בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיין אנגעטון ערליך און חסידיש
התבודדות, לבוש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בארא פארק


איך האף אז דו האסט אנגענומען וואס איך האב דיר געזאגט, נישט צו גיין מיט קאלירטע שיך, אפילו נאר האלב קאלירט און אפילו נאר א פערטל וכו', חסידי'שע אידן גייען נישט מיט קאלירטע שיך, נאר שווארץ; אלס בחור ווען דו האסט געלערנט אין ישיבה האסט זיך געהאלטן שטארק צו גיין אנגעטון חסידי'ש, זאלסטו יעצט נאך די חתונה אויך זיין שטארק צו גיין אנגעטון ערליך און חסידי'ש.


מאך זיך א קביעות יעדן טאג צו גיין אין א שטילע פלאץ פאר אפאר מינוט און זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, רעד צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט פאר דיינע קינדער; בעט אויף דיין שפראך, אויף אידיש. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כה), די מדריגה איז פאר יעדן איינעם, מקטן ועד גדול, און דאס איז 'עליונה מן הכל', העכער אלע עבודות; וואויל איז דעם מענטש וואס טוט די עצה פון התבודדות, וועט אים זיין גוט בזה ובבא.