בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיין אין קאנטרי נאר מיט ערליכע משפחות
יראת שמים, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע גיין אין קאנטרי, פון איין זייט איז דיר שווער צו בלייבן אין שטאט ביי די ארבעט אן דיין ווייב וכו', און פון די אנדערע זייט קוקן דיינע קינדער אזוי שטארק ארויס אויף דעם, דו ווילסט וויסן וואס איז ריכטיג.


איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז עס איז טאקע שווער, אבער מען דארף דאס טון פאר די קינדער, עלטערן לעבן פאר די קינדער און טוען אלעס אז די קינדער זאלן וואקסן ערליך און געזונט, איז זיכער כדאי זאלסט גיין אין קאנטרי, אפילו דו וועסט דארפן זיין אין שטאט.


געב נאר אכטונג וואו דו גייסט, אין וועלכע קאנטרי; גיי נישט אין א מושב לצים, גיי נאר וואו עס זענען דא ערליכע משפחות. איך האב געזען משפחות, טייערע אינגעלייט, וואס די משפחה איז געגאנגען אינגאנצן לינקס פון גיין אין קאנטרי מיט לצים השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.