בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיין אין די וועגן פון צדיקים, פארשפרייטן אמונה אויף די וועלט
הפצה, קברי צדיקים, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


מיר פארן יעצט צו די הייליגע צדיקים, תלמידי המגיד ותלמידי תלמידי המגיד, צדיקים קדושים וואס האבן זיך זייער גאנץ לעבן מוסר נפש געווען צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


מיר דארפן נאכגיין זייערע וועגן און נישט רוען ביז מיר וועלן פארשפרייטן די אמונה, די עצות פון רבי'ן - פאר די גאנצע וועלט.


איך פריי זיך אז דו קומסט מיט.