בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#45 - איידל און צניעות'דיג, אפילו ווען מ'איז אליין
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, יראת שמים, שלחן ערוך, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב צער פון וואס איר שרייבט אינעם בריוו, אז איר טוט זיך אויס ווען איר זענט אליין אין אייער שלאף שטוב און איר גייט צום שפיגל וכו'; א אידישע טאכטער טאר זיך נישט אזוי אויפפירן, מען דארף זיין אנגעטון אפילו מען איז אליין אין שטוב, מען דארף מורא האבן פונעם אייבערשטן; די ערשטע סימן אין שלחן ערוך הייבט זיך אן מיט די הלכה, אז אפילו מען איז אליין אין א הויז - דארף מען זיך פירן אזוי ווי מען וואלט געווען מיט מענטשן, מען דארף טראכטן: 'ווי אזוי וואלט איך זיך געפירט ווען איך בין אין מיין צימער מיט א קעניג? איך וואלט זיך זיכער אויפגעפירט איידל, און אזוי דארף איך זיך פירן אפילו ווען איך בין איינער אליין, ווייל דער אייבערשטער איז דא'.


איר ווילט אן ערליכע שידוך, און איר ווילט ערליכע קינדער, איר ווילט זיך נישט דארפן מוטשען אין לעבן מיט קינדער וואס זענען נישט ערליך, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק א, סימן ט): "נאר אז מען איז איידל האט מען ערליכע קינדער"; און דאס הייבט זיך שוין אן אלס מיידל, און אפילו מען איז אליין אין שטוב דארף מען וויסן אז מען איז נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר.


אז איר וועט זיך אכטונג געבן פון היינט און ווייטער צו זיין איידל אפילו ווען איר זענט אליין, און איר וועט חרטה האבן אויף וואס איז געווען ביז אהער - קענט איר נאך אלעס פאררעכטן און נאכאלץ זוכה זיין צו אן ערליכע שידוך מיט ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - שיינע גרוס פון די קינדער און אייניקלעך
צניעות, דרך ארץ, מוהרא"ש, נחת, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב פאר אייך א שיינע גרוס פון אייערע קינדער און אייניקלעך, איך בין געווען זומער און גאנץ חודש תשרי אין קרית ברסלב ליבערטי, איך האב געזען אלע אייערע קינדער, זין און איידעמער, ווי שיין זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און יראת שמים, איך האב דאס זייער באוואונדערט, צו זען אזעלכע טייערע וואוילע חסידי'שע אינגעלייט, אויך די שטוב פירן זיי בצניעות, בקדושה ובטהרה, אלע שנירן און טעכטער פירן זיך ערליך, אלע שערן זיך די האר, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אלע גייען אנגעטון איידל.


בלייבט איבער נאר צו ווינטשן, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער זען ערליכע אידישע נחת ביי זיי, און אויך ביי די אנדערע קינדער וואס זענען נאכנישט מקורב, אלע זאלן אויפשטעלן ערליכע הייליגע דורות פארן אייבערשטן, אמן.

#43 - שפילערס און זינגערס מיט בארד און פיאות
יראת שמים, שמחת תורה, מוזיק, התבודדות, חומש רשי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיך פארן העלפן אהערשטעלן די שיינע מוזיק גאנץ יום סוכות ביי אלע אושפיזין און ביי די הכנסת ספר תורה; איך האב אזוי הנאה אז די שפילערס און זינגערס ביי אונז אין די קהילה זענען חשוב'ע אינגעלייט, מלמדים און כולל אינגעלייט, אלע זינגען און שפילן מיט בארד און פיאות, מיט חסידי'שע קליידער. ווייל קינדער און בחורים האבן ליב צו קוקן ביי די קאפעליע און מוזיק, זיי שטייען ביי די מוזיק שעות אויף שעות און קוקן זיך צו, און אנשטאט זען געשוירענע בערד און לצים וואס גייען אנגעטון מיט א שטריימל וכו', זאלן זיי זען ערליכע אינגעלייט מיט בארד און פיאות.


איך האב אויך הנאה געהאט דיך צו זען לערנען שמחת תורה מיט א חברותא חומש רש"י, דאס איז גאר א שיינע זאך, הלוואי זאלסטו דאס אנהאלטן א גאנץ יאר, לערנען יעדע וואך חומש רש"י פון די פרשת השבוע, גוט קענען די חומש מיט רש"י, ווייל חומש רש"י ברענגט יראת שמים אויפן מענטש און א נאנטקייט צום אייבערשטן.


גיי אין שול צופיס, לאז דיין קאר אין שטוב, גיי א שפאציר מיט התבודדות, אזוי וועט דאס זיין באופן קבוע, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, מען זאל האבן א קביעות, א באשטימטע צייט זיך צו מתבודד זיין יעדן טאג, זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים דערציילן יעדע זאך און בעטן ער זאל רחמנות האבן און אים מקרב זיין צום אים.

#42 - משניות נעמט אראפ אלע איינגעגעסענע שמוץ פון די נשמה
משניות, אומאן, מוהרא"ש, יראת שמים, פרייליך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב אזוי הנאה געהאט דיך צו זען אין אומאן, איך האב זיך אזוי געבענקט צו דיר, איך האב געזען אויף דיר אז דו ביסט פרייליך; איז דאס א באווייז אז דו ביסט מיט יראת שמים.


איך פריי זיך אז דו האסט מיר קלאר געמאכט ביים רעדן פריוואט וכו' וכו'; איך בין געווארן רואיג.


שטארק זיך בלימוד התורה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, מוהרא"ש זאגט אז משניות איז סטי"ל ווא"ל פאר די נשמה, און אזוי ווי סטי"ל ווא"ל נעמט אראפ די איינגעגעסענע שמוץ פון כלים, אזוי אויך נעמט משניות אראפ אלע איינגעגעסענע שמוץ פון די נשמה.


שרייב מיר יעדע וואך א בריוו, איך וויל האבן קשר מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#41 - די ווייסע קאפל פון הרב הקדוש מריבניץ זי"ע
אמונה, הפצה, צדיקים, יראת שמים, ריבניץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, לעיקוואד


א יישר כח פארן מיר ברענגען אויף יום הקדוש די ווייסע קאפל פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו.


אנטון די בגדים פון צדיקים איז זייער חשוב, אבער דער עיקר דארפן מיר טון וואס די צדיקים האבן געטון, די צדיקים האבן זייער לעבן אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן.


דער הייליגער צדיק פון ריבניץ זכותו יגן עלינו האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן אונטער די קאמעניסטן ימח שמם, אז אידן זאלן האבן מקוואות, אידן זאלן האבן כשר'ע פלייש, און בעיקר מל'ען אידן, און היינט ווען מיר זענען אין גלות אמעריקע, ווען מען לאזט האלטן אידישקייט אפן אבער בצנעה לאזט מען נישט זיין א איד, בצנעה האט מען ביטערע שווערע נסיונות בקדושה, דארפן מיר טון וואס די צדיקים האבן געטון, מיר דארפן מגלה זיין ומפרסם זיין דעם נחל נובע מקור חכמה, די זיסע וואסער, די עצות פון רבי'ן וואס איז מחי' נשמות ישראל, אריינבלאזן א חיות לנשמה זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן.


נעם זיך אונטער לכבוד די נייע יאר צו גיין אין דיין שטאט לעיקוואד הפצה, און ביי די גלילות וואס זענען פול מיט משפחות וואס דארפן אסאך אסאך חיזוק, משפחות וואס אנטלויפן פון לחץ זה הדחק... זיי דארפן אסאך חיזוק צו בלייבן מיט יראת שמים און מיט אמונה אינעם אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס איז עוסק זיין גאנץ לעבן צו פארשפרייטן די אמונה איז אידן זאלן קענען זיין אידן אויך בצנעה.

#40 - אן א מורה דרך, בלאנזשעט מען
היכל הקודש, מורה דרך, יראת שמים, ליצנות, אומאן ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו, ו' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


א גאנץ יום טוב האב איך געטראכט וואו דו ביסט נעלם געווארן, איך האב געוואוסט אז דו ביסט אין אומאן, ווייל ערב יום טוב האב איך דיך געזען; ביז איך האב דיך געטראפן ביים אהיים פארן און דו זאגסט מיר אז דו ביסט געווען מיט משפחה וכו', האט מיר עס געגעבן א ציפ אין הארץ.


א שאד אז גאנץ יום טוב ראש השנה ביסטו נישט געווען מיט אונזער חבורה, תלמידי היכל הקודש, קודש הקדשים; וואלסט זיכער באקומען אזויפיל חיזוק אויף זיין גוט, און אויף וועלן זיין גוט, און אויף וועלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; יראת שמים האסטו זיכער נישט באקומען דארט ביי דיינע קרובים, א שאד אז ראש השנה זאל אריבערגיין מיט ליצנות און דברים בטלים. איך וויל דיר זאגן אז עס האט מיר ממש וויי געטון, דיין טאטע און דיין שווער ביידע זענען געווען ביי אונז, און זיי ווילן נאר זען ביי דיר נחת, א שאד א שאד.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל, דו זאלסט נישט מאכן נארישע זאכן אין לעבן, און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט טרעפן א גוטער איד וואס זאל דיך באגלייטן און ווייזן די וועג, און דו זאלסט אים פרעגן יעדע זאך, ווייל מען מוז האבן אין לעבן א מורה דרך, אן א מורה דרך בלאנזשעט מען, אן א מורה דרך איז נישט שייך צו וויסן וואס איז ריכטיג און וואס נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#39 - זיך אומקוקן אויף די בחורים אין אומאן
אומאן, ישיבה, יראת שמים, בחורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש וויליאמסבורג


איך וויל דיר בעטן אז אין אומאן זאלסטו זיך אומקוקן אויף די בחורים זיי זאלן אלע האבן יראת שמים, דריי זיך מיט זיי און זע זיי זאלן אויסניצן די צייט אדער זיין ביים ציון אדער זיין אין אונזער בנין, אויך ביים דאווענען ווען איך דאוווען ביים עמוד איך בין דער חזן - זאלסטו ארויסגיין אינדרויסן זען וואס גייט פאר, און אז דו זעסט בחורים זאלסטו זיי אריינרופן, ווייל ווען איך שטיי ביים עמוד, איך בין בעל תפילה און איך זע אז די בחורים פעלן, זיי זענען אינדרויסן - האב איך נישט קיין מנוחה, איך קען אבער נישט ארויסגיין ווייל איך בין בעל תפילה, בעט איך דיר דו זאלסט מיר העלפן, אויך מיט די אנדערע מגידי שיעורים.


איך וויל דו זאלסט אכטונג געבן אין ישיבה אז די בחורים זאלן קומען מיט א הוט און רעקל און אהיים גיין מיט הוט און רעקל, לעצטנס זע איך אז בחורים האלטן די הוט און רעקל אין ישיבה, און גייען און קומען אן די הוט און רעקל, איך וויל נישט עס זאל אזוי זיין, איך וויל דו זאלסט זיך דאס אויסנעמען מיט אלע תלמידים, און אלע זאלן קומען און גיין מיט הוט און רעקל.


אויך וויל איך נישט זען אין ישיבה סניקערס; איך וויל אז אלע בחורים זאלן גיין מיט די שיך וואס מען גייט אין די חסידי'שע ישיבות.


אויך זאלסטו דאס רעדן צו די מגידי שיעורים אין שטעטל און מיט משה שמואל אין ירושלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#38 - העלפן מיט די קינדער אין אומאן
קינדער, חינוך הילדים, אומאן, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון העלפן זיין מיט די קינדער אין אומאן, ביים דאווענען און ביים לערנען, און ווען מען מאכט חדר.


טרייב אוועק די מחשבות און די בלבולים אויב עס איז ריכטיג צו לייגן די כוחות ביי די קינדער, און ווען מען גייט צום ציון האט מען נישט די כוחות, מען קומט ווי אן אויסגעקוועטשטע שמאטע, איז אפשר אפלאזן דאס זיין מיט די קינדער וכו'; ליבער ברודער, טרייב זיי אוועק, דאס זענען נישט גוטע מחשבות, וואס וואלסטו געטון ווען מוהרא"ש - וואס איז געווען אונזער מלמד - וואלט געטראכט אויב עס לוינט אוועק צו געבן צייט אין אומאן פאר דרשות און פאר פדיון נפש וכו' וכו', אז אין די צייט וואלט ער געקענט מער זיין ביים ציון; ווי וואלטן מיר געווען? וואס וואלט פון אונז געווען? טרייב זיי אוועק, די בלבולים איז נישט פון די קדושה.


שטארק זיך און קום אויף מיט נאך גוטע געדאנקען מיט וואס מען קען מאכן די קינדער זאלן דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים, און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן א זיסע יאר מיט אלע ישועות.

#37 - וויפיל כוחות און פלאג עס ליגט אין חדר היכל הקודש
חינוך הילדים, אמונה, הכרת הטוב, אמונת חכמים, חדר, יראת שמים, מוסדות היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מנהל ר' מרדכי אינדיג נרו יאיר


מיר שיקן א קליינע הכרת הטוב פאר אלעס וואס דער מנהל שליט"א טוט פאר אונזערע קינדער, מיר ווייסן אז מיר ווייסן נישט וויפיל כוחות און פלאג עס ליגט אין חדר היכל הקודש, אז אונזערע קינדער זאלן האבן א פלאץ וואו זיך אנצוזאפן מיט תורה ויראת שמים.


מיר זענען זייער זייער דאנקבאר און מיר האפן צום אייבערשטן אז דער מנהל וועט ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט, אז אונזערע קינדער און אייניקלעך זאלן האבן א חדר וואו מען פרעדיגט אמונה, אמונת חכמים און יראת שמים.


א כתיבה וחתימה טובה.


ווינטשט משפחת ...

#36 - אזוי שיין מחנך די בחורים אין ישיבה
חינוך הילדים, הכרת הטוב, ישיבה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מנהל אברהם משה שטראססער נרו יאיר


נעם אן די קליינע טיפ, דאס שיקן מיר ווייל מיר זענען דיר זייער דאנקבאר פארן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער נחמן נתן מיט יצחק דוד, זיי מחנך זיין אין די הייליגע ישיבה מיט יראת שמים און מידות טובות.


מיר זענען זייער צופרידן און מיר וואונטשן דיר א גוט געבענטשט יאר און הצלחה און סייעתא דשמיא מיט די קינדער און תלמידים, אמן.


משפחת ...

#35 - זיך אזוי שיין אפגעגעבן מיט אונזער טייער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' יואל משה פליישמאן נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער מענדל נרו יאיר; אים אויפגעבויט און אים אויסגעלערנט תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און הצלחה אין דיין ארבעט, און נחת ביי דיינע קינדער און תלמידים.


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#34 - יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי שיין מיט אונזער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' שלום שניצלער נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון יוסף נרו יאיר, אים לערנען תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה,


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#33 - אויסגעלערנט עברי מיט מידות טובות ויראת שמים
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' בערל שניצלער נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער וויל מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון יחזקאל נרו יאיר, אים אויסלערנען עברי מיט מידות טובות ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה אין דיין ארבעט, און נחת ביי דיינע קינדער.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#32 - תורה, יראת שמים און מידות טובות מיט אונזער טייער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' יחזקאל סאמעט נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון הערשל נרו יאיר; לערנען מיט אים תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און הצלחה ביי דיינע קינדער און תלמידים.


מיר זענען זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה, ווינטשט משפחת ...

#31 - באקומען חיות פון די תורה, נישט פון אנדערע זאכן
פרנסה, יראת שמים, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר אז דו האסט נישט גענומען די ארבעט ביי וכו', ווייל דו שפירסט אז דו וועסט דארט האבן נסיונות וכו', איך קוק אויף דיר גאר אנדערש היינט, ווייל נאכן נישט האבן קיין פרנסה און נאכן טרעפן א גוטע פרנסה וואלט מען געקענט מאכן דריידלעך, היתרים, דאך האסטו געפרעגט און מחליט געווען צו בלייבן ערליך, אשריך ואשרי חלקיך.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט געווען יעדע נאכט צום שיעור גמרא וואס דער דיין שליט"א לערנט פאר, א איד דארף האבן א שיעור קבוע, אדער אינדערפרי אדער פארנאכטס; אז מען האט א שיעור קבוע איז מען צוגעקלעבט צו די תורה, מען האט חיות פון די תורה, מען דארף נישט זוכן נישט גוטע זאכן צו באקומען א חיות.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן א גוטע פרנסה, א פרנסה וואס וועט דיר נישט אוועק נעמען פון יראת שמים.

#30 - לערן תורה, וועסטו ליב האבן אידישקייט
לימוד התורה, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל


זע צו לערנען שיעורים אין מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה, אזוי וועסטו ליב האבן צו זיין א איד, דו וועסט ליב האבן אידישקייט, דו וועסט ליב האבן די בארד און פאות, וועסט ליב האבן דיין ווייב'ס צניעות, און אזוי ווייטער; ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן א): "עַל יְדֵי הַתּוֹרָה נִתְעַלֶּה הַחֵן וְהַחֲשִׁיבוּת שֶׁל יִשְׂרָאֵל", אז מען לערנט תורה קומט צוריק די חן צו די אידן, דאס איז ביים מענטש אליין, אז מען זעט אז מען האט ליב חס ושלום די וועג פון די פעלקער השם ישמרינו, "וְהַחֵן הוּא אֶצְלָם", די חן איז ביי זיי, מען האט ליב די וועג ווי אזוי די גוים גייען אנגעטון, מען האט ליב אן אפגעשוירענעם בארד, און פריצות רחמנא לצלן, געבט דער רבי אן עצה, צו לערנען תורה.


זאג יעדן טאג משניות און זאג תהלים, און וואש אפ דיין פנים מיט דיינע טרערן מיט תפילות והתבודדות צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער העלף, איך וויל זיין אן ערליכער איד, נאר ליב האבן די תורה און די צדיקים און גיין אין זייערע וועגן".


קום צו די שיעורים דאנערשטאג נאכט און זע אז דיין ווייב זאל גיין צו די פרויען שיעורים, עס איז אזוי וויכטיג, עס איז די יסוד פון אלעס.

#29 - גיין אין קאנטרי נאר מיט ערליכע משפחות
יראת שמים, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע גיין אין קאנטרי, פון איין זייט איז דיר שווער צו בלייבן אין שטאט ביי די ארבעט אן דיין ווייב וכו', און פון די אנדערע זייט קוקן דיינע קינדער אזוי שטארק ארויס אויף דעם, דו ווילסט וויסן וואס איז ריכטיג.


איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז עס איז טאקע שווער, אבער מען דארף דאס טון פאר די קינדער, עלטערן לעבן פאר די קינדער און טוען אלעס אז די קינדער זאלן וואקסן ערליך און געזונט, איז זיכער כדאי זאלסט גיין אין קאנטרי, אפילו דו וועסט דארפן זיין אין שטאט.


געב נאר אכטונג וואו דו גייסט, אין וועלכע קאנטרי; גיי נישט אין א מושב לצים, גיי נאר וואו עס זענען דא ערליכע משפחות. איך האב געזען משפחות, טייערע אינגעלייט, וואס די משפחה איז געגאנגען אינגאנצן לינקס פון גיין אין קאנטרי מיט לצים השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - איך וויל האבן מלמדים יראי שמים
מלמדים, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


דו ביסט א מלמד, האסטו אן אחריות צו קומען אין שול אינדערפרי דאווענען שחרית מיט מנין, און אז דו קומסט נאכמיטאג טאג נאך טאג דאווענען נאך חדר, פרעגן די עלטערן: 'דאס איז דער מלמד פון מיין זון? ווי אזוי זאלן מיר טראכטן אויף די זאך?'


איך וויל זייער דו זאלסט דאווענען אינדערפרי, און אז דו קומסט נישט אן אינדערפרי זאלסטו וואס פריער דאווענען. נעם מיט דיין טלית ותפילין, דאווען אין חדר ביי הפסקה, נישט נאכמיטאג; ווייל נאך חצות קען מען נישט דאווענען, נאך חצות איז א ברכה לבטלה, נאך חצות איז א חילול השם.


איך וויל דיך נישט באליידיגן, אבער איך וויל האבן מלמדים יראי שמים. איך בעט יעצט נאך מער דעם אייבערשטן: "אייבערשטער געב מיר מלמדים יראי שמים, אייבערשטער איך דארף מער נישט קיין מומחים, איך דארף מלמדים וואס האבן יראת שמים, וואס דאווענען און לערנען און האבן מורא פונעם אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - גיי מיט ציצית, עס וועט דיר ברענגען גוטס
יראת שמים, ציצית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


ווען מיר האבן גערעדט וועגן זיך באנייען מיט לייגן תפילין יעדן טאג און דאווענען די דריי תפילות, אז אלעס וועט זיך טוישן צום גוטן, דיין שלום בית וכו'; האסט געפרעגט וואס האט צוטון דיין אנטון ציצית מיט דיין ווייב'ס יראת שמים? וויסן זאלסטו, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין תנחומא כי תצא, א), אויפן פסוק (דברים כב, יב): "'גְּדִלִים תַּעֲשֶׂה לָּךְ' תִּזְכֶּה לְמִצְוַת צִיצִית", אז דו וועסט גיין מיט ציצית, "תִּזְכֶּה לְאִשָּׁה כְּשֵׁרָה", וועסטו זוכה זיין צו אן ערליכע ווייב; זעט מען פון דעם קלאר אז אויב מען גייט מיט ציצית און מען פרייט זיך מיט די ציצית - איז מען זוכה צו שלום בית.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט גיין מיט ציצית. די הייליגע חכמים דערציילן (מנחות מד.): "מעשה באדם אחד שהיה זהיר במצות ציצית", עס איז געווען א מעשה מיט א מענטש וואס האט זייער שטארק געהיטן די מצוה פון ציצית, ער איז פארשלעפט געווארן אין א נסיון פון טון אן עבירה מיט א גוי', ער האט אפגעשמועסט מיט איר א צייט און באצאלט די געלט, ער איז אהין געפארן, און ווען ער איז אנגעקומען האט זי אים אויסגעלייגט זעקס זילבערנע בעטן, און א זיבעטע בעט פון גאלד, און ווען ער איז שוין געווען ביי די זיבעטע בעט, שיער נישט געטון די עבירה רחמנא לצלן - האט אים זיין ציצית געפאטשט אין פנים, ער האט זיך דערשראקן און אראפ פון די בעט, און זיך געזעצט אויף דער ערד. זי איז געווארן זייער דערשראקן, זי האט נאך קיינמאל נישט געהאט איינער זאל אוועק גיין פון איר, זי איז אויך אראפ פון בעט און זיך געזעצט אויף דער ערד, און זי האט אים געזאגט: "איך שווער אז דו גייסט נישט אוועק פון דא איידער דו זאגסט מיר וואס פאר א שלעכטע זאך האסטו געזען אין מיר", האט ער געזאגט: "איך שווער אז איך האב נישט געזען נאך אזא שיינע פרוי ווי דיר, נאר דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די מצוה פון ציצית, און עס שטייט ביי די מצוה 'אני ה' אלוקיכם', עס שטייט צוויי מאל, איין מאל זאגט דער אייבערשטער 'איך בין באגלייבט צו באשטראפן דער וואס טוט עבירות', און א צווייטע מאל זאגט דער אייבערשטער 'איך בין דער וואס וועט געבן שכר פאר די וואס טוען מיינע מצוות'".


ווען זי האט דאס געהערט האט זי אים געזאגט: "איך לאז דיך נישט אפ ביז דו זאגסט מיר וואס איז דיין נאמען, וואס איז די נאמען פון דיין שטאט, דיין רבי'ס נאמען און די נאמען פון דיין ישיבה", ער האט איר געשריבן אויף א צעטל די אלע אינפארמאציע. די גמרא דערציילט, זי האט פארקויפט איר גאנצע פארמעגן און צעטיילט די געלט; א דריטל האט זי געגעבן פאר די רעגירונג, א דריטל האט זי געגעבן פאר ארעמעלייט, און א דריטל האט זי מיט גענומען מיט זיך, זי האט אלעס פארקויפט אויסער די בעט געוואנט וואס זי האט אים דעמאלט אויסגעבעט.


זי איז געקומען צו די ישיבה פון דער הייליגער רבי חייא, און געבעטן: "רבי זיי מיך מגייר, איך וויל ווערן א גיורת", און רבי חייא האט איר מגייר געווען און איר געזאגט: "גיי האב חתונה מיט דעם תלמיד, דאס איז דיין מתן שכר אויף די וועלט, און אויף יענע וועלט ווייס איך נישט ווי גרויס דיין שכר וועט זיין"; פון די גמרא זעט מען אז ציצית איז א שמירה פארן מענטש ער זאל נישט אריינפאלן אין ניאוף, און אויך איז מען זוכה צו א הייליגע שלום בית, זיין חתונה געהאט הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - נישט שמועסן און אויך נישט לערנען, ביים דאווענען
שחיטה, דאווענען, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער באליבטער זון הרב ... נרו יאיר


איך בענק זיך צו דיר און צו דיין משפחה, איך הער ברוך ה' גוטע גריסן פון דיין לערנען און מידות טובות, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט דיין עבודת השם.


נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביים דאווענען מתחילתו ועד סופו, בפרט ביי חזרת הש"ץ, ביי הויכע שמונה עשרה, צו אויסהערן דעם בעל תפילה ווארט ביי ווארט, נישט שמועסן און אויך נישט לערנען. ביסט דאך געווארן א שוחט, א שוחט דארף זיין מיט יראת שמים, און אז דו וועסט שמועסן ביים דאווענען, אדער אפילו לערנען וכו', ווער וויל עסן פון א שוחט אן יראת שמים...?


זאלסטו זיך מקבל זיין נישט צו רעדן מיט קיינעם, יהי' מי שיהי', אפילו חברים, עסקנים, גבאים; דו קוק אריין אין סידור און דאווען. בעט פאר דיר, פאר דיינע קינדער, פאר דיינע דורות, אלע זאלן לעבן מיט אמונה, מיט די תורה, מיט יראת שמים. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער און אייניקלעך.


געב א גרוס אין שטוב, און אויך פאר דיין ... נרו יאיר

#25 - אכטונג געבן וואו מ'נעמט די קינדער
חינוך הילדים, יראת שמים, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


יישר כח פארן נישט נעמען די קינדער פון דיין כיתה צו די הכנסת ספר תורה וכו' וואו עס איז א מיש-מאש.


ליידער איז ביי אסאך קאנטריס הפקר, נישטא קיין רב, קיין דיין - וואס זאל שטיין אויף צניעות, מען זיצט מענער מיט פרויען בתערובות, און מען קומט צו עבירות רחמנא לצלן, מען מאכט עס אויסזען כלומר'יש אז עס איז א סעודת מצוה, א סיום הכנסת ספר תורה; דאנק איך דיר אז דו האסט נישט גענומען אונזערע קינדער, דו געבטס אכטונג אויף אונזערע קינדער'ס יראת שמים.


שכרך הרבה מאוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#24 - שלש סעודות איז נישט די צייט צו פארברענגען
דרך ארץ, בית המדרש, שלש סעודות, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך שרייב דיר דעם בריוו נאר ווייל דו האסט מיר געבעטן איך זאל דיר זאגן און זיך נישט צוריק האלטן וכו'.


איך האב דיך ליב, איך וויל אזוי שטארק דיין לעבן זאל זיין געבויעט מיט יראת שמים; וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט מאכן קיין פארטי אין די צייט וואס מיר זיצן אין שול ביי שלש סעודות. מיר פירן זיך שבת נאכמיטאג נאך מנחה צו זיצן אינאיינעם, מען וואשט זיך צו די דריטע סעודה, מען זינגט זמירות און מען רעדט שיינע התחזקות, עס איז נישט קיין צייט פון ארויסגיין פון שול און זיך צאמזעצן אפאר חברים און רעדן וואס מען רעדט, נישט פאר דעם האב איך מייסד געווען קרית ברסלב, און נישט פאר דעם דארפסטו דא וואוינען.


איך בעט דיר פון מיין הארץ – זיי מבטל די זאך, עס איז דא גענוג צייט ווען מען קען זיך טרעפן מיט חברים, יעדע זאך האט זיין צייט; שלש סעודות איז א הייליגע צייט, דער הייליגער ישמח משה זאגט (ישמח משה, פרשת וזאת הברכה) אז דער שטן קען נישט אריינקומען אין שול ביי שלש סעודות פון גרויס קדושה, בלייב אין שול. (אפשר איז כדאי זאלסט אראפקומען צו אונזער שול אין האשקי, ווי איידער זיצן און רעדן וואס מען רעדט), זינג זמירות, הער זיך צו די שיחות והתחזקות פון רבי'ן, וועסטו האבן א יראת שמים לעבן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#23 - פארברענגען נאר מיט די ערליכע פון דיין משפחה
כיבוד אב ואם, חברים, משפחה, יראת שמים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ביסט ביי מיר אזוי טייער, איך האב דיך זייער ליב, דערפאר בעט איך דיר זאלסט אכטונג געבן צו האבן גוטע חברים און אויך פארברענגען נאר מיט די ערליכע פון דיין משפחה. ווייל די חברים - און די מיט וועם מען פארברענגט - האבן א שטארקע איינפלוס, און אפילו דער איידעלער אינגערמאן, אויב זיצט ער מיט שוואגערס וואס רעדן ניבול פה, און מיט חוצפה צו די עלטערן - וועט נישט נעמען לאנג ביז די גאנצע יראת שמים וועט ווערן אפגעקילט.


איך ווייס אז דו ביסט איידל, ערליך וכו', איך געדענק דיך פון ישיבה, דיין יראת שמים, אויך קומסטו פון אן ערליכע שטוב, דיינע עלטערן און דיינע געשוויסטער זענען ערליכע און איידל, וויל איך נישט דו זאלסט ווערן אפגעקילט פון דיין ווייב'ס געשוויסטער.


טייערער ... עס גייט מיר אין לעבן דיין יראת שמים.

#22 - די שטוב זאל זיין נישט געבויעט אויף צעבראכענע צעקלאפטע נשמות
חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, יראת שמים, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין זייער דערשראקן פון הערן אז איר באקומט א נישט גוטע געפיל פון די וועכנטליכע פרויען שיעורים וכו'; יעדע מאל נאך א פרויען צאמקום שפירט איר ווי איר ווילט קויפן א נישט גוטע טעלעפאן, איר זענט מקנא וכו' וכו'.


ענדערש בלייבט אין שטוב און איר וועט אויסהערן די שיעור אויפן טעלעפאן מיט יראת שמים, ווי איידער ווערן מיטגעשלעפט מיט צעבראכענע פרויען וכו'. די ציל פון די פרויען צאמקום איז - מען זאל ווערן א בעסערער איד, און אויך מער א פרייליכע ווייב, א פרייליכע מאמע, נישט מען זאל באקומען א גליסט און א רייץ צו נישט גוטע זאכן, און אז איר ווערט מיטגעשלעפט אומווילנדיג מיט וכו', איר שפירט זיך צוריק געשטאנען מיט א כשר'ע טעלעפאן, און ווען מען רעדט פון עקטערס און זינגערס וואס ברענגט נישט יראת שמים - שפירט איר נעבעכדיג אז איר קענט נישט מיט רעדן – זאלט איר מער נישט גיין צו די צאמקום, נאר ענדערש בלייבט אין שטוב.


געבט אכטונג אייער שטוב זאל זיין געבויעט אויף די וועג פון צדיקים, נישט אויף צעבראכענע צעקלאפטע נשמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - אז מען קוקט מאוויס ווערט מען א חולה נפש
חברים, מאוויס, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, י' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חבר זיך מיט ערליכע בחורים, נאר ווער עס רעדט איידל. קוק נישט קיין מאוויס, מאוויס רייסט אויס די מח מחשבה, אז מען קוקט מאוויס ווערט מען א חולה נפש. די היינטיגע דור, כמעט אלע דארפן מעדעצין פארן נפש, מען זיצט אפ ימים ושנים ביי מטפלים; דאס קומט פון מפקיר זיין די אויגן, דאס צעטומלט דעם מענטש.


איך בעט דיר זייער זאלסט האבן נאר חברים וואס האבן נישט די כלים, און וואס זענען שטארק אין יראת שמים.


איך האב דיך ליב, און איך בענק זיך זייער צו דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.