויפן פסוק (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ", דאס הייסט אז אפילו דער צדיק אליינס קריגט אויף אים, דאך גייט ער נישט אוועק פונעם צדיק (שיחות הר"ן, סימן קה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - די עצה אויף אייגענע מניעות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אומאן, קשיות, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת האזינו א', כ"ה אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת אין מתיבתא היכל הקודש אין וויליאמסבורג איז געווען זייער שיין, מיר האבן אסאך גערעדט וועגן צעברעכן די מניעות און קומען צום רבי'ן. אויפן וועג אהיים פון שול זאגט מיר א אינגערמאן: "דער ראש ישיבה רעדט אזויפיל פון מניעות, פון צעברעכן די מניעות, דער ראש ישיבה זאל אויך רעדן פון אייגענע מניעות; ביי די אינגעלייט וואס פארן שוין כמה וכמה שנים, קיינער שטערט זיי נישט, די משפחה לאזט זיי פארן, אבער אין זיי דרייט זיך די מח מחשבה מיט אלע סארט בלבולים, בעיקר פון 'אלט און קאלט', מיר דארפן חיזוק צו פארן צום רבי'ן אזוי ווי מיר זענען געפארן די ערשטע יארן".


איז ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די עצה אויף אייגענע מניעות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו): "וְהַמְּנִיעָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַמְּנִיעוֹת הִיא מְנִיעַת הַמֹּחַ", די גרעסטע מניעה איז דער מענטש אליין, "דְּהַיְנוּ מַה שֶּׁמֹּחוֹ וְלִבּוֹ חֲלוּקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אוֹ מֵהַצַּדִּיק", ווען דער מענטש הויבט אן האבן קשיות אויפן אייבערשטן אדער אויפן צדיק, "זֹאת הַמְּנִיעָה מוֹנֵעַ אוֹתוֹ יוֹתֵר מִכָּל הַמְּנִיעוֹת", דאס איז דער גרעסטער צוריק-האלט פארן מענטש צו ווערן אן ערליכער איד; כל זמן דער מענטש ברענט צום אייבערשטן, מען האט א געפיל צום רבי'ן, מען וויל פאררעכטן אלע שלעכטע מעשים און מען זוכט א תיקון אז מען זאל נישט פארווארפן ווערן פון די וועלט און יענע וועלט – דאן וועט אים גארנישט קענען צוריק האלטן פון קומען צום רבי'ן, אבער אז דער מענטש אליינס לעשט זיך אויס, ער פארלירט זיין אמונה, ער הויבט אן טראכטן: 'וואס דארף איך דעם רבי'ן וכו'? וואס דארף איך פארן קיין אומאן?' דאס איז דער גרעסטער מניעה. אויף דעם איז די עצה: "וַאֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב", צו שרייען צום אייבערשטן פון טיפעניש פון הארץ, ווייל "קֻ'שְׁ'יָ'א" איז די ראשי תיבות: שְׁ'מַע י' ק'וֹלִי אֶ'קְרָא, "שֶׁצָּרִיךְ רַק לִקְרוֹת לַה', כְּשֶׁמִּתְגַּבֵּר עָלָיו הַקֻּשְׁיָא וְהַכְּפִירָה", מען דארף וויינען און שרייען צום אייבערשטן ווען מען זעט אז עס זענען זיך מתגבר די קשיות און כפירות.


גיי התבודדות, שריי זיך אויס צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל ווערן א נייער מקורב, איך וויל פארן קיין אומאן מיט א ברען און גלוסטעניש, הייליגער באשעפער איך בין אזוי קאלט, איך פלעג אמאל אזוי בענקען צו דיר, איך פלעג אזוי וועלן זיין ערליך, יעצט בין איך אזוי פארשלאפן, אזוי פארגרעבט, אזוי פארקלאפט; העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו תשובה טון מיט אן אמת, איך זאל זוכה זיין זיך צו באנייען און דיך דינען מיט מיין גאנצע כח".


דאס איז די עצה צו איבערקומען אלע מניעות פון זיך אליינס און ווערן פריש מקורב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#23 - עס איז א מלחמה פון די קדושה מיט די טומאה
ראש השנה, מניעות, גט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת האזינו א', א' סליחות, כ"ד אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די שוועריקייטן איז נאר פון פאראויס, איינמאל מען קומט קיין אומאן - צעפאלט די גאנצע דמיון; נישטא קיין גט, נישטא גארנישט; פון פאראויס זעט עס אויס שרעקעדיג.


וואס ברסלב'ער חסידים גייען אריבער צו קענען קומען ראש השנה קיין אומאן - איז נישט קיין שכל'דיגע זאך, מען זעט קלאר ווי די קדושה שלאגט זיך מיט די טומאה; געוואלד און געשריגן, וואס איז אזוי שלעכט אז מען פארט צו צדיקים אויף ראש השנה?! אלע פארן ראש השנה צו זייער רבי, וואס דארף מען אזוי שלאגן און פייניגן דעם ברסלב'ן חסיד? אלא מאי מוז זיין אז דא איז א מלחמה פון די קדושה מיט די טומאה.


די מניעות - אז מען איז זוכה צו צעברעכן - ווערט אזוי זיס, עס ווערט נעימו"ת, עס ווערט ליכטיג.


אינעם ליד פון רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה, זינגט ער: "שׁוֹמְרִים זֹאת תַּלְמִידָיו", ברסלב'ער חסידים טוען וואס דער רבי האט געזאגט, "מִדֵּי שָׁנָה בְּשָׁנָה לְהִתְרָאוֹת לְפָנָיו", אלע יארן צו קומען קיין אומאן, "שׁוֹבְרִים עַל זֶה מְנִיעוֹת עֲצוּמוֹת", מען צעברעכט אלע שוועריקייטן פון קומען קיין אומאן, "כִּי זֶה תִּקוּנָם הַמְּיֻחָד לִפְנֵי יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#22 - נאכן הערן אזעלכע ליכטיגע עצות פון רבי'ן, קען מען אהיימלויפן
אומאן, מניעות

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואויל איז דיר אז דו האסט צעבראכן די מניעות און געקומען מיט דיין זון צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה.


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן אזא רבי, עס איז טאקע געווען א שווערע נסיעה, אבער דער רבי האט אמאל געזאגט: "ווען איך האב ווען אזא רבי וואס ענק האבן – וואלט איך געגאנגען צופיס"; לאמיר זיך פארשטעלן, מיר זענען געפארן פון ריישא איבער פופצן שעה, דאס צו וואקן מיט די פיס ווייס איך נישט ווילאנג עס קען נעמען, און ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט איינער געפרעגט: "און אויף צוריק וואס וואלט דער רבי געטון?" האט דער רבי געזאגט: "איך וואלט געלאפן"; ווייל נאכן זוכה זיין צו קומען צום רבי'ן און הערן אזעלכע ליכטיגע עצות – קען מען אהיימלויפן, עס איז דא א וועג צו לעבן.


א גמר חתימה טובה, א זיסע יאר, א געבענטשט יאר - פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.

#21 - אין די אלול טעג דארף מען אריינברענגען שמחה אין די גאנצע שטוב
שמחה, שלום, תשובה, אומאן, אחדות, מניעות, חודש אלול, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תבא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר גרייטן זיך שוין צו די נסיעה קיין אומאן וואו אלע קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. יעדער איינער האט זיך זיינע מניעות און מיט תפילה וועלן מיר אלע איבערקומען אונזערע מניעות; דאווענט צום אייבערשטן מען זאל האבן כח זיך צו שטארקן אויף די מניעות.


מניעות איז א גוטע זאך. נעכטן ביים ליל שישי שיעור האבן מיר געלערנט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סו) אז מניעות איז נאר להגדיל החשק, צו מאכן די חשק גרעסער און שטערקער; דעריבער פלעגן אונזערע לייט דאווענען מען זאל איבערקומען די מניעות, מען האט נישט געדאווענט מען זאל בכלל נישט האבן קיין מניעות, ווייל בעצם די מניעה איז א גוטע זאך, עס מאכט אזוי בענקען, האפן און וועלן, מען דארף נאר האבן כח דאס צו קענען בייקומען.


טייערע ברידער, טייערע חברים, איין זאך בעט איך ענק, זייט נישט פארנומען מיט א צווייטנ'ס עבודת השם, יעדער זאל דינען דעם אייבערשטן לויט זיין דרגא און נישט זארגן פאר א צווייטנ'ס רוחניות, (איך מיין נישט די גבאים וואס דארפן זארגן אז די שול זאל זיך פירן מיט דרך ארץ). אז מען זעט שלעכטס ביי אנדערע איז דאס די אייגענע חסרון, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "ווען איך זע שלעכטס ביי אנדערע; אדער האב איך זיך נאכנישט מתבודד געווען, אדער האב איך זיך נישט גענוג מתבודד געווען, וואלט איך זיך מתבודד געווען - וואלט איך נישט געזען קיין שלעכטס ביי יענעם".


מוהרא"ש זאגט, עס פלעגט זיין ביי אנשי שלומינו וואס פלעגן ענטפערן פאר די וואס קומען מיט מוסר: "איך בעט אייך, לאזט מיר ארבעטן אויף מיין עבודת השם, עס איז מיין מצוה, ביטע זארגט נישט פאר מיר"; אז אלע פון אייך וועלן אפלאזן יענעמ'ס עבודת השם, מען וועט נישט זארגן פאר יענעמ'ס ערליכקייט - וועט דער ס"מ אונז נישט קענען צעטיילן, מיר וועלן בלייבן צוגעקנופט צום רבי'ן.


אויך זאלט איר אריינברענגען שמחה אין שטוב, אין די ווייב און קינדער, בפרט יעצט אין די אלול טעג ווען מענטשן פארדרייען די יוצרות, מען הערט נישט אויף אנשרעקן מיט עונשים און מיט צרות, דארף מען אריינברענגען שמחה אין זיך און אין די גאנצע שטוב, אז מען זאל נישט ווערן אנגעשטעקט מיט עצבות און מרה שחורה.


דעם קומענדיגן וואך מאנטאג נצבים וילך, ח"י אלול - געפאלט די געבורטס טאג פון הייליגן צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, אז דאס קומט אונז ווייזן וואס דער הייליגער בעל שם טוב האט אויפגעטון, דער בעל שם טוב האט אריינגעברענגט א חיות אין אלול. איידער דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געקומען אויף די וועלט האט מען תשובה געטון פון פחד פון עונשים, מען האט תשובה געטון נישט ריכטיג, נאר פון ציטערן פון ביטערע פיין, און דער הייליגער צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אריינגעברענגט ח"י אלול - א 'חיות' אין 'אלול', מען זאל תשובה טון פון ליבשאפט. דער דרך הבעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז תשובה מאהבה, און דרך המוסר איז תשובה מיראה; ח"י אלול - א חיות אין אלול.


איך בעט אייך זייער, מיר קומען קיין אומאן צום רבי'ן, מיר מוזן זיך רייניגן אונזער הארץ, ארויסנעמען אלע פינטלעך וואס מען האט אין הארץ אויף אנדערע. מוהרא"ש פלעגט וויינען ביי תקיעת שופר: "אויב געפינט זיך איינער אין שול וואס האט פיינט א צווייטן - זאל ער ארויסגיין פון שול"; עס איז געווען אזא התעוררות, מיר אלע האבן תשובה געטון מיט אונזער גאנצע הארץ.


איך בעט אייך מיינע ליבע ברידער, מיר קומען צום רבי'ן, לאמיר קומען מיט די שיחה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; מוהרא"ש האט געשריבן אן א שיעור בריוו און געוויינט אז יעדן דיבור פון רבי'ן איז מקוים געווארן אבער דעם דיבור – נאכנישט; וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט און געבעטן אז אין "היכל הקודש" זאל מען מקיים זיין דעם דיבור.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א תיקונים מען איז זוכה ביים הייליגן רבינ'ס ציון, עס איז דא סודות צווישן אנשי שלומינו וואס מען קען נישט רעדן דערפון, סוד ה' ליראיו - וואס דער ציון טוט מיטן מענטש, אפילו איינער וואס איז געבוירן געווארן מיט א פגם וכו', הורתו שלא בקדושה, ער האט א פלעק וואס מען קען נישט אראפנעמען פון זיך, אבער ביים רבינ'ס ציון קען מען דאס אויך פאררעכטן, (עס אז א סוד וואס מען קען נישט רעדן אפן דערפון); דארפן מיר זיך זייער פרייען אז מיר קומען צו אזא מקום קדוש.


איך בענק זיך אזוי צו ענק, איך וויל ענק אזוי טרעפן אין אומאן, איך ווארט שוין אויף די שמחה, אויף די ברכות פון שהחיינו; אלע יארן אין אומאן פלעגט זיין אזעלכע שמחות און ריקודים פון אנשי שלומינו, מען האט אויסגעשריגן: "שהחיינו!" א טייל האבן געמאכט אפילו די ברכה פון מחיה המתים; ונזכה ונחיה ונראה.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#20 - שווערע מניעות צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אבער עס לוינט
תפילות אויף אידיש, שלום בית, אומאן, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך וויל אייך דערציילן די גוטע נייעס, מיט גרויסע חסדים פונעם אייבערשטן האב איך א שידוך געטון מיט מיין זון הרב שמעון נרו יאיר, מיט א טאכטער פון ר' אברהם משה שטראסער נרו יאיר. מיין זון לערנט זייער פלייסיג אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) ער לערנט יעדן טאג צענדליגער בלעטער גמרא און אסאך משניות, מה אשיב לה', כל תגמולוהי עלי, איך ווינטש אייך אלע, איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער געזונטערהייט.


מיר זענען יעצט אין פרשת כי תצא. מוהרא"ש זאגט, די לעצטע פרשיות זענען כי תצא; מיר גייען ארויס פונעם יאר, עס איז אריבער א לאנגע יאר, יעצט גייען מיר זיך שוין געזעגענען פון די יאר און מיר גייען יעצט אריין אין פרשת כי תבוא לאומאן, מיר גרייטן זיך שוין צו די נסיעה קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה.


בנוגע די מניעות וכו'; דער רבי זאגט עס מוז אזוי זיין, עס מוז זיין מניעות להגדל החשק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סו) אזוי ווי מען ווייזט פאר א קינד א גוטע זאך און מען באהאלט עס גלייך, מען וויל אנרייצן דעם קינד פאר די גוטע זאך, מען ווייזט עס נאכאמאל און מען באהאלט עס נאכאמאל, אזוי ווערט דאס קינד זייער אנגערייצט, אזוי אויך: "כָּל דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת", יעדע זאך וואס האט מיט די קדושה, "כְּגוֹן לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק", צום ביישפיל מען וויל פארן צום צדיק, "אוֹ שְׁאָר דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת", אדער אנדערע עבודות וואס מען דארף טון, "נוֹתְנִין לוֹ מִתְּחִלָּה חֵשֶׁק", ברענגט מען דעם מענטש א גלוסטעניש, "כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יַעֲשֶׂה הַדָּבָר", אזוי וועט ער דאס טון, "וְעִקַּר גֹּדֶל הַחֵשֶׁק נַעֲשֶׂה עַל יְדֵי הַמְּנִיעָה שֶׁמַּזְמִינִין לוֹ", און דער שטערקסטער וועג ווי אזוי מען קען געבן א גלוסטעניש פארן מענטש - איז דורך דעם וואס מען מאכט אים שוועריקייטן צו קענען טון די זאך, "כִּי כְּשֶׁאִישׁ יִשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת דָּבָר הַצָּרִיךְ לוֹ לְיַהֲדוּתוֹ", ווייל ווען עס קומט אויס צו טון עבודות השם, "בִּפְרָט כְּשֶׁצָּרִיךְ לוֹ לַעֲשׂוֹת דָּבָר גָּדוֹל הַצָּרִיךְ לְיַהֲדוּתוֹ", ווער רעדט נאך ווען עס קומט אויס צו טון א גרויסע זאך פאר עבודות השם, "שֶׁכָּל יַהֲדוּתוֹ תָּלוּי בָּזֶה", וואס די גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין דעם, "כְּגוֹן לִנְסֹעַ לְצַדִּיק אֲמִתִּי", צום ביישפיל פארן צום צדיק אמת, "אֲזַי מַזְמִינִין לוֹ מְנִיעָה", ברענגט מען פון הימל א שטער זאל אים צוריק האלטן פון קענען גיין צום צדיק, "וְזאֹת הַמְּנִיעָה הִיא בִּשְׁבִיל הַחֵשֶׁק", דאס איז מיט איין כוונה, דאס איז נאר אז דער מענטש זאל באקומען א שטארקע חשק, "כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יִהְיֶה לוֹ חֵשֶׁק יוֹתֵר לַעֲשׂוֹת אוֹתוֹ הַדָּבָר", אזוי באקומט ער נאך מער גלוסטעניש, "כִּי עַל יְדֵי הַמְּנִיעָה שֶׁמּוֹנְעִין אֶת הָאָדָם מִן הַדָּבָר, עַל יְדֵי זֶה נַעֲשֶׂה הִתְגַּבְּרוּת הַחֵשֶׁק מְאֹד", ווייל דורך מניעות וויל מען נאך שטערקער און נאך שטערקער.


גלייבט מיר, אלע גייען מיר אריבער שווערע ביטערע מניעות צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אבער עס לוינט, עס איז אלעס כדאי צו קענען זוכה זיין צו באקומען אונזער תיקון פון הייליגן רבי'ן. געבט נאר אכטונג אויף ענקער שלום בית, געבט אכטונג ווי אזוי ענק רעדן אין שטוב א גאנץ יאר. דער מציאות איז, אז מען רעדט שיין, מען רעדט ווייך, מען רעדט מיט הכנעה און דרך ארץ - וועט די ווייב לאזן פארן צום רבי'ן, זי וועט אויך איינפאקן גוטע געבעקס און שיקן מיטן גאנצן הארץ.


טייערע ליבע ברידער, איך בענק זיך שוין גאר שטארק, איך האף אייך צו זען אין אומאן. איך האף צום אייבערשטן איר ווערט שטערקער צוגעקנופט צום רבי'ן, דורך לערנען די הייליגע ספרים און טון די עצות; בעיקר דורך תפילה והתבודדות, זיך אוועק רייסן אפאר מינוט א טאג אין א ליידיגע שטילע פלאץ און רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך בעטן: "הייליגער באשעפער האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר, איך וויל זיין א איד, איך וויל לערנען און דאווענען, הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר? איך ווער נאר ווייטער פון דיר, איך וויל דאך אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, זיי מיך מקרב צו דיר", אז מען פאלגט די עצה פון תפילה והתבודדות - ווערט מען אויסגעלייטערט, מען ווערט נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך אהיים פון שטעטל דעם קומענדיגן זונטאג. אין ישיבה אין שטאט קען איך מיטהאלטן וואס טוט זיך ביי ענק אין שול און אין תלמוד תורה, אויך קען איך רעדן צו ענק דורכן אונטערקאם.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#19 - מיין נישט אז א צווייטער פארט אויף אומאן אן מניעות
הכרת הטוב, מחלוקת, אומאן, ראש השנה, ישיבה, מניעות, ביקור חולים, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך אריינגעפארן אין שטאט צו א חתונה פון א תלמיד הישיבה, החתן ישראל מנחם נרו יאיר. צו דער חתונה האב איך זייער געוואלט גיין, ווייל דער חתן איז פון די ערשטע מנין תלמידים פון אונזער ישיבה, דער בחור האט יארן געמאכט און געטון אלעס פאר די ישיבה, ער האט מיר זייער געהאלפן. אויך פלעגט ער אכטונג געבן אויף מיר אין די צייט פון די מחלוקות, ווען איך האב געדארפט האבן שמירה ביים גיין אין גאס. ער האט מיטגעהאלטן די פראטעסטן וואס מען האט געמאכט אינדערפרי ביי מיין שטוב, ער האט דעמאלט גענומען מיינע קינדער אינדערפרי אין חדר, כדי מיין ווייב זאל נישט דארפן אראפגיין אין גאס און ווערן פארשעמט פון די הפגנות; ביי דער חתונה האב איך געוואלט זיין, אלס הכרת הטוב.


אויך בין איך געווען באזוכן מיינע טייערע עלטערן שיחיו, אויך בין איך געווען אין שפיטאל מבקר חולה זיין א אינגערמאן וואס מוטשעט זיך זייער נעבעך מיט די ביטערע מחלה השם ישמרינו. ווען מען גייט אין שפיטאל, דארט הויבט מען אן כאפן די חסד פונעם אייבערשטן אז מען איז געזונט, מען קען גיין, קומען, מען איז נישט באהאפטן צו מאשינען; מען דארף שוין גארנישט, מען וויל נאר זיין געזונט.


אומאן ראש השנה... עס הויבט אן קאכן, מען הויבט אן בענקען, מען קומט שוין נענטער און נענטער... בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו קענען די יאר זיין ביים קיבוץ הקדוש און זוכה זיין צו די תיקונים וואס דער הייליגער רבי איז מתקן יעדן איינעם.


אוודאי איז דא מניעות, יעדער איינער האט זיינע מניעות, מיין נישט אז א צווייטער פארט אויף אומאן אן מניעות; איינער האט מניעות פון עלטערן א צווייטער פון די ווייב, איינער פון געלט און א צוויטער פון זיך אליינס; אזוי גייט דאס, אזוי איז ווען מען טוט הייליגע זאכן - מען גייט אריבער שווערע ביטערע מניעות; וואויל איז דעם וואס קומט אלעס איבער.


היינט נאכט וועט זיין א שיעור אין שטעטל אין היכל ראזענבערג. קומענדיגע וואך ליל שישי וועט נישט זיין קיין שיעור, קומענדיגע ליל שישי איז שבעה עשר בתמוז א פאסט טאג, מען הויבט אן די דריי וואכן; זאלסטו קומען די וואך צום שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - קום נישט פון ארץ ישראל קיין אמעריקע אויף פסח
בחור, שידוכים, הפצה, לימוד התורה, ישיבה, ראש ישיבה, פסח, ארץ ישראל, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביטע רעד מיט ..., ער שרייבט מיר אז ער קומט מארגן קיין אמעריקע. קודם כל יעצט איז נישטא קיין ישיבה, אלע בחורים זענען אהיים העלפן אנגרייטן דעם יום טוב. צווייטנס, וואו וועט ער זיין יום טוב? פסח איז מען נאר אין שטוב, מען גייט נישט צו פרעמדע עסן, פסח מישט מען זיך נישט; אדער עסט מען ביי די עלטערן אדער עסט מען אין שטוב מיט די ווייב, איך נעם נישט קיין בחורים צו מיין סדר, איך בין נישט קיין אדמו"ר; איז וואו וועט ער זיין יום טוב?


עס איז דא איינער וואס פארדריידט אים דעם קאפ אז דאס איז מניעות און מען דארף מבטל זיין די מניעות, בעט איך דיר, רעד צו אים אז ער זאל נישט קומען, זיכער נישט יעצט פאר יום טוב, און אפילו נאך יום טוב זאל ער נישט קומען, א שאד איבערלאזן ארץ ישראל; א שאד ווען ער קען עוסק זיין בתיקונו של עולם אין הפצה, זאל ער נישט קומען קיין אמעריקע. איך האב דא ארץ ישראל'דיגע בחורים, זיי וואלגערן זיך, יעדע שבת דארפן זיי זוכן וואו צו עסן, עס איז נישט פשוט.


ביטע רעד מיט אלע בחורים, זיי מחזק די בחורים זיי זאלן קומען אין שול דורכ'ן טאג לערנען שיעורים כסדרן און פארנאכטס גיין הפצה. זאג זיי איך האלט מיט יעדע פרט ביי זיי, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין זייער שדכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#17 - נאך אביסל וועלן די עלטערן זאגן אז ענק זענען זייער גרעסטע נחת
כיבוד אב ואם, שלום בית, מחלוקת, שווער און שוויגער, נסיונות, גמרא, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מחזק דיין ווייב און דאנק דעם אייבערשטן אז זי איז מיט דיר, זי איז פאר דיר אן "עזר". חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "זָכָה, עוֹזַרְתּוֹ", עס איז א געווינס ווען מען האט א ווייב וואס שטייט מיטן מאן; און אז דיין שוויגער טשעפעט איר וכו' - זאלסטו איר מחזק זיין און נישט מאכן קיין מחלוקות.


וועסט זען, נאך אביסל וועלן דיינע עלטערן און אירע עלטערן זאגן מיט א פילע מויל אז ענק זענען זייער גרעסטע נחת. זייער אסאך תלמידי היכל הקודש זענען דאס אריבער, מען האט זיי געטשעפעט אין אנהויב און ביים סוף האבן זיי אלע מודה געווען אז דיקא תלמידי היכל הקודש פירן שיינע ערליכע משפחות.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא.

#16 - חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שידוכים, אמונה, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, הפצה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, ריינקייט, סיום, נסיעה, התחדשות, בית המדרש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, נסיונות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פירושים, דאווענען, יאוש, ארץ ישראל, מנין, ירושלים, מניעות, פרויען צאמקום, מוהרנ"ת ז"ל, תיקון הכללי, השגחה פרטית, ברית, עקשנות, חמרות ופרישות, חזית איש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


מה אשיב לה', כל תגמולוהי עליו; חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל, זיין א שבת אין ירושלים מיט תלמידי היכל הקודש, און איך בין צוריק אין אמעריקע מיט פרישע כוחות, מיט א פרישע התקרבות.


איך האב געהאט גרויסע ניסים ביי די נסיעה, איך וועל פרובירן זיך אביסל מצמצם זיין און אראפשרייבן אביסל פון די הערליכע נסיעה.


במשך די נסיעה פון דריי טעג איז געווען צוועלף שיעורים, פול מיט חיזוק פון רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש. אויך בין איך געווען איינגעשפארט ביי די פאליציי.


איך וועל אנהויבן שרייבן די נסיעה, איך האף דו וועסט זיך מחזק זיין, און זיך אויך קענען באנייען.


איך בין ארויסגעפארן פון אמעריקע מיטוואך נאכט עלף אזייגער, די וועג איז געווען זייער פיין. איך האב געלערנט אויפ'ן וועג תיקונים, איך האב געהאט קאפ-וויי האב איך זיך צוגעלייגט. נאך דריי שעה פארן האב איך געדאווענט שחרית, עס איז געווען א מנין אויפ'ן פליגער, אבער איך בין נישט געווען בכח צו גיין צום מנין, איך האב געדאווענט פאר מיר ביחידות, און צוריק איינגעשלאפן.


שפעטער האב איך געדאווענט מנחה און ווייטער געלערנט תיקונים, מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דאנערשטאג, צען מינוט פאר פיר. אראפקומענדיג פון פליגער האט מיך אפגעווארט איינער אונז נעמען פריוואט, מיר זאלן נישט דארפן אריבערגיין צווישן אלע. אלעס איז געווען זייער שיין און פיין, ביזן אריבערגיין די גרעניץ; דארט האט מען אונז מודיע געווען אז איך קען נישט אריבערגיין, איך דארף ווארטן אויף די פאליציי. איך האב זיך גארנישט פארלוירן, איך בין געבליבן פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן.


ווען די פאליציי זענען אנגעקומען איז דארט שוין געווען האברך אברהם ר. נרו יאיר, ער האט געבעטן די פאליציי אויב זיי זענען מסכים מען זאל מיך נישט לייגן אין די פאליציי קאר, נאר איך זאל גיין מיט אים, און צוזאמען מיט מיר וועט קומען א פאליציי. ער האט גערעדט הארציג צו זיי, ער האט זיי געזאגט אז דא רעדט מען פון א רב וואס האט תלמידים; מען זאל אלעס מאכן בדרך כבוד. אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן מסכים געווען איך זאל פארן צום פאליציי סטאנציע מיט האברך אברהם נרו יאיר, מיט א פאליציי וואס געבט אכטונג איך זאל נישט אנטלויפן.


מיר זענען אנגעקומען צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, מען האט מיך אריינגעזעצט אין א קליינע צימער. איך האב געפרעגט דעם פאליציי מאן: "מה פשעי, מה חטאתי?" זאגט ער: "איך ווייס נישט, מען דארף ווארטן אז די פאליציי פון יהודה ושומרון זאלן קומען מיך חוקר זיין".


אינצווישן האב איך זיך גוט מתבודד געווען. איך האב ברוך ה' נישט פארלוירן פאר קיין איין רגע מיין אמונה. איך האב נאך גארנישט געהאט געגעסן פון פאר'ן ארויספארן, איך האב אויך גארנישט געטרינקען. דער פאליס-מאן האט מיר געמאכט א שווארצע קאווע אן מילך, דאס האט מיר געגעבן אביסל כח. איך האב אים געבעטן אויב ער קען בעטן פון איינעם אינדרויסן מיר צו ברענגען א ספר, האט דער פאליציי-מאן מיך געברענגט א תהילים, איך האב געענדיגט דעם יום תהילים פון דאנערשטאג און פרייטאג.


איך בין געפארן מיט דריי באגלייטער. מיין איידעם הרב נתנאל נרו יאיר, החתן יוסי ז. נרו יאיר און יענקי פ. נרו יאיר. זיי זענען נישט מיט געקומען מיט מיר צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, זיי זענען געגאנגען נעמען די פעקלעך, שפעטער האט מען מיר געברענגט דעם ספר תיקוני זוהר. איך האב געלערנט תיקונים און געשפירט אזא ליכטיגקייט. אויך האב איך זוכה געווען צו מחדש זיין אביסל אויף ספר תיקוני זוהר, איך וועל דיר דאס שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.


עס האט געהייסן אז איך פאר קיין טברי' געבן א שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש, די שיעור האט געדארפט פארקומען אום ניין אזייגער, די גבאים האבן נישט געוויסט וואס צו זאגן; זאל מען זאגן דעם עולם אהיימגיין אדער נישט, מען האט געהאפט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. למעשה, ביז די פאליציי, די חוקרים - זענען אנגעקומען, האט זיך געשלעפט און געשלעפט.


די חקירות האט גענומען אפאר שעה. בחסדי השם האט מען מיך געלאזט גיין עלף אזייגער ביינאכט, מען האט מיר צוריק געגעבן מיין פאספארט.


וואס איז געווען? איינער האט מפרסם געווען אין די נייעס חדשים פריער אז איך האב א שייכות מיט דעם בחור מ. ק. וואס איז נעבעך פארלוירן געווארן שוין כמעט א יאר, ווייל די לעצטע פלאץ וואו מען האט אים געזען איז געווען פאריאר ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חלק ישיבה צו מקומות הקדושים און צו די הקמת המצבה פון מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה.


איידער די חקירות האבן זיך געענדיגט האבן זיי מיך געפרעגט אויב איך בין מסכים צו מאכן א פאליגראף; א טעסט מיט א מאשין אויב איך זאג אמת. איך האב זיי געזאגט "אוודאי", ווייל וואס איז דא וואס מורא צו האבן, איך זאג דאך נישט קיין ליגנט. זיי האבן אפגעשמועסט איך זאל קומען אין ירושלים פרייטאג אינדערפרי מאכן דעם פאליגראף.


האברך אברהם נרו יאיר האט גלייך אנגעגרייט א גרויסן עורך דין, דער לויער האט געווארט אינדרויסן פון פאליס סטעישן, ער האט מיך אויסגעפרעגט ווי אזוי די חקירות ודרישות זענען געווען וכו'. איך האב אים אלעס דערציילט, אויך פונעם מארגנדיגן טאג, פון די פאליגראף; האט ער געזאגט: "בשום אין אופן", איך זאל נישט גיין, ער האט געזאגט אז מען וויל מיך אריינלייגן אין א פאסטקע רחמנא לצלן. ער האט גערופן דעם חוקר און געשריגן אז ער האט דא געטון נגד זייער חוק.


אינדרויסן האבן מיך אפגעווארט די טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט, די גבאים פון ירושלים. יצחק ש. נרו יאיר, שמעון ע. נרו יאיר און יצחק נרו יאיר. מיר האבן זיך זייער געפריידט זיך צו זען איינער מיטן צווייטן.


זיי האבן אויסגעקוקט אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך מחזק געווען, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - אלץ מער קדושה באקומט מען; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (עיין ברכות ה.): "ארץ ישראל אינו נקנית אלא ביסורין"; ווי מער מען גייט אריבער - אלץ מער קדושה איז מען זוכה צו באקומען.


יעצט און אזוי אויך פריערדיגע מאל, ווען איך קום קיין ארץ ישראל איז עס אלץ מיט יסורים. זייט מיר האבן אנגעהויבן אויפשטעלן בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל; אנגעהויבן אין ירושלים, בני ברק, צפת, בראכפעלד און יעצט די נייע שול אין טברי' - איז אלץ דא פאר מיר גרויסע מניעות צו קומען, אבער דער רבי געבט אונז אזויפיל חיזוק, אז מען מאכט פון די מניעות - נעימות.


בשעת די חקירות האב איך זיך מתבודד געווען מיט א פארמאכטע מויל, ביי יעדע פראגע וואס זיי האבן מיך געפרעגט האב איך געשעפשעט מיט פארמאכטע ליפן צום אייבערשטן און געבעטן: "רבונו של עולם, וואס ווילן זיי פון מיר? וואס האב איך דא חוטא געווען אז מען נעמט מיך מיט פאליציי? מען גייט מיך דא איינשפארן..."


איך האב זיך דערמאנט דעם סיפור פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין זון און מען האט אפגעווארט מיט שטעקענעס אים צו שלאגן. רבי נתן איז אריינגעלאפן אין וואלד זיך באהאלטן פון זיי, נאכדעם האט מען אים געטראפן זינגען אין וואלד דעם באקאנטן ניגון וואס מיר זינגען אויף אשת חיל, האט ער געזינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען..." און רבי נתן האט געזאגט: "אפילו א פשוט'ער בעל עגלה, א פראסטער טרעגער - ווען ער גייט חתונה מאכן זיין קינד - האט ער א שיינע קבלת פנים, איז וואס קומט מיר אזא קבלת פנים?" אזוי האט רבי נתן געפרעגט, און ער האט געענטפערט: "מוז זיין, נאר ווייל איך רעד פון הייליגן רבי'ן, און דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט ליידן". דער לויער האט מיר געזאגט: "דו גייסט נישט מאכן דעם פאליגראף", ער וועט אנגרייטן זונטאג אין זייער בית המשפט איך זאל קענען אהיימפארן בשלום.


איך האב זיך גלייך געמאכט א חשבון, איך מוז שוין פארן קיין יבנאל און מירון, אזוי האבן מיר געטון. איך האב געבעטן יענקי פ. אז איך וויל פארן גלייך קיין יבנאל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די גבאים פון ירושלים זענען אהיימגעפארן און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין יבנאל. אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטאנציע, אויפ'ן שאסיי נומער זעקס, נעמען געז. איך האב זיך אפגעשטעלט דאווענען תפילת ערבית ביחידות, איך האב געוואלט דאווענען מעריב פאר חצות.


א גאנצע וועג האבן מיר זיך מחזק געווען, א מענטש מאכט זיך א פלאן, אבער דער אייבערשטער מאכט סאך א בעסערע פלאן. איך האב געשפירט אביסל ווייטאג ביים הארץ, איך האב דאס גלייך צאמגעשטעלט מיט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כְּשֶׁיֵּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, צָרָה לָאָדָם", ווען א מענטש איז אין א צרה, "נִתְקַבְּצִים כָּל הַדָּמִים וְעוֹלִים אֶל הַלֵּב", לויפן אלע בלוט צום הארץ זיך צו באשיצן.


בערך צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און זיך מתבודד געווען. אויפ'ן וועג האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער: "ווען איינער איז נאושעס, עס איבלט אים, בעט ער דעם דרייווער 'פאָר שנעלער, ווייל איך גיי כמעט אויסברעכן', אזוי אויך בעט איך דיר, פאר שנעלער ווייל איך גיי שוין אויספלאצן אין א געוויין, איך קען זיך שוין כמעט נישט איינהאלטן", איך האב געשפירט אזוי צעבראכן, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס ציון האב איך אנגעהויבן אזוי דאנקען דעם אייבערשטן פאר'ן מיך מקרב זיין אין היכל הקודש, פאר'ן מיך מקרב זיין צום רבי'ן; איך האב נישט געקענט אויפהערן זאגן "שכוח אייבערשטער" און "שכוח מוהרא"ש" פאר'ן רחמנות האבן אויף מיר, פאר'ן מיך ווייזן א וועג צו קענען לעבן מיט אמונה, מיט תורה, מיט תפילה וכו' וכו'.


מיר זענען געפארן קיין טברי' צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס. איך האב נישט געוואלט אריינגיין איידער איך מאך זיך ריין די שיך, אין יבנאל איז מיר געווארן פארשמירט די שיך, עס איז געווען א גרויסע בלאטע אין יבנאל, אונטן פון די טרעפ וואו מען גייט ארויף צום ציון. מיר האבן זיך אלע אפגערייניגט די שיך, ווייל אז מען גייט צו א ציון פון א צדיק - גייט מען מיט די גרעסטע דרך ארץ.


איך האב געזאגט אכט קאפיטלעך תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן מיינע תפילות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין מירון.


צום ערשט בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון מיין זיידע און באבע אויבן אויפ'ן בארג, העכערן קבר פון רבי יוחנן הסנדלר. עס האט גערעגנט, מיר האבן נישט געהאט קיין שירעם זיך צו באשיצן פון די רעגן. העכער די ציון פון מיין זיידע איז דא א דעכל זיך צו באשיצן פון רעגן, מיר האבן דארט מתפלל געווען.


פון דארט זענען מיר געגאנגען צו די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב געזאגט תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב אסאך געבעטן דארט צו קענען שרייבן ווייטער דעם פירוש חזית איש, אויך האב איך געלערנט אביסל תיקונים, איך האב לכתחילה געוואלט מסיים זיין אין די מערה תיקוני זוהר.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי זעקס אזייגער. איך בין גלייך געגאנגען אין מקוה און געגאנגען אין שול - אין בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב. עס זענען שוין געווען אנשי שלומינו וואס זענען געזיצן און געלערנט, יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן.


נאך תפילת שחרית האב איך געגעבן א שיעור, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; ווען מען פירט זיך אויף שיין מיט דרך ארץ איז דאס די גרעסטע הפצה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קיא.): "אֶחָד מֵעִיר מְזַכֶּה כָּל הָעִיר", אז מען זעט איינעם זיך פירן מיט דרך ארץ, מיט יראת שמים - ווילן אלע זיין ווי אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט מאכן מענטשן זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן וכו'.


עס איז געווען אזא שמחה צווישן אנשי שלומינו זיך צו טרעפן איינער מיט'ן צווייטן, און דאס פרישקייט וואס איך האב דארט געזען איז עפעס נישט פשוט, אלע מיט אזא שמחה און התחדשות, ממש א מחי'.


פון דארט בין איך צוגעפארן מיט אברהם נחום נרו יאיר צו משפחת בורשטיין שיחיו. איך האב מיט געברענגט פון אמעריקע א מתנה, א שפילצייג פאר די קינדער. פאר זיי האב איך א שטארקע הכרת הטוב, ביי זיי האט זיך אלעס אנגעהויבן. בערך פיר יאר צוריק איז געווען ביי זיי אין שטוב די ערשטע שיעור, אויך האט מרת בורשטיין אנגעהויבן דאס ארויסשיקן יעדן טאג חיזוק יומי, און אויך דאס מתרגם זיין.


איך בין געגאנגען צו די דירה; האברך אברהם האט געזארגט פאר א דירה פאר מיר, איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן, צו זיין אויסגערוט לכבוד שבת.


נאכמיטאג האט שמעון עוזר מיר געברענגט פיינע ווארעמע קוגל. אין מקוה בין איך נישט אנגעקומען צו גיין, איך האב אינזין געהאט אינדערפרי און זיך גע'טובל'ט א באזונדערע טבילה לכבוד שבת.


*ליל שבת פרשת שמות*


אנקומענדיג אין שול איז געווען שומרים צו האלטן סדר, עס זאל נישט זיין קיין גרויסע געדרענג, עס זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו פון אלע שטעט; פון בני ברק, טברי', בית שמש, בראכפעלד, חיפה, יבנאל, צפת וכו'. דער גבאי יצחק האט מיך מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת. אויך איז געקומען פון אמעריקע אפאר געסט, אברהם משה נרו יאיר, און מאטי פון שטעטל, אויך ישראלי.


די סעודה האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען. איך האב געבעטן די גבאים אז איך וויל עסן די סעודות שבת מיט די בחורים וואס גייען הפצה, פאריאר האבן מיר געגעסן מיט בחורים, ווער עס האט נאר געוואלט, אבער איך האב געוואלט געבן עפעס באזונדערס פאר די מפיצים. עס איז געווען זייער שיינע סעודות, איך האף אז איינער פון זיי וועלן אפשרייבן די שיינע שמועסן, די שיינע חיזוק וואס מיר האבן גערעדט ביי די סעודה.


די באטע איז פארגעקומען אין שול, אנדערש ווי פאריאר. איך האב געבעטן די גבאים זאלן וואס ווייניגער אויסגעבן געלט פאר גיין אין א זאל, ענדערש וויל איך זיין אין שול; דער ירושלימ'ער שול האט דאך אלע טעמים, מלא חן, מען שפירט דארט דעם אויר הזך והנח.


מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט בערך א שעה. איך קען זיך יעצט נישט דערמאנען וואס מיר האבן גערעדט. איך בין יעצט אנגעקומען און איך דארף שוין לויפן אין ישיבה צו די בחורים, איך האף צום אייבערשטן איינער וועט אפשרייבן אלע שיעורים פון שבת קודש און דאס אפדרוקן, ווייל די דרשות פון שבת אין ירושלים איז געווען וואונדערליכע דיבורים.


*שבת אינדערפרי*


שבת אינדערפרי, זיבן אזייגער, איז געקומען משה שמואל און משה ראזענבערג מיך באגלייטן צו די מקוה. איך האב זיך געגרייט צום דאווענען מיט לערנען משניות און גמרא. פאר'ן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור אין לשון הקודש, ווייל עס זענען געקומען א גאנצע גרופע בחורים מיטהאלטן דעם שבת - וואס פארשטייען נאכנישט קיין אידיש. זיי האבן אזוי שטארק געבענקט צו קענען עפעס מיטהאלטן, זיי האבן מיך געבעטן נאך די באטע אויב איך קען רעדן ביי ספורי מעשיות אביסל אין לשון הקודש, איך האב נישט געוואלט מישן די שיעור - אידיש מיט לשון הקודש, האב איך זיי געזאגט אז איך וועל זיי געבן א שיעור פאר'ן דאווענען.


איך געדענק נישט פינקטליך וואס מיר האבן גערעדט, אבער אלע דיבורים אונזערע זענען פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און וויסן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן ארויסגיין - יעדער איינער - פון זיין פלאנטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער רבי פרעגט (ספורי מעשיות, סוף מעשה מבערגיר ועני) וואס איז די סימן פאר אידישע קינדער? דער וואס וועט זאגן (בראשית נ, כה): "פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם", ער איז דער גואל אמיתי; אויב אלע ווייסן אז דאס איז וואס מען דארף זאגן - קען דאך יעדער איינער קומען און דאס זאגן, איז דאך דאס נישט קיין סימן... אזוי פרעגט דער הייליגער רבי.


מיר האבן גערעדט, מען קען זאגן אז די קשיא אליינס - דאס איז דער ענטפער. דא זעט מען אז יעדער איינער קען מחזק זיין נשמות ישראל, מען דארף נישט מער פון זאגן די פאר ווערטער: "'פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם', דער אייבערשטער וועט ענק נאך העלפן, זייט אייך נישט מייאש, פארלירט אייך נישט, געבט נישט אויף, עס וועט נאך זיין גוט"; דאך זאגט דאס קיינער נישט, און ווער עס זאגט דאס - דער איז דער גואל אמיתי.


דער הייליגער רבי - ער שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח; שיחות הר"ן, סימן קנג): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל! גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; דער רבי בלאזט א ווינט פון האפענונג אויף אונז, אלע קענען דאס זאגן אבער קיינער זאגט דאס נישט.


אזוי איז געווען אין מצרים, אידן זענען געווען אזוי דערביטערט, אידן זענען געווען אזוי פארלוירן, פלוצלונג קומט דער צדיק משה רבינו און שרייט: "פָּקוֹד יִפְקוֹד", דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, "וַיַּאֲמֵן הָעָם" (שמות ד, לא), און אידישע קינדער האבן געגלייבט. זיי האבן געזען אז דאס איז דער גואל אמיתי, און אזוי איז היינט. אידישע קינדער זענען אזוי צעקלאפט, יעדער איינער מיט זיין אייגענע מצרים, פלוצלונג הערט מען שופר של משיח, דאס איז דער געשריי פון רבי'ן וואס שרייט: "גיוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, גיי צום אייבערשטן, רעד צום באשעפער, שמועס מיט אים אויף דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, זיי זיך מתוודה פאר אים, זאג 'רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, וואס זאל איך טון? איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל'".


צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען אבא חייא, דער גבאי פון בני ברק, שחרית האב איך געדאווענט. די עליות האט דער גבאי יצחק שמואל מכבד געווען די גבאים פון אלע שולן אין ארץ ישראל, איך האב עולה געווען און געבענטשט גומל. מוסף האט געדאווענט משה שמואל, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים.


נאכן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט קידוש צו מאכן, מיר האבן פארגעלערנט ספורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, מעשה ג' (מחיגר). מיר האבן בעיקר גערעדט פון דעם חיגר וואס האט זיך גע'עקשנ'ט יא ווייטער צו פארן, ביז ער איז פארבלאנזשעט געווארן און די רויבערס האבן אים בא'גנב'עט. מיר האבן גערעדט פון זיך נישט עקשנ'ען אין לעבן, בפרט אין שטוב, ווייל ווי מער מען איז מוותר - אלץ מער איז מען זוכה אז די שכינה זאל רוען ביי אים. ווען מען וויל עפעס זייער שטארק און עס גייט נישט ווי מען וויל און מען איז ווייטער פרייליך און צופרידן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - רוט די שכינה ביי אים, אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נז, טו): "אֶשְׁכּוֹן וְאֶת דַּכָּא", דער אייבערשטער רוט ביי אים (סוטה ה.), דאס איז בעיקר אינעם חתונה געהאטע לעבן; כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישט שייך צו זיין בטל צום אייבערשטן, ווייל מען לעבט ווי אזוי מען וויל, אלעס טוט מען ווי אזוי עס איז גוט פאר זיך, אבער ווען מען האט חתונה, מען האט א ווייב וואס וויל אנדערש, יעדע זאך דארף מען גיין קעגן די אייגענע ווילן, מען איז זיך מבטל צו טון רצון הבורא - דעמאלט איז דא השראת השכינה.


אויך האבן מיר גערעדט פון זיך אכטונג געבן פון די וואס רעדן צו אברכים קעגן די תורה, פון חומרות ופרישות, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן. א אינגערמאן קומט צו מיר וויינען, ער האט חתונה געהאט און מען האט אים פארפירט אין פרישות, איז ער זיך געגאנגען קויפן א טעלעפאן צו קוקן עבירות, ער וויינט צו מיר: "ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע"; אלעס נעבעך פון חומרות ופרישות.


איך האב דערציילט, איינער שרייבט מיר פאריגע וואך, ער איז אין א כתה וואס מען זאגט אים זיך אפשיידן לגמרי, ער זאל נישט אהיימקומען ביינאכט, ער זאל שרייען אין פעלד. ער שרייבט מיר אז זיין ווייב וויל א גט; זי וויל א מאן, זי וויל א חתונה געהאטע לעבן, ער פרעגט וואס ער זאל טון, ווייל די חברים פון די כתה זאגן ער זאל זיין שטארק ביז זי וועט זיך ברעכן. איך האב אים געשריבן ער זאל אנטלויפן פון חומרות ופרישות, ער זאל פאלגן דעם רבי'ן, זיך פירן על פי תורה, על פי שלחן ערוך.


סעודת שבת אינדערפרי האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען מיט די בחורים מפיצים, דער אינגערמאן אברהם נרו יאיר האט צוגעשטעלט פון בעסטן און שענסטן.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט ביי די סעודה, הרב החסיד רבי שמעון שפירא זאל זיין געזונט און שטארק איז געקומען מיר זאגן שלום עליכם. איך האב זיך אביסל געשעמט, א איד אין אזא עלטער זאל זיך מטריח זיין, זיך ארויפשלעפן צו מיר אינגערמאן... ער האט נאכגעזאגט שיינע חיזוק פון רבי אפרימ'ל זכרונו לברכה (ספר עונג שבת), עס שטייט (שמות ב, יב): "וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", ווי אזוי קען מען זיך שלאגן מיט מצרי, מיט'ן מצר ים? דורך "וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", חול איז ראשי תיבות ח'זק ו'יאמץ ל'בך, נאר דורך התחזקות, זיך שטארקן נאכאמאל און נאכאמאל - קען מען זיך שלאגן מיט'ן מצרי.


אויך האט ער מיר געגעבן אביסל מוסר מיט ליבשאפט, פארוואס מען דאווענט ביי אונז אין שול נאך זמן קריאת שמע; ווייל ביים רבי'ן איז געווען הלכה, זיך נישט אוועקרירן פון שלחן ערוך. ער האט מיר אנגעווינטשן איך זאל ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער. ער האט א שטאקע געפיל פאר היכל הקודש, זיין איידעם משה שמואל און זיין טאכטער, ביידע פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און יראת שמים, זיין טאכטער איז א לערערין ביי אונזער שולע בית פיגא אין ירושלים.


די צוויי אינגעלייט וואס האבן מיך באגלייט שבת אינדערפרי זענען געקומען מיך נעמען צו מנחה און שלש סעודות. דער דיין פון יבנאל, הרב הגאון רבי משה קורץ שליט"א איז געקומען אויף שבת, ער האט באקומען אן עלי' ביי מנחה.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט דיבורים חמים, גחלי אש, פון סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מיר האבן געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרַיִם", ווי קען זיין מען זאל ברענגען מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן לעפר - צו תבנית התורה? יוחני און ממרא האבן געפרעגט משה רבינו, דו ווילסט נעמען עם ישראל וואס זענען בשפל המדריגה, וואס זענען אין די מ"ט שערי טומאה - צו הר סיני, צו קבלת התורה, צו פסקו זוהמתן?! קען דען זיין אזא זאך, א איד וואס האט פוגם געווען באות ברית קודש, בהוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - זאל נאך קענען תשובה טון? זאל נאך קענען זיין א צדיק?


האט משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי", יא, מען קען זוכה זיין צו די העכסטע דרגא, צו יחודא עילאה און יחודא תתאה דורך "אֲמִירוֹת שֶׁל אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי", אז מען זאגט תורה, מען זאגט משניות און גמרא - קען מען אנקומען "לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", צו די העכסטע מדריגות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): "פְּתַח פִּיךָ", עפן דיין מויל, דאס מיינט הויב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וְיָאִירוּ דְּבָרֶיךָ", עס וועט דיר ליכטיגע ווערן.


גלייך נאך מעריב האט מיך פלוצלונג אנגעכאפט א שטיקל זארג, 'וואס גייט זיין? וועל איך קענען אהיימפארן?' ווייל די חוקרים, די פאליציי - האבן מיר געזאגט אז אויב איך וועל זיך שטעלן פאר'ן פאליגראף איז גוט, און אז נישט - וועט מען מיך נאכאמאל נעמען פאר חקירות איידער איך פאר אהיים. א גאנץ שבת האב איך נישט געטראכט פון די גאנצע פרשה, אבער פלוצלונג מוצאי שבת האב איך זיך געזארגט.


נאך הבדלה בין איך אהיימגעפארן מיט'ן גבאי שמעון עוזר, אנקומענדיג אהיים ווארט מיך אפ האברך אברהם און זאגט מיר איך זאל זיין גרייט, זיבן אזייגער קומט אראפ צו מיר א גרויסער עורך דין.


איך בין געזיצן מיט'ן עורך דין בערך א שעה צייט, ער האט מיר געגעבן זיין קארטל און געזאגט אז אויב מען שטעלט מיך אפ - זאל איך נישט רעדן, נאר ווייזן די קארטל, אז ער איז מיין פארטיידיגער. איך האב געזאגט: "רבונו של עולם, אין אמעריקע האב איך א קארטל פון א לויער, און אויך דא דארף איך א קארטל פון א לויער; רבונו של עולם, וואס טו איך? וואס וויל מען פון מיר? אז איך בין מחזק בחורים בין איך שוין א פארברעכער?"


אויך האב איך אויפגענומען תלמידים, ביז ניין אזייגער. יצחק איז געקומען מיך טראגן צו סעודת מלוה מלכה אין א זאל אין ירושלים. עס איז געווען שיין צוגעגרייט, די גבאים דארט מאכן א גוטע ארבעט, זיי זענען מסודר, מען זעט עס איז דא אחדות צווישן זיי, נאר אזוי זענען זיי מצליח.


מיר האבן געזינגען זמירות און געטאנצן. אינמיטן די דרשה זענען ארויפגעקומען קינדער מאכן זייערע סיומים, אין אנהויב האט אויסגעזען ווי עס וועט זיין אפאר קינדער, ביז עס האבן אנגעהויבן קומען בחורים, חתנים, אברכים און אפילו עלטערע, עס איז געווען א פארגענוגן צו זען ווי יעדער בארומט זיך מיט זיינע אוצרות.


ווען די סיומים האבן זיך געענדיגט איז מען ארויס אין א לעבעדיגע טאנץ, "אשריכם תלמידי חכמים", מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז, און האט זיך מוסר נפש געווען זיין לעבן אז נאך אפאר הונדערט יאר לעבן מיר נאר בזכות זיינע תורות, זיינע עצות און שכל. אינמיטן טאנצן האב איך זיך גוט צואוויינט, איך האב געבעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אהיימפארן, עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעמען"; ברוך השם איך בין אינדערהיים, איך לויף שוין אין ישיבה לערנען מיט די בחורים, איך דארף שוין מקצר זיין.


זונטאג אינדערפרי זענען די צוויי אינגעלייט געקומען מיך באגלייטן צו די מקוה זיבן אזייגער. אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית, עס איז פארגעקומען א ברית, האברך אברהם נרו יאיר האט זוכה געווען להכניס בבריתו של אברהם אבינו זיין קינד. ווען זיין קינד איז אים געבוירן געווארן זונטאג נאכמיטאג, אפאר מינוט פאר די שקיעה, האט ער מיר געזאגט אז ער זעט דאס ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אז איך וועל זיין ביים ברית, ער האט שוין געוויסט אז איך קום, ער העלפט מיר מיט די נסיעה. ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב זיך גוט מתבודד געווען אונטערן טלית בשעת'ן ברית. אויך האט ער מיך מכבד געווען מיט די ברכות, ויקרא שמו בישראל "יואל".


ביי די סעודת ברית האט אברהם גערעדט, ער האט דערציילט זיין סיפור התקרבות, אלע האבן געהאט טרערן אין די אויגן פון גרויס התרגשות; ווי דער רבי כאפט אן א מענטש וואו ער זאל נאר זיין און ברענגט אים צו די שענסטע פלעצער. איך האב אויך גערעדט, קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן ברית בין איך געגאנגען צו אונזער תלמוד תורה. ווען איך בין אנגעקומען האב איך זיך אונטערגעהערט פון הינטערן טיר ווי די טייערע מלמדים לערנען מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער, דאס איז די אכטע שיעור וואס איך האב געגעבן די פאר טעג אין ארץ ישראל. איינער פון די קינדער, שלמה לעווינזאהן, האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די שולע בית פיגא, וואס געפונט זיך אין שטוב ביי שמעון עוזר. דארט איז מיר ארויפגעקומען אלטע זכרונות פון ווען מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין אמעריקע, ממש אזוי מיט אפאר קינדער, מיר האבן דארט צוויי כיתות, צוויי טייערע לערערינס, איינע איז שמעון עוזר'ס א טאכטער, און נאך איינע, הרב ר' שמעון שפירא'ס טאכטער; זיי לערנען מיט די קינדער מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט, זיי לייגן אריין די ריינע אמונה מיט יראת שמים, צניעות, ובעיקר פארלייגט מען זיך ביי אונז אויפצובויען די קינדער.


ווי איר ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מען שטאפט אן קינדער מיט מעדעצין, מיט ריטעלין וכדומה; אנדערש איז ביי אונז, נישטא קיין איין קינד ביי אונז וואס מיר - די מוסד - זאל ארויפלייגן אויף מעדעצין. אונזערע מלמדים און לערערינס ארבעטן זייער שווער מיט יעדן קינד מיט אייזערנע סבלנות - זיי צו מדריך זיין, זיי מחנך זיין מיט די תורה.


פון שולע בין איך צוריק צו די אכסניא, איך האב אוועקגעגעבן צייט צו רעדן מיט אנשי שלומינו.


נאכמיטאג איז געווען אין די דירה א שיעור כללי פאר די מלמדים און מחנכים בארץ הקודש, אויך דער מלמד פון טברי', ר' יוסף נרו יאיר - איז דארט געווען. מיר האבן גערעדט וויכטיגע פונקטן וואס מיר ווילן פון אונזערע מלמדים און לערערינס; קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן שיעור האב איך עוסק געווען אין שידוכים.


נאכדעם בין איך געגאנגען דאווענען מנחה, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא און מיט דעם זיך געזעגנט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "אַל יִפָּטֵר אָדָם מֵחֲבֵרוֹ אֶלָּא מִתּוֹךְ דְּבַר הֲלָכָה".


איך האב זיך געזעגנט פון יעדן איינעם און ארויסגעפארן צום לופטפעלד. אויפ'ן וועג איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז די שול אין בני ברק איז צוריק אפן. וואס איז געווען? פאר צוויי וואכן צוריק זענען זיי אריין אין א נייע שול, אבער גלייך נאכדעם האט מען דאס געדארפט פארמאכן, ווייל איינער פון די שכנים האבן געבעטן פון בית דין אן עיקול אויפ'ן שול, די גבאים האבן געפאלגט בית דין און פארמאכט דעם שול, אבער זיי האבן זייער מתפלל געווען אז מען זאל דאס קענען עפענען צוריק, זיי האבן געוואלט איך זאל נאך קענען באזוכן אין שול. דער גבאי אבא חייא איז אריבער צום בית דין און געבעטן, אפשר זאל מען קענען כאטשיג אריינגיין צו לערנען וכדומה, בית דין האט געשריבן אז מען קען ביז דערווייל נוצן די שול, אבער נישט פאר דאווענען. דאס איז פאר זיי געווען אן אויסטערלישע שמחה, איך האב מחליט געווען אז איך פאר צו זיי, עס איז די זעלבע וועג ווען מען פארט פון ירושלים צום לופטפעלד.


דארט איז געווען די צוועלפטע שיעור, קענסט דאס הערן אויפ'ן טעלעפאן.


האברך אברהם האט געארבעט זייער שווער אז איך זאל קענען אהיימפארן אן קיין פראבלעמען. חסדי השם איך בין אין שטוב געזונטערהייט, איך גיין שוין דאווענען, איך גיי בענטשן גומל, "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב".


איך האב דיר נאר געשריבן ראשי פרקים, מען קען נישט שרייבן די געפילן, דאס וואס מען שפירט ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו.


ברודער, באניי זיך מיט'ן סדר דרך הלימוד; הויב אן לערנען אביסל חומש מיט תרגום, משניות, גמרא, הלכה, מדרש וספרי רבינו.


אויך באניי זיך מיט התבודדות, ובעיקר מיט "זה מעשה שלי, וזה מעשה שלו, ולמה לדבר מאחרים".


 


איין זאך האב איך פארגעסן דיר צו שרייבן. היינט נאכט איז דא אין שטעטל פאר די פרויען די וועכנטליכע צאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב העלפן מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין שעפן פרישע לופט, פרישע חיזוק; זי דארף דאך אזויפיל חיזוק צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


איך גיי יעצט אין ישיבה אנגרייטן א שיעור פאר די צאמקום.


...

#15 - א גוטע זאך קומט אן שווער
עבודת השם, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט געהערט פון ר' אליהו חיים רוזן זכרונו לברכה, וואס האט געהערט פון הצדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכותו יגן עלינו: "א זאך וואס קומט אן גרינג - איז מען חושש 'אפשר איז דאס פון די אנדערע זייט, די סטרא אחרא', ווייל א גוטע זאך קומט אן שווער".


דאס איז מורא'דיגע חיזוק.

#14 - עס לוינט זיך צו טון הפצה, אפילו מען באקומט בזיונות
הפצה, בזיונות, סיפורי צדיקים, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט געהאט גרויס חלישת הדעת ביים מפיץ זיין; וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ברודער, עס איז כדאי און כדאי ווייטער עוסק זיין אין די הייליגע זאך פון פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים פאר אלעמען, אפילו מען באקומט בזיונות וכו'. דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען דאס גרויסקייט פון בזיונות; וואס ווייסטו וואס דו ביסט אפגעקומען מיט דעם וואס מען האט דיך פארשעמט...


איך האב געהערט פון מיין מאמע תחי' א מעשה וואס מען דערציילט ביי אונז אין די משפחה. מיר האבן געהאט א באבע א גרויסע צדיקת, די ווייב פון רבי יוסף טייטלבוים זכרונו לברכה, פון נעפלעמיץ. וואס א שכינה האט איר אמאל זייער וויי געטון; די שכינה איז אריינגעקומען אין איר שטוב און איר געטשעפעט, זי זאגט איר: "דו מאכסט זיך פאר א צדיקת, אלע רעדן אויף דיר, אלע ווייסן אז דו ביסט נישט קיין צדיקת"; זי האט זיך זייער באליידיגט און זי האט אנגעהויבן וויינען.


עס גייט נישט אריבער אפאר מינוט, און דער לענדלארד, דער בעל הבית פון די דירה קלאפט אריין און זאגט איר: "ביז אפאר טעג דארפסטו ארויסגיין פון די דירה, דו קענסט מער נישט דא וואוינען"; זי האט געשפירט ווי זי פאלט אראפ חלשות, זיי האט געוויינט, און פון צער איז זי איינגעשלאפן. זי זעט איר טאטע אין חלום, איר טאטע רבי יחזקאל שרגא זכרונו לברכה פון קלאסנא, וואס זאגט איר: "איך שעם זיך אזוי שטארק אז דו וויינסט, איך האב דיר דאס געברענגט; א שווערע גזירה איז געווען אויף דיר פארשריבן, דו האסט געדארפט אוועקגיין פון די וועלט, איך האב עס אויפגעטוישט אויף קליין געלט, איך שעם זיך אויבן אין הימל אז דו וויינסט; גלייב אז אלעס איז נאר פאר דיין טובה", איר טאטע זאגט איר אין חלום: "איך געב דיר א סימן אז דאס איז אמת, ווען דו וועסט זיך אויפוועקן וועט דיר די שכינה קומען איבערבעטן, אויך דער לענדלארד וועט דיר קומען זאגן אז דו קענסט בלייבן".


זי וועקט זיך אויף פון שלאף, זי איז שוין געווארן אביסל בארואיגט. ביז א האלבע שעה קומט די שכינה און בעט איר איבער, זי זאגט: "איך האב געמאכט א טעות, נישט אויף דיר רעדט מען, מען רעדט אויף א צווייטע פרוי, דו ביסט יא ערליך". א שעה שפעטער קומט דער לענדלארד און זאגט איר: "אנטשולדיגט, איך האב געמיינט אז מען רעדט אויף אייך, איר קענט יא בלייבן דא וואוינען".


ליבער ברודער, גיי ווייטער פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור, און אז דו באקומסט א בזיון זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - פארוואס קומט אן אזוי שווער יעדעס מאל צו גיין הפצה?
הפצה, זיכוי הרבים, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה אז דו שרייבסט מיר יעדן טאג אלע פרטים פון דיין גיין הפצה פונעם טאג; וויפיל צייט און וואו דו ביסט געגאנגען, און וועלכע ספרים דו האסט פארשפרייט.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט מקרב נשמות ישראל לאביהם שבשמים; נישטא קיין גרעסערע זאך ווי דאס פארשפרייטן די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, פון מוהרא"ש - פאר נשמות ישראל; זיי צוריק ברענגען צו די אמונה און צו די תורה.


ווייסט פארוואס עס קומט אן אזוי שווער יעדעס מאל צו גיין הפצה? ווייל הפצה איז אזוי הייליג, אז דער סמ"ך מ"ם לייגט זיך אין די לענג און אין די ברייט מען זאל ווערן פויל און מיד נישט צו גיין הפצה. קוק ווערטער פון הייליגן זוהר (תרומה, קכח:): "תָּא חֲזֵי" קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא" יעדער איינער וואס כאפט אן די האנט פון א זינדיגער מענטש, "וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא" און ער מאכט אז דער זינדיגער מענטש זאל אפלאזן די שלעכטע וועג - "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא" איז זוכה צו דריי גרויסע זאכן וואס אנדערע זענען נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא", ערשטנס, ער נעמט אוועק פון די וועלט די טומאה, "וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ", צווייטנס, ער מאכט גרויס דעם אייבערשטן אויף די וועלט, "וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דריטנס, ער מאכט די וועלט זאל האבן א קיום, סיי אויבן און סיי די וועלט דא. "וְעַל הַאי בַּר נָשׁ כְּתִיב" און אויף דעם מענטש וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן שטייט (מלאכי ב, ה): "בְּרִיתִי הָיְתָה אִתּוֹ הַחַיִּים וְהַשָּׁלוֹם" מיין בונד איז מיט אים, ער וועט האבן לעבן און שלום.


"וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי" דער מענטש איז זוכה צו קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא" ער איז זוכה צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט, "וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי" און ער איז זוכה צו האבן עולם הבא. "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי" קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי" זיין נשמה וועט קענען אנקומען אין אלע דרייצן היכלות אין גן עדן, "וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ" און קיינער וועט אים נישט קענען צוריק האלטן פון דעם, "וְעַל דָּא כְּתִיב" אויף דעם מענטש זאגט דער פסוק (תהלים קיב): "גִּבּוֹר בָּאָרֶץ יִהְיֶה זַרְעוֹ, דּוֹר יְשָׁרִים יְבוֹרָךְ" ער וועט זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך. "הוֹן וָעֹשֶׁר בְּבֵיתוֹ" אויף די וועלט וועט ער האבן עשירות, "וְצִדְקָתוֹ עוֹמֶדֶת לָעַד" און אויף יענע וועלט וועט ער האבן עולם הבא. "זָרַח בַּחֹשֶׁךְ אוֹר לַיְשָׁרִים" וְגוֹ' ער וועט שיינען אין לייכטן, און די אלע שווארצע טונקעלע מלאכים וועלן אים גארנישט קענען טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - מיר פארן צום רבי'ן אונז מתקן צו זיין, כאטש ס'איז א שווערע נסיעה
וויכוחים, אומאן, ראש השנה, סכנה, נייעס, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס נישט א סכנה צו פארן קיין אומאן. יעדע יאר קומט דער סמ"ך מ"ם מיט א נייע מעשה; פאריאר האט ער יעדן דערשראקן אז אויב מען וועט נעמען די וואקסין וועט מען שטארבן און מען וועט נישט האבן מער קיין קינדער, שוין אריבער א יאר פון זיין אין אומאן ראש השנה - אלע האבן קינדער און אלע לעבן; די יאר קומט ער מיט א נייע מעשה, אז עס איז א סכנה וכו'; עס איז נישט קיין סכנה, עס איז נאר צו אפהאלטן פון קומען צום רבי'ן.


טענה'עט נישט מיט קיינעם, רעדט נישט מיט קיינעם פון דעם, דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער מאן האט א געפיל צום צדיק. די יאר האבן די מתנגדים נישט וואס צו זאגן, אלע יארן שפעט מען פון ברסלב'ער חסידים, מען זאגט: "מען טוט זיך וואס מען וויל און מען פארט זיך אויף אומאן"; די יאר זעט מען וואס הייסט מסירת נפש צו פאלגן א צדיק, די יאר איז די נסיעה א שווערערע, מען קען נישט פארן גלייך קיין אוקריינא, מען דארף זיך שלעפן מיט א באן אדער קאר פון א צווייטע מדינה, דאך פארן מיר צום רבי'ן דער רבי זאל אונז מתקן זיין.


איך ראט אייך איר זאלט מער נישט הערן קיין נייעס.


א כתיבה וחתימה טובה.

#11 - דער עיקר וואס מיר באקומען פון רבי'ן איז דאס איינשפריץ פון אמונה
תפילות אויף אידיש, אמונה, אומאן, ראש השנה, אמונת חכמים, קשיות, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער הארציגער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך הער דיינע קרעכצן, איך הער דיין ווייטאג. אבער טייערער ברודער, וויסן זאלסטו אז מיר ווייסן גארנישט, מיר גלייבן אין צדיקים; אז דער רבי האט געזאגט מען זאל קומען קיין אומאן צו אים אויף ראש השנה און ער וועט אונז געבן דאס בעסטע און שענסטע - איז עס אזוי, פשוטו כמשמעו.


איי וועסטו טענה'ען, ביסט געקומען פאריאר מיט מסירות נפש און מיט דעם איז דיר אזוי שווער ברוחניות ובגשמיות, עס איז דיר אריבער א שווערע יאר; דאס איז בכלל נישט קיין טענה, אדרבה, דאס איז א ראי' אז מיר מוזן קומען צום רבי'ן און זיך האלטן ביים רבי'ן. דער עיקר וואס מיר באקומען פון רבי'ן איז דאס איינשפריץ פון אמונה, אזוי ווי דער דאקטער, איידער ער גייט אפערירן דעם פאציענט, שפריצט ער אריין א מעדעצין וואס שלעפט איין דעם מענטש ער זאל קענען דערהייבן די יסורים וכו' - דאס טוט דער רבי מיט אונז, ער שפריצט אריין אמונה אין אונז, מיר זאלן גלייבן אז אלעס וואס פאסירט - איז נאר פון אים, אלעס וואס גייט אריבער - איז נאר פאר מיין טובה, אלעס אלעס איז נאר ער, און מיר קענען אים נישט פארשטיין, און מיר וועלן סיי ווי נישט פארשטיין.


טייערער ברודער, קום קיין אומאן; שפרינג אריבער אלע דיינע שווערע מניעות. יעצט האסטו ריכטיגע מניעות, ווייל ווילאנג די מניעות איז פון ארום און ארום; פון משפחה, ביזנעס, חברים וכדומה - דאס קען מען גרינג איבערטאנצן, אבער ווען די מניעות קריכן אריין אין מח מחשבה, מען הויבט אן האבן ספיקות ובלבולים אויפ'ן צדיק און אויפ'ן באשעפער - דאס איז שוין זייער ביטער.


די עצה פאר דעם זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו) איז שרייען מעומק הלב צום אייבערשטן:


"רבונו של עולם, וואס איז מיט מיר? וואס גייט פאר מיט מיר? איך האב קשיות און ספיקות. רבונו של עולם, ראטעווע מיך, איך קיל זיך אפ, עס פייניגט מיר מיין מחשבה, איך האב קשיות אויף די אמונה. רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל בלייבן שטארק מיט אמונה, סיי אמונה אין דיר, און סיי אמונת חכמים. העלף מיר איך זאל האבן שפע, איך זאל ארויסגיין פון מיין דחקות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין מא:) 'עניות מעביר את האדם על דעתו ועל דעת קונו', ארעמקייט מאכט מען זאל פארלירן די דעת און פארלירן די אמונה, רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך זאל בלייבן צוגעקלעבט צום הייליגן רבי'ן, איך זאל זוכה זיין צו באקומען מיין תיקון, איך זאל נישט זיין פארווארפן סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט; די וועלט איז איין זאך, אבער מיין נשמה זאל האבן א רוה אויבן. העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה און שטארקע אמונת חכמים".


איך האף דיר צו זען אין אומאן ראש השנה.

#10 - עס שטעלט זיך ארויס אז מ'פארט נישט קיין אומאן פאר שוואוילטאג
אומאן, ראש השנה, היכל הקודש, ישיבה, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ביי אונז גרייט מען זיך שוין אויף ראש השנה; מען קויפט שוין טיקעטס, מען עפנט שוין דעם בנין, מען פילט שוין אן די וואסער גרובער מיט וואסער; אלע פארן מיר צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.


די יאר ראש השנה הבא עלינו לטובה שטעלט זיך ארויס דאס מסירות נפש פון אנשי שלומינו אנצוקומען קיין אומאן, די מתנגדים וואס מאלן אפ אומאן אלס א פלאץ פון הפקירות, וואס וועלן זיי יעצט זאגן ווען צענדליגער טויזנטער מענטשן גרייטן זיך צו פארן אין א לאנד אינמיטן א מלחמה, די טלטול הדרך, מען דארף פארן אסאך שעות פון איין לאנד צום צווייטן; דאך איז קיינער נישט מוותר אויף דעם.


איך בענק זיך נאך דיר, עס איז מיר א פלא אז דו קומסט נישט באזוכן די ישיבה, די פלאץ וואס פארשפרייט אזויפיל קדושה, אזויפיל אמונה; איך וואלט זיך זייער געפריידט דיר צו זען.


איך ווייס אז עס איז דא אסאך מניעות צו קומען צו היכל הקודש; וואויל איז דעם וואס מאכט פון די מניעות - נעימות, ער ברעכט אלעס דורך און קומט צו די הייליגע חברייא.

#9 - זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, טראץ אלע שטערונגען
התחזקות, הדפסה, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט צו דרוקן און פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן, אזוי וועלן מיר צוריק ברענגען כלל נשמות ישראל צום אייבערשטן.


אוודאי וועט זיין אלע סארט שטערונגען, דער סמ"ך מ"ם וועט פרובירן צו שטערן, אבער ואתה מרום לעולם ה', לעולם ידך על העליונה.

#8 - יעדעס מאל מען וויל גיין צום צדיק ווערט גרויסע מניעות
קברי צדיקים, צדיקים, מניעות, פוילקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, יעדעס מאל מען וויל גיין צום צדיק ווערט גרויסע מניעות, מען ווערט פלוצלונג פויל, פלוצלונג האט מען נישט קיין כח, מען טראכט 'נישט היינט, נאר מארגן'; דאס איז אלעס מניעות, מען וויל צוריק האלטן דעם מענטש ער זאל נישט גיין.


דער רבי רעדט שוין פון דעם, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב): "אזוי פאסירט יעדעס מאל מען וויל נאר גיין צום צדיק, און אזוי אויך ווען מען צעברעכט שוין די מניעה, מען קומט צום צדיק - הויבט מען אן טראכטן 'פארוואס האט אויסגעפעלט צו קומען וכו' וכו'".


אודאי זאלסטו גיין צום ציון, דארט איז די פלאץ וואו דו וועסט פועל'ן דיין ישועה. פאר אהין זיך אויסבעטן; דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", ביי א ציון פון א צדיק ווערן נתקבל די תפילות.


בעט אויך פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל, איך זאל האבן כח ווייטער צו טון די גוטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - די אלע מניעות ווען מען ווערט מקורב צום צדיק, איז א גרויסע טובה
כיבוד אב ואם, צרות, שלום בית, חסידות ברסלב, פרנסה, מוהרא"ש, ישיבה, ראש ישיבה, לשון הרע, מניעות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; בלייב שטארק. וואויל איז דיר אז מען האט דיר אפגעזאגט פון דיין אמט צוליב דעם אז דו ביסט א ברסלב'ער און נישט חס ושלום צוליב שלעכטע זאכן. מען הערט אזויפיל מעשיות פון תלמוד תורה'ס און ישיבות וואו מען ווארפט ארויס איינגעשטעלטע צוליב עבירות, אבער דיין גאנצע חטא איז אז דו ביסט א ברסלב'ער.


איך געדענק פון יארן צוריק ווען מען האט מיר אפגעזאגט פון מיין אמט פון זיין א מלמד מיט א מנהל, האט מיר מוהרא"ש זכרונו לברכה זייער מחזק געווען, מוהרא"ש האט מיר געזאגט די ווערטער: "אשריך שנתפסת על דברי תורה", וואויל איז דיר אז מען האט דיר ארויסגעווארפן צוליב דעם וואס דו האסט מזכה געווען אזויפיל בחורים מיט לערנען און דאווענען און אריינלייגן אין זיי אמונה; קוק נאך די בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן ערב יום הקדוש שנת ה'תשס"ט, עס איז געדרוקט אין אשר בנחל.


בלייב שטארק און זיי ממשיך נאך מער צו פארשפרייטן די הייליגע קונטרסים, ספרים און גליונות. דאס אלעס וואס דו גייסט אריבער, אנגעהויבן מיט די קלעפ שמחת תורה און די פרנסה וואס מען האט דיר מקפח געווען און די אלע בזיונות און שפיכות דמים, דאס וועט דיר נאר ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


געדענק וואס מיר האבן היינט גערעדט, אויב דו וועסט זיך האלטן שטארק, דו וועסט אינאיינעם מיט דיין ווייב זיין שטארק, עס וועט זיין שלום און ליבשאפט צווישן ענק – וועט ענק קיינער נישט קענען צעברעכן.


פון אלעס וואס דו דערציילסט וואס דו גייסט אריבער, טוט מיר דאס מערסטע וויי אז דיין ווייב'ס עלטערן וויל נישט רעדן מיט ענק ווייל איר זענט נעבעך געווארן ברסלב. געוואלד און געשריגן, קוקט וואס לשון הרע טוט; זיי מיינען אז איר זענט אין נישט א גוטע פלאץ, וואלטן זיי געוויסט וואס דער רבי איז, וואס ברסלב איז, וואס מען לערנט ביים רבי'ן, וואלטן זיי געטאנצן פאר שמחה אז די קינדער גייען צו א רבי וואס געבט נאר יראת שמים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם".


אוי ווי עס טוט וויי ווען עלטערן וויל נישט רעדן מיט א קינד, אוי שטעכט עס אין הארץ; די אנדערע זאכן זענען נישט קיין ווייטאג אנטקעגן די צער, וואס גייט מיר אן אז דער אדמו"ר האט געהייסן שלאגן? וואס גייט אן אז מען האט מיר אפגעזאגט פון א פרנסה? פרנסה געבט דער אייבערשטער, פרנסה איז דא אסאך, און דער אדמו"ר זאל זיין געזונט און שטארק און ווייטער אנכאפן זיינע חסידים זיי זאלן אים נישט אפלאזן; איך דארף אים בכלל נישט האבן, איך האב א רבי וואס העלפט מיר, א רבי וואס פארשטייט מיר, א רבי וואס ברענגט מיר צו לערנען און דאווענען און האבן שלום בית וכו'; אבער אז עלטערן ווילן נישט רעדן מיט א קינד – דאס שטעכט, דאס טוט וויי.


טייערער ברודער, זארג נישט; ביים סוף וועלן זיי שלום מאכן מיט דיר און דיין ווייב, זיי וועלן אויך אנקומען צום רבי'ן. אויב דו וועסט זיי ווייטער מכבד זיין, דו וועסט נישט רעדן קעגן זיי, דו וועסט טראכטן נאר גוטס אויף זיי – וועלן זיי אליינס קומען קיין אומאן.


וואס דארפסטו מער פון די מעשה וואס רבי נתן האט געהאט מיט זיינע עלטערן; אין אנהייב האט אים זיין טאטע גע'רודפ'ט עד חרמה, ער האט נישט געוואלט רעדן צו אים, ער האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב, אבער ביים סוף האט ער אים אזוי ליב געהאט, ער האט אים גערופן אזוי ווי מען רופט אן אדם גדול, מיט א ר', "ר' נתן"; רבי נתן האט געזאגט: "טאטע, רוף מיר נישט מיט א ר'", אבער דער טאטע האט געזאגט: "איך האב פון דיר אזויפיל נחת, איך וועל דיר רופן ר' נתן".


די אלע מניעות וואס גייען אריבער אויף א מענטש ווען מען ווערט מקורב צום צדיק – איז א גרויסע טובה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה, בסוף): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס האט גרויסע מניעות ווען ער ווערט מקורב צום אייבערשטן, "דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ", ער האט מניעות פון זיין טאטע, ווייב אדער שווער, "אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד, וּמְנִיעוֹת מֵחֲמַת מָמוֹן וכו'", אדער מניעות פון געלט, "הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם", דאס איז א גרויסע טובה פאר'ן מענטש, "כִּי עַל יְדֵי זֶה", ווייל דורכדעם, "זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", איז מען זוכה צו מקבל זיין שפע קדושה וטהרה צו ווערן מקורב צום אייבערשטן.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך בין אבער זייער טרוד, איך דארף מקצר זיין.


 

#6 - אז מ'דערהאלט זיך, ווערן אלע מניעות איבערגעדרייט צו נעימות
שלום בית, התחזקות, משפחה, מניעות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו; סיי מיט דיינע שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), סיי דיינע שיעורים אין כולל, דיינע שאיפות צו גיין אין די וועגן פון דיינע עלטערן, רוב טאג לערנסטו הלכה, און דיין חלק אין הפצה. סיי מיט'ן מתרגם זיין, און דו ביסט זיך נישט יוצא מיט'ן מתרגם זיין, דו גייסט ביי די הייזער פארפלייצן די ספרים.


שטארק זיך, ווער נישט צעבראכן ווען דיין משפחה לאזט נישט אפ; זיי האלטן אין איין האקן אין קאפ זאלסט אפלאזן ברסלב וכו' וכו'. דו זע איין זאך, דיין ווייב זאל זיין מיט דיר; אז דיין ווייב וועט זיין מיט דיר, איר וועט לעבן בשלום - וועט דיר קיינער נישט קענען שלעכטס טון.


שמשון הגיבור איז געווען זייער שטארק, ער האט געקענט אליינס גיין קעגן אלעמען, אבער ווען זיין ווייב האט אים דערקוטשעט איז ער שוואך געווארן. אזוי ווי עס שטייט (שופטים טז, טז): "וַיְהִי כִּי הֵצִיקָה לּוֹ בִדְבָרֶיהָ, כָּל הַיָּמִים", זיין ווייב האט אים געדרוקט מיט אירע ווערטער, "וַתְּאַלְצֵהוּ", זי האט אים צוגעדריקט, "וַתִּקְצַר נַפְשׁוֹ לָמוּת", ביז שמשון איז פאר'מיאוס'ט געווארן פון לעבן, ער האט געוואלט שטארבן; מען קען זיין שטארק, אבער אז די ווייב דערקוטשעט ווערט מען שוואך.


איין זאך קען איך דיר זאגן, אז דו וועסט ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דו וועסט נישט נתפעל ווערן פון קיינעם און נישט קוקן אויף קיינעם, דו וועסט ווייטער לערנען און דאווענען, מכבד זיין דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן - וועט ווערן פון די מניעות - נעימות, אזוי ווי עס איז געווען ביים הייליגן רבי נתן. אין אנהייב האט אים זיין טאטע גע'רודפ'ט, ער האט געזאגט פאר זיין שנור, פאר רבי נתן'ס ווייב - זי זאל זיך גט'ן פון זיין זון רבי נתן; אזוינס הערט מען נישט אין די וועלט, א טאטע זאל צורעדן זיין שנור זאל זיך גט'ן פון זיין אייגענעם זון.


רבי נתן איז געבליבן שטארק, ער האט ווייטער געדינט דעם אייבערשטן; ווייטער געלערנט און געדאווענט, עוסק געווען אין הפצה און מכבד געווען זיינע עלטערן, ביים סוף פלעגט אים זיין טאטע רופן מיט א 'ר'', רבי נתן; געווענליך רופט נישט א טאטע אן אן אייגן זון מיט א ר', אבער ער פלעגט זאגן: "נאר דו ביסט מיר מכבד, נאר פון דיר האב איך נחת".


איך זאג דיר וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט אלע יארן; איך בין אויך אריבער שווערע נסיונות, איך פרוביר דאס צו באהאלטן ווייל עס איז נישט קיין כבוד פאר די משפחה. גלייב מיר, עס איז געווען ביטער שווער. מוהרא"ש האט מיר שטענדיג געזאגט: "ביים סוף וועט זיך אלעס איבערדרייען, מען וועט האבן נחת פון דיר, מען וועט זען דאס שיינקייט פון א ברסלב'ער חסיד, מען וועט זען דאס גרויסקייט פון א ברסלב'ע שטוב".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - קלאפ דיר ארויס פון קאפ דאס ווארט 'גט'
שלום בית, אומאן, מניעות, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ט סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קלאפ דיר ארויס די מחשבות פון קאפ; נישט דא אזא ווארט "גט", נישט דא אזא זאך ווי געבן א גט, נעם ארויס פון דיר די נארישע מחשבה.


דו האסט א טייערע ווייב, זי איז דיין ווייב און די מאמע פון דיינע טייערע קינדער; דאס אז זי לאזט דיר נישט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה - דאס איז נאר א מניעה, דאס איז נאר אז דו זאלסט נאך שטערקער וועלן קומען, נאך מער גליסטן צום רבי'ן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סו): "כָּל דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת", יעדע גוטע זאך וואס א מענטש דארף טון, "כְּגוֹן לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק", צום ביישפיל - פארן צום צדיק, "אוֹ שְׁאָר דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת", אדער אנדערע גוטע זאכן וואס מען דארף טון, "נוֹתְנִין לוֹ מִתְּחִלָּה חֵשֶׁק כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יַעֲשֶׂה הַדָּבָר", ברענגט מען אים פון הימל א גליסטעניש אז ער זאל וועלן טון די זאך, "וְעִקַּר גֹּדֶל הַחֵשֶׁק נַעֲשֶׂה עַל יְדֵי הַמְּנִיעָה שֶׁמַּזְמִינִין לוֹ", און די וועג ווי אזוי מען ברענגט א גליסטעניש פאר'ן מענטש איז דורך דעם וואס מען האלט אים אפ, מען שטערט אים ער זאל נישט קענען טון די גוטע זאך, "כִּי כְּשֶׁאִישׁ יִשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת דָּבָר הַצָּרִיךְ לוֹ לְיַהֲדוּתוֹ, בִּפְרָט כְּשֶׁצָּרִיךְ לוֹ לַעֲשׂוֹת דָּבָר גָּדוֹל הַצָּרִיךְ לְיַהֲדוּתוֹ, שֶׁכָּל יַהֲדוּתוֹ תָּלוּי בָּזֶה - כְּגוֹן לִנְסֹעַ לְצַדִּיק אֲמִתִּי", ווייל ווען א איד דארף טון א זאך וואס זיין גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין דעם, ווי צום ביישפיל ער דארף גיין צו אן אמת'ן צדיק, "אֲזַי מַזְמִינִין לוֹ מְנִיעָה", דעמאלט האלט מען אים אפ, "וְזֹאת הַמְּנִיעָה הִיא בִּשְׁבִיל הַחֵשֶׁק, כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יִהְיֶה לוֹ חֵשֶׁק יוֹתֵר לַעֲשׂוֹת אוֹתוֹ הַדָּבָר", דאס טוט מען פאר'ן מענטש ווייל מען וויל ער זאל מער און מער גליסטן צו די זאך, "כִּי עַל יְדֵי הַמְּנִיעָה שֶׁמּוֹנְעִין אֶת הָאָדָם מִן הַדָּבָר, עַל יְדֵי זֶה נַעֲשֶׂה הִתְגַּבְּרוּת הַחֵשֶׁק מְאֹד", ווייל ווען מען וויל עפעס טון און מען קען עס נישט טון - דאס מאכט אז מען זאל עס נאך מער וועלן טון, "כְּמוֹ לְמָשָׁל כְּשֶׁמַּרְאִין לְקָטָן דָּבָר הַנֶּחֱמָד לוֹ, וְתֵכֶף וּמִיָּד חוֹטְפִין מִמֶּנּוּ וּמַחְבִּיאִין מִמֶּנּוּ, אֲזַי הוּא רוֹדֵף מְאֹד אַחַר הָאָדָם, וּמְבַקֵּשׁ וְחוֹשֵׁק מְאֹד לְאוֹתוֹ הַדָּבָר", אזוי ווי מען ווייזט פאר א קינד א גוטע זאך און מען באהאלט עס נאכדעם פונעם קינד, הייבט דאס קינד אן מער נאכצולויפן די זאך און ער הייבט אן מער גליסטן צו דעם, "נִמְצָא שֶׁעִקַּר הַחֵשֶׁק נַעֲשֶׂה עַל יְדֵי שֶׁחָטְפוּ מִמֶּנּוּ וְהֶחְבִּיאוּ אֶת הַדָּבָר", דאס געשעהט ווייל דער קינד קען דאס נישט זען און קען דאס נישט באקומען, דעריבער הייבט ער אן מער בענקען צו דעם; זעט מען אז דאס שטארקע גליסטעניש קומט פון דעם וואס מען קען דאס נישט האבן, "כְּמוֹ כֵן מוֹנְעִין אֶת הָאָדָם בִּמְנִיעוֹת מֵהַדָּבָר הַצָּרִיךְ לוֹ, כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יִהְיֶה לוֹ חֵשֶׁק יוֹתֵר", דאס זעלבע טוט מען מיט'ן מענטש וואס דארף טון גוטע זאכן, מען האלט עס אפ פון אים כדי עס זאל אריין גיין אין אים א שטארקע גליסטעניש, אזוי ווי עס שטייט "וְלֶחֶם סְתָרִים יֻנְעַם", באהאלטענע ברויט איז זיס.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם תורה נאכאמאל און נאכאמאל - וועסטו שוין פארשטיין פארוואס עס דארף אריבער גיין אויף יעדן איינעם אזעלכע שווערע ביטערע מניעות ווען מען וויל מקורב ווערן צום רבי'ן, מען וויל קומען קיין אומאן אויף ראש השנה; ווייל ווי שטערקער עס זענען די מניעות אלץ שטערקער ווערט די גלוסטעניש צו מקורב ווערן צום צדיק, וואס אין דעם איז אנגעהאנגען דאס גאנצע אידישקייט. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְעַל כֵּן רָאוּי לָאָדָם לָדַעַת כְּשֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת גְּדוֹלוֹת מְאֹד מֵאֵיזֶה דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה, יֵדַע וְיָבִין מִזֶּה, שֶׁזֶּה הַדָּבָר שֶׁרוֹצֶה לַעֲשׂוֹת הוּא נֶחֱשָׁק גָּדוֹל מְאֹד", דעריבער דארף א מענטש וויסן אז ווען ער גייט אריבער שוועריקייטן, מען האלט אים אפ פון טון גוטע זאכן - אז דאס איז נאר כדי אויפצובויען זיין חשק, "וּבִפְרָט כְּשֶׁרוֹצֶה לִנְסֹעַ לְצַדִּיק הָאֱמֶת", בפרט ווען מען וויל פארן צום אמת'ן צדיק. "כִּי יֵשׁ צַדִּיקִים הַרְבֵּה", עס זענען טאקע דא אסאך צדיקים, "אֲבָל יֵשׁ בְּחִינוֹת נְקֻדּוֹת הָאֱמֶת בֵּין הַצַּדִּיקִים שֶׁכְּשֶׁרוֹצִים לְהִתְקָרֵב אֵלָיו, שֶׁבָּזֶה תָּלוּי הַכֹּל", אבער צווישן די צדיקים איז דא דער אמת'ער צדיק וואס די גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין אים, "אֲזַי יֵשׁ לְהָאָדָם מְנִיעוֹת גְּדוֹלוֹת רַבּוֹת מְאֹד, וּמִזֶּה בְּעַצְמוֹ יָבִין הָאָדָם גֹּדֶל מַעֲלַת הַנֶּחֱשָׁק כַּנַּ"ל", דעמאלט איז דא זייער גרויסע מניעות.


דאס אלעס שרייב איך דיר אין גרויס איילעניש, איך בין זייער פארנומען און איך האב נישט קיין צייט; אבער איך האב דיר דאס געשריבן ווייל איך ציטער פון די ווארט 'גט'. איך ווייס אז דאס איז מעשה יצר - ער וויל צעברעכן אידישע שטובער, דערפאר בעט איך דיר, קלאפ דיר ארויס פון קאפ דאס ווארט 'גט'; אז דו וועסט זיך דערהאלטן און האבן סבלנות וועט דיין ווייב דיר לאזן פארן קיין אומאן, און נישט נאר לאזן פארן נאר זי וועט דיר הייסן גיין און זי וועט דיר העלפן אין הפצה.


אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט נישט מדחיק זיין דעם קץ - וועסטו זען שיינע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - מ'דארף זיך זייער שטארקן זיך צו קענען דערהאלטן ביים הייליגן רבי'ן
שידוכים, התחזקות, חסידות ברסלב, התחדשות, תכלית, ישיבה, ראש ישיבה, תפלות אויף אידיש, מניעות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דא שרייבט צו דיר דיין "אלטער" ראש ישיבה.


איך בענק זיך זייער נאך דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר; איך פרעג זיך אלץ נאך ביי אנשי שלומינו צי דו קומסט דאווענען צווישן זיי, צי דו האסט נאך שייכות מיט'ן רבי'ן, אזוי ווי דו האסט געהאט אין דיינע יונגע יארן.


דעם פארגאנגענעם יום טוב פורים האט מיר איינער פון דיינע "נייע" חברים אריין געמורמלט אין אויער אין דיין נאמען אז דו בענקסט זיך צו דער "אלטער" ראש ישיבה, דו זאגסט אז דער ראש ישיבה איז שוין נישט וואס ער איז געווען אמאל. יענער אינגערמאן, דיין "נייע" חבר (וואס לויט ווי איך געדענק האסטו נישט געהאט מיט אים און מיט די אנדערע "נייע" חברים קיין שייכות אין ישיבה) – האט מיר נישט אפגעלאזט, א לאנגע צייט האט ער מיר געשריגן אין אויער אז דיין הארץ איז צעריסן, דיין הארץ איז צעפליקט, דו ווייסט נישט וואס איז געשען מיט'ן ראש ישיבה, ער איז שוין נישט דער "אלטער" ראש ישיבה.


טייערער ליבער הארציגער ברודער ... נרו יאיר, עס קען זיין אז דו דרייסט זיך נישט אזוי סאך אין ישיבה, דערפאר מיינסטו אז דער "אלטער" ראש ישיבה איז שוין נישט דא, וויל איך דיר מודיע זיין אז דער ראש ישיבה זיצט אין ישיבה פון שנת תשס"ט עד היום הזה, און וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף זיין גאנץ לעבן טון וואס מוהרא"ש האט אים געהייסן טון, מחזק זיין בחורים און אינגעלייט מיט אמונה פשוטה.


טייערער ברודער, איך וועל דיר זאגן צו וואס איך בענק זיך; איך בענק זיך צו מיין טייערער "אלטער" תלמיד ... וואס האט זיך "יא" געטוישט (איך האף אז דאס איז נאר א צייטווייליגע זאך), איך בענק זיך צו מיין תלמיד וואס האט געברענט צום אייבערשטן, צו מיין תלמיד וואס האט געהאט שמירת עיניים, צו מיין תלמיד וואס האט נישט געהאט קיין שמוץ טעלעפאן ה' ישמרינו, איך בענק זיך צו מיין תלמיד וואס האט זיך מוסר נפש געווען יעדן טאג צו גיין אין מקוה און דאווענען מיט מנין, איך בענק זיך צו די תמימות, די אמונה, די זויבערקייט וכו', וכו'.


טייערער ..., פארוואס זאלסטו פארשווארצט ווערן זיבעציג יאר בזה העולם מיט נארישקייטן? וואס בלייבט דען פונעם מענטש? געב א קוק וואס גייט פאר יעצט אויף דער וועלט, ווער האט געקענט פאראויס טראכטן וואס וועט פאסירן? מען זעט אפן אז דער גאנצער מענטש מיט די גאנצע געלט איז איין גרויסער דמיון, נאר דאס אידישקייט בלייבט, נאר דאס נעמט מען מיט.


איך וויל דיר מחזק זיין אזוי ווי אמאל אין די "אלטע" גוטע צייטן ווען דער ראש ישיבה איז נאך געווען דער "אלטער" ראש ישיבה. הייב זיך אויף, באניי זיך, הויב אן גיין אויף די וועג פון רבי'ן, די וועג פון "התבודדות", וואס דאס איז די "אלטע" וועג; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "איך פיר אייך אויף א 'נייעם' וועג וואס איז אן 'אלטע' וועג פון אברהם, יצחק און יעקב וואס האבן געלעבט מיט די וועג פון התבודדות".


גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, זאלסט פארמאכן דיין טעלעפאן, זאלסט זיין אינגאנצן אליין און אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, זאג אים: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט פאר'תכל'עווען מיינע יארן מיט נארישקייטן, העלף מיר איך זאל האבן דעם געפיל צו רבי'ן, איך זאל האבן דעם געפיל צו צדיקים אזוי ווי אין אנהויב פון מיין התקרבות. רבונו של עולם, איך וויין צו דיר, איך פרעג זיך אליין: וואס גייט פאר? וואס איז געשען מיט מיר? אמאל פלעג איך ליב האבן תמימות'דיגע חברים, איך פלעג זיין א תמים, איך האב געאטעמט דעם רבי'ן, געאטעמט יראת שמים, פארוואס היינט האב איך נישט דעם געפיל? פארוואס לאך איך זיך אויס וכו', וכו'?"


פאלג מיר טייערער "אלטער" חבר, פיר זיך מיט דעם וועג וועסטו זיך אויפפרישן, דו וועסט זיין פריש, דו וועסט האבן דעם זיסן טעם אין לעבן וואס דו האסט געשפירט אמאל.


יעצט בשעת איך שרייב דיר כאפ איך זיך אז דו ביסט גערעכט, איך האב זיך יא געטוישט, איך בין נישט דער "אלטער" ראש ישיבה, איך דערמאן זיך ווי אמאל, יארן צוריק, פלעג איך זיך אנדערש פירן מיט תלמידים, ווען א תלמיד האט זיך געפירט נישט ווי עס דארף צו זיין פלעגט אים דער ראש ישיבה זאגן וואס ער האט אים געהאט צו זאגן, דער ראש ישיבה פלעגט זיין זייער שארף, אן קיין פשרות; אבער לעצטנס, די לעצטערע יארן האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מער שמייכלען און נישט זאגן וואס עס ליגט אויפ'ן הארץ.


איז יעצט אז איך הער פון דיינע "נייע" חברים אז דיין הארץ איז צעריסן, דו בענקסט זיך צו די אמאליגע צייטן, צו די "אלטע" צייטן; וועל איך דיר צוליב טון, איך וועל דיר זאגן וואס ליגט מיר דיר צו זאגן און אויפהערן שמייכלען און שווייגן.


געדענקסט ווען משניות איז געווען א טייל פון דיין קערפער? א טייל פון דיין נשמה? פארוואס זאלסטו דאס אראפלייגן און אפלאזן דיין נשמה?! געדענקסט ווען דו האסט זיך מוסר נפש געווען צו קומען רעדן מיט אנשי שלומינו? פארוואס זאלסטו זיך נישט דרייען מיט חברים וואס לעבן מיט'ן רבי'ן און מיט די עצות פון רבי'ן?!


דיין "נייער" חבר זאגט מיר אז איר טוט זיך צאמקומען, איך האב אים געזאגט אז איך האב הנאה וכו', אבער דיר זאג איך אז ווען מען קוקט אויף די חבורה קלעבט איינער מיט'ן צווייטן ווי עס קלעבן באנדלעך צום וואנט; הלוואי זאלסטו מאכן חבורות, זיך מחזק זיין מיט דיינע "אלטע" חברים און רופן דיין "אלטער" ראש ישיבה, וועסטו הערן פון אים די זעלבע דיבורים וואס דו האסט געהערט פאר יארן צוריק.


געדענקסט אוודאי ווער עס האט מקרב געווען דעם הייליגן רבי נתן צום הייליגן רבי'ן, עס איז געווען א וואוילער איד א גרויסער סוחר – ר' ליפא וועלכער האט געוואוינט אין נעמירוב, רבי נתן מיט זיין חבר רבי נפתלי האבן געזען ווי שיין ער דאווענט, מיט אזא זיסקייט, אזוי ווי איינער רעדט צו א חבר און בעט זיך ביי אים ער זאל אים העלפן. זיי זענען געוואויר געווארן אז ער איז א תלמיד פון רבי'ן זענען זיי געקומען און מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. יארן שפעטער איז ר' ליפא נתרחק געווארן און אפגעלאזט דעם רבי'ן. איינמאל האט רבי נתן באגעגנט דעם ר' ליפא און אים געפרעגט: "ליפא! עמנו הייתם! ביסט דאך געווען צוזאמען מיט מיר ביים רבי'ן, וואו ביסטו היינט?!" האט אים ר' ליפא געזאגט אז דער רבי האט אים פארשעמט.


וואס איז געווען די מעשה? ר' ליפא איז געווען אונטערוועגנס צו א יריד, אויפ'ן וועג האט ער געטראכט אז ער גייט זיך אפשטעלן און זיין אויף שבת ביים רבי'ן, מוצאי שבת ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה ווייל ער האט שוין געוואלט פארן צום יריד פארדינען געלט. דער רבי האט דאך אלעס געוואוסט ברוח הקודש, ער האט געשפירט אז ר' ליפא'ס קאפ איז נישט דא, עס איז ערגעץ ווייט אוועק, ביים מאכן געלט, האט אים דער רבי געזאגט הויך: "געלט איז אזא שטארקע אויגן פארבלענדעניש, עס לאכט און שמייכלט צום מענטש אין די יונגע יארן און ביים סוף הרג'עט עס דעם מענטש"; ר' ליפא האט זיך זייער פארשעמט, ער איז אוועק געגאנגען און מער נישט צוריק געקומען. אויף אים האט דער רבי געזאגט די שיחה (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי", איך וואונדער זיך, "אֵיךְ מַשְׁלִיכִים", ווי אזוי קען א מענטש איבערלאזן, "חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", אזא טייערע באליבטע חבורה וכו', וכו'.


טייערער ברודער, טייערער תלמיד, טייערער חבר, דו ווייסט ווי שטארק דער סמ"ך מ"ם ימח שמו האט פיינט דעם רבי'ן? ער שטייט און לאקערט טאג און נאכט אויף יעדן איינעם פון אונז, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו.): "אִינְהוּ נְפִישִׁי מִינָן", זיי [די קליפות] זענען מער פון אונז, "וְקָיְימִי עֲלַן", און זיי שטייען אויף אונז "כִּי כִּסְלָא לְאוּגְיָא", אזוי ווי זאמד ארום א גרוב; אזוי שטייט דער סמ"ך מ"ם און לאקערט אויף יעדן פון אונז אים צו מרחק זיין פון רבי'ן, ער באווייזט זיך צו יעדן איינעם אויף אן אנדערע וועג. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך ווייס שוין אלע וועגן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן יצר הרע קומט ער צו מיר מיט א נייע וועג וואס איך האב נישט געקענט אויסטראכטן פון פאראויס".


דער יצר הרע האט מורא ווען מען לעבט מיט א צדיק, ווייל דער וואס לעבט מיט א צדיק לעבט; לעבן מיינט אז מען לעבט א לעבעדיגע לעבן, מען האט ליב די תורה, מען פריידט זיך צו גיין דאווענען, מען פריידט זיך פאר שבת, מען פריידט זיך פאר יום טוב וכו', וכו'; מען פארברענגט נישט די יארן מיט נארישקייטן, מען געבט נישט אוועק די טייערע צייט אויף צו קוקן אין טעלעפאן וכו', וכו'; דעריבער זוכט דער יצר הרע אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן, יעדן איינעם מיט א צווייטע וועג.


בעט איך דיר טייערער תלמיד, חזר זיך וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "לִפְעָמִים בָּא לָאָדָם הִרְהוּר תְּשׁוּבָה, וְנַעֲשֶׂה בְּאוֹתוֹ שָׁעָה אִישׁ כָּשֵׁר", אמאל כאפט זיך אריין א גוטע געדאנק, א גוטע מחשבה אין א מענטש; דער מענטש וויל זיין גוט, ער וויל זיין ערליך, "וְאַחַר כָּךְ רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת עֻבְדָּא בַּאֲשֶׁר שֶׁנִּתְעוֹרֵר לִבּוֹ לִתְשׁוּבָה בְּכֵן רוֹצֶה לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק", ער איז מחליט אז ער פארט צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ", נאכדעם ווען ער פארט שוין צום צדיק, "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע, וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה", איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער מאכט אז דער מענטש זאל פארלירן דעם חשק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק", נאכדעם ווען דער מענטש איז שוין ביים צדיק, "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר", איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים נאכמער, "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", און ער פארלירט דעם גאנצן חשק.


דאס איז וואס מען זעט כסדר און דאס איז מיין נסיון, ווייל דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו האבן די ישיבה שוין צוועלף יאר, פון שנת תשס"ט; עס קומען אריין בחורים, מען צינדט זיי אן, זיי הייבן אן ברענען און פלאקערן צום אייבערשטן, צום צדיק און צו די תורה, זיי שלאגן זיך מיט אלע מניעות וכו', וכו'; ביז שפעטער ווען מען איז זוכה אז מען קומט שוין צום צדיק, ווען דער רבי עפנט די טיר, דאס איז ווען מען האט חתונה, ווייל פאר די חתונה לאזט נישט דער רבי קומען; ביים רבי'ן האבן בחורים נישט געהאט קיין מקום, דער רבי פלעגט זאגן פאר בחורים: "דו וועסט צוריק קומען מיט א טלית".


קומט אויס אז ווען א בחור וועט מקורב, ער וויל, ער בענקט און גלוסט צו זיין אן ערליכער איד און עס גייט אים נישט, דער יצר הרע מוטשעט אים מיט שווערע נסיונות; ער פאלט אריין אין ביטערע שווערע עבירות, אין פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דעמאלט האט ער דעם חשק. אבער שפעטער ווען ער האט חתונה, פלוצלינג: "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר", שטארקט זיך דער יצר הרע און עס פאסירט דאס ערגסטע זאך וואס קען פאסירן פאר'ן מענטש - "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", ער פארלירט דעם גאנצן חשק.


דאס איז וואס מען זעט און מען האט געזען אלע יארן אין היכל הקודש; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג זאגן, א בחור האט א געפיל צום רבי'ן ווייל ער דארף חיזוק, שפעטער ווען מען האט חתונה הייבט זיך אן אלעס פון פריש, מען דארף נאכאמאל מקורב ווערן, מען דארף פון פריש וועלן זיין ערליך.


מיין נסיון איז אז מען שטייט און מען איז מחזק בחורים, מען געבט אוועק די לעבן, די ווייב, די קינדער און די געזונט, אלעס, אלעס פאר אנדערע, און שפעטער ווארט מען צו זען פירות, אבער עס פאסירט וואס דער רבי זאגט: "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", מען פארלירט די חשק, מען קילט זיך אפ וכו'; און אין די זעלבע צייט קומען פרישע בחורים, זיי בעטן חיזוק, זיי ווילן אוועק נעמען די צייט, די ווייב און די קינדער, און עס קומט אריין מחשבות: 'לאז אפ', 'פארמאך די טיר', 'א שאד די צייט'; דעמאלט דארף איך זיך שטארקן און נישט צוהערן די מחשבות, נאר פון פריש נעמען פרישע תלמידים און אנהייבן פונדאסניי.


דאס איז נאך א קליינע נסיון; נאכדעם איז דא א שטערקערע נסיון, עס איז זייער שווער צו טראכטן וואס צו טון דערצו. דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו מאכן שידוכים; דו נעמסט א טייערע וואוילע אומשולדיגע מיידל וואס וויל א ברסלב'ער בחור, זי וויל לעבן די שיינע זיסע לעבן אזוי ווי דער הייליגער "תם" האט געלעבט, און איך בין זיך מוסר נפש צו מאכן שידוכים; איך צוקריג זיך מיט אלעמען אבי צו מאכן א שידוך, און עס גייט אריבער א שטיק צייט און די ווייב הייבט אויף שטילערהייט א טעלעפאן און וויינט: "ראש ישיבה, מיין מאן איז נישט דער 'אלטער' מאן מיט וועם איך האב חתונה געהאט, ער האט זיך געטראפן 'נייע' חברים וואס שלעפן אים אין נישט גוטע פלעצער, ראש ישיבה – וויינט זי – צוליב דעם האב איך זיך געדארפט מוטשען צו באקומען א ברסלב'ער בחור וכו', וכו'?!" פון דעם ווערט מיר דאס הארץ זייער צעריסן און איך שטיי פאר א גרויסע נסיון ווען עס קומט נאך א מיידל און בעט: "ראש ישיבה, איך וויל די שיינע לעבן וואס איך הער ביי די שיעורים, איך וויל לעבן די זיסע לעבן פונעם תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט' - מחכם ותם) וואס האט געשפירט אלע טעמים אין זיין ברויט און אלע טעמים און זיין וואסער וכו', וכו'", עס קומט אריין אין מחשבה: 'פארוואס זאל איך מאכן שידוכים ווען שטילערהייט וויינען פרויען, נאכדעם וואס זייערע מענער זענען אנגעקומען צו דאס וואס דער רבי זאגט: "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", די חשק, די גלוסטונג, די ווילן – האט זיך אויסגעלאשן?' וואס טו איך? איך גיי שטילערהייט צום אייבערשטן און וויין צו אים, איך וויין פאר אלע תלמידים, פאר אלע שידוכים און פאר אלע מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, איך בין מחזק שטילערהייט די ווייבער (פארוואס שטילערהייט? ווייל זיי האבן מורא וכו') אז זיי זאלן דאווענען און האבן סבלנות, זיי זאלן ווארטן און ווארטן און ווארטן און ווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן.


איך האב נאכנישט אנגעהויבן שרייבן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, איך שרייב דיר אביסל זאלסט וויסן וואס גייט אריבער אויף מיר; מיט דעם אלעם בין איך פרייליך, רוב טאג בין איך זייער פרייליך חוץ ווען איך גיי אביסל התבודדות דעמאלט וויין איך צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל גיין אויפ'ן אמת'ן וועג, העלף מיר איך זאל זיך נישט נארן, דער רבי זאגט ((שיחות הר"ן, סימן נא): 'די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן'; אפשר בין איך דער נאר פון וועם דער רבי רעדט? אפשר נאר איך זיך? רבונו של עולם איך וויל נאר דיר; איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר זען דיר, איך וויל נאר הערן דיר, העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן קיין איין רגע פון דיר; אפילו אלע רעדן פון דעם און פון יענעם זאל איך געדענקען אז דו ביסט מחי' ומהוה די גאנצע בריאה".


ליבער ברודער, עס בענקט צו דיר דיין "אלטער" ראש ישיבה וואס וויל טרעפן דעם "אלטן" תלמיד ... וואס פלעגט בלעטערן דעם משניות און גמרא; די משניות און גמרא האט געלעבט, עס איז געווען מיט א נשמה, מיט א הארץ. מאך אויך התבודדות, גיי אין א ווינקעלע און רעד צום אייבערשטן, וויין צו אים; אז דו קענסט נישט וויינען, דער הארץ איז דיר פארשטאפט פון הערן אזויפיל נארישקייטן, פון אויסהערן גוים טמאים – זייערע דיעות און עצות, צי אין ביזנעס צי סתם זאכן, זאלסטו רעדן קאלטע טרוקענע ווערטער ביז דער קוואל וועט זיך עפענען; עס וועט נישט גיין אין איין טאג און נישט אין איין וואך, דו וועסט דארפן גראבן און גראבן אזוי ווי מען גראבט א קוואל, מען גראבט און גראבט, אסאך מאל דארף מען גראבן גאר טיף ביז מען טרעפט וואסער; אזוי איז מיט רעדן צום אייבערשטן, א מענטש ווארט צו גיסן טרערן, אבער אסאך מאל שפירט מען פארלאשן און פארקלאפט, איז די עצה צו גראבן און גראבן, רעדן טריקענע ווערטער.


זאג: "רבונו של עולם, עס איז מיר פינסטער, איך בין פארלאשן, האב רחמנות אויף מיר", וועסטו מיט די צייט זוכה זיין צו קענען רעדן און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן.


איך האף אז נאכן ליינען דעם בריוו וועסטו זיך טרעפן מיט דיין "אלטער" ראש ישיבה, דו וועסט אנהייבן בענקען צו די תמימות'דיגע יארן. דו געדענקסט אוודאי דיין ראש ישיבה אז ער האט ליב תמימות, איך האב נישט ליב קיין לצנות, עד כדי כך אז ווען איך הער פון איינעם לצנות הייב איך זיך אן עקלען פון אים, איך עקל זיך פון לצנות, פון חוזק מאכן פון תמימים. דערפאר האב איך דיר אזוי ליב געהאט אלע יארן, ווייל איך האב ליב געהאט דיין תמימות. איך האף אז דו האסט דאס נאך אין דיר, עס איז נאך זיכער אין דיר, קען זיין אז עס איז פארדעקט געווארן מיט אסאך זאמד; מיט קוקן און הערן גוים טמאים, ערלים, פארשטאפטע הערצער – רעדן, זיך ווערטלען און זאגן עצות, מיט דעם אלעם גלייב איך אז מען קען טרעפן אונטער די זאמד דעם מים חיים, דער נחל נובע מקור חכמה.


איך דארף שוין לויפן צו מיינע בחורים, זיי ווייסן נישט פון "אלטע" ראש ישיבה – "נייער" ראש ישיבה, זיי דארפן חיזוק.


איך האף דיר נאך צו שרייבן מער באריכות.


דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר און בענקט צו דיר.

#3 - דו ביסט זייער נאנט צו מיין הארץ
ספיקות, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער הארציגער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך זיץ דא אין קאנטרי – מחנה היכל הקודש מאנטיסעלאו, און דו ביסט אין שטאט. איך זע דיר נישט אבער עס גייט נישט אריבער א טאג און אפילו אפאר מאל א טאג וואס איך זאל נישט טראכטן פון דיר, דו קומסט מיר אריין אין מחשבה זייער אסאך.


איך בעט פאר דיר און פאר דיינע קינדער, ווייל פון אלע יונגעלייט תלמידים און פרישע מקורבים ביסטו נאך די מערסטע געטריי פאר'ן מוסד.


איך ווייס אז דו שפירסט זיך כאילו נישט נאנט צו מיר וכו', זאלסטו וויסן אז איך האב דיר זייער ליב און איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר מיר פריוואט און פאר'ן מוסד.


איך בעט דיר זייער זאלסט אריין קוקן און ספר פעולת הצדיק, אות קמג – וואו עס ווערט געברענגט וואס איז אריבער אויף ר' יודל וכו'; לערן דאס יעדן טאג וועסטו זיין שטארק מיט'ן רבי'ן, עס וועט ווערן פון שֶׁקֶר - א שטארקע קֶשֶׁר.


דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיר.