בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.
דראפע זיך און דעהאלט זיך און שפרינג איבער אויף דיינע שווערע טעג. דער רבי זאגט, אלעס קען מען אריבערגיין, אלע מניעות, אבער ווען עס קומט צו זיך אליין, מען האט קשיות אויפן אייבערשטן, אדער אויפן צדיק – דאס איז שווערע שווערע מניעות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו): "והמניעה הגדולה היא מניעת המח", די גרעסטע מניעה איז דער מענטש אליינס, "שמוחו ולבו חלוקים מהשם יתברך", ווען מען האט קשיות אויפן אייבערשטן אדער אויפן צדיק.
וואס איז די עצה? "לצעוק לאביו", צו שרייען צום אייבערשטן, "מעומק הלב", פון די טיפעניש פון הארץ; נאר דאס איז די עצה נישט אוועק צו פאלן.
דעריבער בעט איך דיר ליבער חבר, האב נישט קיין טענות חס ושלום אויפן אייבערשטן אויף דעם וואס דו גייסט יעצט אריבער, און אויך נישט אויפן צדיק; גלייב באמונה שלימה אז אלעס איז לטובה, דאנק דעם אויך אויף דעם.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט האבן א שטארקע אמונה און בלייבן פעלזן פעסט ביים הייליגן רבי'ן, אמן.