בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.
איך האב געזען דעם נייעם בלעטל וואס איר געבט ארויס יעדע וואך; איך בין זייער נתפעל געווארן פון דעם גליון, בעיקר פון די "מעשיות פון תפלה", וואס ברענגט אריין אמונה בתמימות ובפשיטות אין אנשי שלומינו, מען זאל וויסן אז וואס מען דארף און וואס מען וויל זאל מען זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן, אים בעטן אויפ'ן פשוט'ן שפראך.
פון דעם באשטייט דאס גאנצע ברסלב'ער חסידות; דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז מיר זאלן לעבן אונזער טאג טעגליכער לעבן מיט תפילה והתבודדות, נאר דאס איז איין אמת'ער תכלית.
איך האף אייך צו שרייבן יעדע וואך א בריוו פאר'ן גליון; עס איז כדאי דו זאלסט דאס אויסשפרייטן פאר אלע משפחות, אלע זאלן האבן דערפון חיזוק און הדרכה ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים.
דער עיקר זאלט איר זען צו לעבן בשלום איינער מיט'ן צווייטן; די וואך האבן זיך אריינגעצויגן נאך א משפחה, משפחת ... הי"ו, דער אינגערמאן זאגט מיר אז זיי קענען נישט קומען צו זיך פון די שיינע ווארעמע ברוך הבא וואס אלע משפחות האבן זיי געמאכט, מיט אזא חסד און אהבה.
א כתיבה וחתימה טובה.