בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#63 - הייליגער באשעפער, איך בין אזוי עלנד, איך האב נישט קיינעם
תפילות אויף אידיש, אמונה, שבת קודש, קשיות, תפלין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס מאכסטו מיין טייערער ... נרו יאיר? איך האב שוין אזוי לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך, און אפילו עס גייט אריבער אויף דיר שווערע טעג, דו ביסט עלנד, דו דארפסט זיין געזונט וכו', די דאקטוירים שרעקן דיך אן וכו' וכו' - דאך זאלסטו זיך נישט פארלירן, זאלסט גלייבן אינעם אייבערשטן און אים בעטן ער זאל דיר העלפן.


האב נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער טוט נאר גוטס און מאכט נאר דאס בעסטע פאר אונז. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, ג): "עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", אברהם אבינו האט מען אויספרובירט מיט צען נסיונות און ער האט זיך דערהאלטן, ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה, און ער האט ווייטער מגלה געווען די אמונה פאר די גאנצע וועלט, "לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", דאס ווייזט אונז ווי ווייט אברהם אבינו איז געווען דבוק צום אייבערשטן; ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה אפילו ער איז דורך שווערע ביטערע נסיונות.


זיי שטארק מיט לייגן תפילין יעדן טאג, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד.), ווער עס לייגט תפילין יעדן טאג - לעבט לאנג. אויך זאלסטו היטן שבת, זאלסט חס ושלום נישט ניצן די טעלעפאן שבת. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיט:): "כל המשמר שבת", ווער עס היט שבת - איז מען אים מוחל אלע עבירות; אויף די צוויי זאכן, אויף לייגן תפילין יעדן טאג און אויף היטן שבת - זאלסטו זיך מוסר נפש זיין.


גיי יעדן טאג אביסל התבודדות; זוך א שטילע גאס, א שטילע ווינקל, אין א פארק אדער א פעלד, אדער ביי א וואסער, און הייב אויף דיינע אויגן צום הימל, קוק ארויף און זאג: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי עלנד, איך בין אזוי אליין, איך האב קיינעם נישט אויף דער וועלט, נאר דיך האב איך, נאר דו פארשטייסט מיך, נאר דו קענסט מיר העלפן, און נאר דו וועסט מיר העלפן".


דערצייל דעם אייבערשטן ווי לאנג דו זוכסט א שידוך: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו חתונה האבן? ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו בויען א שטוב און צו ברענגען קינדער? רבונו של עולם דו ביסט א כל יכול, דו קענסט אלעס מאכן, דו האסט מיך באשאפן און דו געבסט מיר יעדע רגע לעבן, בעט איך דיר, אנא השם, געב מיר א שידוך".


טייערער ..., אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועט זיין זייער שיינע זאכן פון דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#62 - פארוואס האבן מיר א נישט געזונט קינד?
קינדער, אמונה, התחזקות, רפואה, הלכה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב תחי'.


זי האט געליינט אין א בריוו אין עצתו אמונה אז די סיבה פאר קראנקע קינדער איז, אז מען היט נישט טהרת המשפחה, מען איז מזלזל אין הלכות, זי זאגט עס טוט איר זייער וויי, ווייל לויט וויפיל זי ווייסט האלטן ענק די הלכות זייער ערליך, ביי ענק אין שטוב איז מען מקפיד אויף יעדע סעיף קטן אין שלחן ערוך, איז ווי קען זיין אז ענק האבן א קינד וואס איז נישט געזונט השם ירחם?!


אז מען זאגט פאר איינעם טשעפע נישט די הונט ווייל דו וועסט כאפן א ביס, מיינט עס נישט אז אויב איינער האט געכאפט א ביס איז דאס ווייל ער האט זיך געטשעפעט מיטן הונט. אזוי אויך, די תורה זאגט אז דער וואס היט נישט די הלכות וכו' - וועט האבן קינדער בעלי מומין בגוף ובנפש רחמנא לצלן, אבער דאס מיינט נישט צו זאגן אז דער וואס מוטשעט זיך מיט קינדער - היט נישט הלכות.


וואס זאל איך דיר זאגן, וויפיל איך וועל ענק שרייבן און שטארקן וועט נישט זיין גענוג, ווייל די צער און ווייטאג וואס עלטערן גייען אריבער ווען מען האט אין שטוב א קינד וואס איז נישט געזונט פיזיש אדער גייסטיש איז דאס שווערער ווי אלע צרות, קיין שום איד זאל נישט וויסן וואס די צרה איז, דאס איז די ביטערסטע צרה וואס קען זיין.


דאך וויל איך ענק בעטן, זייט אייך מחזק מיט אמונה פשוטה, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען נישט דרכי המקום ברוך הוא. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כל שהקדוש ברוך הוא חפץ בו", וועם דער אייבערשטער האט ליב, "מדכאו ביסורין", צעקלאפט מען אים מיט יסורים, "ואם קבלם" און אויב מען נעמט אן וואס דער אייבערשטער געבט, מען שווייגט און מען רעדט נישט קעגן די אמונה – "יראה זרע" וועט ער זוכה זיין צו קינדער, "יאריך ימים" און צו אריכות ימים.


דאס גרויסקייט פון א איד מעסט זיך נאר אין דעם, אז מען האט נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן, מען רעדט זיך נישט אפ, מען גלייבט באמונה שלימה אז דער אייבערשטער מאכט דאס אלעס נאר מיך נענטער צו ברענגען צו אים, מיך אויסלייטער, און צוליב נאך סיבות וואס איז פארהוילן פון אונז; מיט דעם מעסט מען דאס גרויסקייט, אז מען האט נישט קיין טענות און תרעומות אויף די אמונה.


ענקערע יסורים זענען זייער גרויס, מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן חזון איש זכותו יגן עלינו, ווער עס האט א קינד אין שטוב, א זון אדער טאכטער וואס איז גייסטיש נישט מסודר, אדער פיזיש נישט געזונט, אן אינוואליד, השם ירחם - פאסט מען זאל זיך אויפשטעלן פאר די עלטערן אזוי ווי מען שטעלט זיך אויף פאר אן עלטערער איד אדער א תלמיד חכם, ווייל די צער און ווייטאג וואס די עלטערן גייען אריבער - איז נישט מעגליך מען זאל דאס פארשטיין.


ענק קומען אפ מיט דעם אלעס וואס מען דארף אפקומען. מוהרא"ש זאגט (שו"ת ברסלב, מכתב ג' שפו) ווער עס האט א נישט געזונט קינד אין שטוב, א דיסעיבלד אדער גייסטיש אומסטאביל - וועט נישט זען די פנים פון גיהנום, ווייל ער האט שוין געהאט אויף די וועלט די גיהנום, און אויב די עלטערן דערהאלטן זיך, זיי נעמען אן באהבה וואס דער אייבערשטער געבט זיי - דאס איז די העכסטע מדריגה, און דאס איז געווען די מדריגה פון די אבות הקדושים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ילקוט איוב, רמז תתק"ח), וואלט איוב נישט גערעדט קעגן דעם אייבערשטן ווען ער האט געליטן זיינע יסורים, אזוי ווי מען זאגט יעדן טאג ביים דאווענען אלקי אברהם, אלקי יצחק, ואלקי יעקב, "כך היו אומרים אלקי איוב", וואלט מען אויך געזאגט אלקי איוב, אבער איוב האט זיך נישט געקענט דערהאלטן, ער האט גערעדט קעגן די אמונה, זעט מען פון דעם אז דאס איז די גרויסקייט פון די אבות הקדושים אברהם, יצחק און יעקב, עס איז אריבער אויף זיי שווערע ביטערע יסורים און זיי האבן נישט געהאט קיין שום טענות אויפן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - דיין ווייב, קינד, טאטע, מאמע, שווער און שוויגער; איז אייבערשטער
תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פנחס, י"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט, דו האסט געזען א בריוו אין עצתו אמונה אז דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מען וועט מיך נישט שמייסן אין הימל פארן נישט זיין ווי מיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא פון אניפולי, מען וועט מיך שמייסן פארוואס איך בין נישט געווען ווי מילך"; פרעגסטו אויף וואס דארפסטו תשובה טון מען זאל דיך נישט שמייסן, וואס ערווארט מען פון דיר אז מען זאל דיך נישט שמייסן.


דו דארפסט תשובה טון פארן זיך ארום דרייען מיט קשיות אויפן אייבערשטן, און פארן זיך האלטן קלוגער פונעם אייבערשטן. היינט האבן מיר געליינט אין די הפטרה פון שבעה עשר בתמוז, דער אייבערשטער זאגט (ישעי' נה, ח-ט): "כִּי לֹא מַחְשְׁבוֹתַי מַחְשְׁבוֹתֵיכֶם וְלֹא דַרְכֵיכֶם דְּרָכָי נְאֻם ה'" מיינע מחשבות זענען נישט וואס ענק טראכטן, און מיינע וועגן זענען נישט ווי ענקערע וועגן, "כִּי גָבְהוּ שָׁמַיִם מֵאָרֶץ" אזוי ווייט ווי דער הימל איז פון דער ערד, "כֵּן גָּבְהוּ" אזוי ווייט איז – "דְרָכַי מִדַּרְכֵיכֶם" מיין וועג פון ענקערע וועגן, "וּמַחְשְׁבֹתַי מִמַּחְשְׁבֹתֵיכֶם" און מיינע מחשבות פון ענקערע מחשבות; אויף דעם דארפן מיר תשובה טון, נישט האבן קיין טענות און תרעומות אויפן אייבערשטן.


אז דו ווילסט נישט מען זאל דיך שמייסן - זאלסטו יעדן טאג זיך מתבודד זיין אויף דעם פרט, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן אזא שטארקע קלארע לויטערע אמונה, צו וויסן אז אלעס וואס דו טוסט איז גוט, עס איז נאר גוט, יעדע פרט און יעדע פינטל פון מיין לעבן איז פון דיר, און אז עס איז פון דיר - איז עס נאר גוט"; דאס איז אויף וואס דו זאלסט בעטן און שטרעבן, נישט ארום גיין מיט קיין טענות און תרעומות אויפן אייבערשטן.


דיין ווייב, דיין קינד, דיין טאטע, דיין מאמע, דיין שווער, דיין שוויגער, דיין אלעס וואס דו האסט יא, און דיין אלעס וואס דו האסט נישט - אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס מאכט ער, אלעס טוט ער, אלעס האט א פינקטליכע חשבון, און איז נאר פאר אונזער גוטס. אך און וויי אז מען וויל פארשטיין אלעס, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא" אזוי דארף זיין, "שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ" עס זאל זיין קשיות אויפן אייבערשטן, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ" און עס איז שיין און גוט עס זאל זיין קשיות. "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ" ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, "אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ" וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד; קומט אויס, אז מען האט קשיות ווייזט דאס אז דער אייבערשטער איז זייער זייער גרויס, און דער רבי האט אויסגעפירט, נישט מען זאל מיינען אז עס איז גוט ארום צו גיין מיט קשיות, "וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן", ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - אויסגעקלאפט, צעשניטן, און עס שיינט
אמונה, התחזקות, קשיות, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


די וואך האבן מיר די פרשה פון די מנורה, דער אייבערשטער זאגט ווי אזוי מיר זאלן אנצינדן די מנורה. שטייט אין פסוק (במדבר ח, ד): "וְזֶה מַעֲשֵׂה הַמְּנֹרָה", דאס איז די זאך פון די מנורה, "מִקְשָׁה" אויסגעקלאפט, "זָהָב" פון גאלד, "עַד יְרֵכָהּ" סיי איר פיס, "עַד פִּרְחָהּ" סיי איר בלום, "מִקְשָׁה הִוא" איז געוען אויסגעקלאפט וגו', רש"י זאגט, די מנורה איז נישט געווען צאמגעשטעלט שטיקלעך, נאר מען האט גענומען איין גרויסע שטיק גאלד און געהאקט מיט א האמער ביז עס איז געווארן א שיינע מנורה.


דאס איז א שטארקע חיזוק פאר יעדן איינעם, אמאל גייט מען אריבער שווערע ביטערע טעג, מען שפירט ווי מען ווערט צעקלאפט, ווי 'איינער שטייט מיט א האמער און קלאפט אויף מיר', מען גייט אריבער דחקות אין פרנסה, מען גייט אריבער מיט די שטוב, מיט די ווייב, מיט די קינדער, אפגערעדט אז מען שפירט ווי דער יצר הרע קלאפט און קלאפט, ביז מען קלאפט זיך שוין אליין אראפ, מען הערט נישט אויף קלאפן. אויב אבער דער מענטש האט נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן - ווערט ער אליין א שיינע מנורה, ער הויבט אן שיינען און לייכטן, און ווערט א מרכבה פאר די שכינה הקדושה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כב:): "וכי לאורה הוא צריך" דארף מען דען אנצינדן א מנורה צו מאכן ליכטיג פארן אייבערשטן? "והלא כל ארבעים שנה שהלכו בני ישראל במדבר לא הלכו אלא לאורו" דער אייבערשטער האט דאך ליכטיג געמאכט אלע יארן אין מדבר פאר די אידן, איז וואס דארף מען אנצינדן די מנורה? "אלא עדות הוא לבאי עולם שהשכינה שורה בישראל" נאר צו ווייזן אז דער אייבערשטער רוט ביי אידישע קינדער; ווען עס גייט אריבער – "מקשה הוא" אויסגעקלאפט, "מקיש בקורנס" מען קלאפט מיט א האמער, "וחותך בכשיל" און מען שניידט מיט א האק, "לפשט אבריה" צו פארשפרייטן די גלידער, און מען האט נאכאלץ נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, מען גייט אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, מען איז ווייטער געטריי דעם אייבערשטן - אויף אים רוט די שכינה הקדושה.


לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י - וועסטו זען אז דער אייבערשטער געפינט זיך מיט דיר, דער אייבערשטער האט דיך ליב. אזוי ווי מיר זעען אין די פרשה פון די לוים, דער אייבערשטער זאגט פאר משה רבינו (במדבר ח, ו): "קַח אֶת הַלְוִיִּם", זאגט רש"י: "קחם בדברים", נעם זיי מיט שיינע רייד, זאג זיי: "אשריכם" וואויל איז ענק, "שתזכו להיות שמשים לפני המקום", ענק זענען זוכה צו זיין באדינער פארן אייבערשטן; דאס מיינט מען נישט נאר די לויים, דאס מיינט מען יעדן איד, יעדער איינציגער איד איז א באדינער פארן אייבערשטן, א איד איז א גענעראל, ער דינט דעם אייבערשטן; דארף ער וויסן 'דער אייבערשטער האט מיך ליב', אזוי ווי רש"י זאגט ווייטער (שם, יט), עס שטייט פינף מאל אין די פרשה די ווארט בני ישראל, פארוואס פינף מאל? "להודיע חבתן" דער אייבערשטער וויל אונז ווייזן ער האט אונז ליב.


דער רש"י איז א יסוד היסודות אין אידישקייט, מען דארף וויסן 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער הערט אויס יעדע ווארט וואס איך רעד צו אים, דער אייבערשטער זעט מיינע נסיונות, ער זעט מיינע שוועריקייטן, און אז איך וועל זיך שטארקן, איך וועל נישט אפלאזן די אמונה, נישט האבן קיין תרעומות - וועל איך זיין אן אויסגעקלאפטע מנורה פון גאלד, און שיינען און לייכטן אין אלע וועלטן, און אויב חס ושלום איך וועל יא האבן קשיות אויפן אייבערשטן און אויף צדיקים, צעבראכן און דעפרעסט - וועל איך נישט זיין כשר פאר די מנורה, אזוי ווי רש"י זאגט אין פרשת תצוה (שמות כז, כ): "כתית למאור, ולא כתית למנחות", 'אויסגעקלאפט און איך שיין, נישט אויסגעקלאפט און איך בין דעפרעסט'.


דאס איז די גרויסקייט פון צדיק, מען קלאפט אין אים און ער שיינט, ער האט נישט קיין איין שלעכטע מחשבה, ער ווייסט 'דער אייבערשטער מאכט נאר גוט', און אז מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן, מיר וועלן לערנען שיעורים אין די תורה, אפילו בלי הבנה כלל, נאר זאגן די ווערטער און זיך מתבודד זיין יעדן טאג, רעדן ווערטער צום אייבערשטן פון הארצן און זוכן גוטס אין זיך - וועלן מיר אויך צוקומען צו זיין א מנורה, שיינען און לייכטן, אפילו מיר זענען ווי מיר זענען, מיר זענען ווייט ווייט פון ווי מיר דארפן זיין, אבער מיט די כח פון הייליגן רבי'ן וועלן מיר ווערן א מנורה.


א גוט שבת.





 


 





 

#59 - ווער קען פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא
אמונה, התחזקות, קשיות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח, י"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת איז געווען זייער שיין אין ישיבה; א שבת מיט אנשי שלומינו וואס האבן זיך ליב - שפירט מען ממש ווי דער רבי איז דארט.


שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן; דאס בויעט אויף די אמונה, ביז מען איז זוכה צו אזא שטארקע אמונה - 'וָאֶרְאֶה אֶת ה'', מען שפירט דעם אייבערשטן אזוי שטארק, אזוי ווי מען זעט עס מיט די אויגן. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אמאל פאר איינע פון די אפיקורסים אין אומאן: "ואראה את ה', איך האב געזען דעם אייבערשטן"; ווייל דאס רעדן צום אייבערשטן געבט אזא שטארקע אמונה, ביז מען זעט מיט די אויגן דעם אייבערשטן.


ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן סימן קע): "עַל יְדֵי הַיִּסּוּרִין נִכְנָע גּוּפוֹ", דורך יסורים וואס מען ליידט - ווערט אונטערטעניגט די גוף, "וּכְשֶׁנִּכְתָּת הַגּוּף עַל יְדֵי הַצָּרוֹת", און ווען די גוף ווערט אונטערטעניגט – "עַל יְדֵי זֶה מְאִירָה", הויבט זי אן שיינען און לייכטן, אזוי ווי עס שטייט אין הייליגן זוהר (שלח, קסח): "אָעָא דְּלָא סָלֵק בֵּהּ נוּרָא", א קלאץ וואס צינדט זיך נישט אן - "מְבַטְּשִׁין לֵהּ" צעהאקט מען איר, "גּוּפָא דְּלָא סָלֵק בֵּהּ נְהוֹרָא דְּנִשְׁמְתָא וְכוּ", א מענטש וואס די נשמה צינדט זיך נישט אן, צעקנאקט מען אים, ביז די נשמה הויבט אן שיינען און לייכטן. דאס קען מען אריינלייגן אין די פרשת השבוע, די תורה זאגט, ווי אזוי האט מען געמאכט די מנורה? "מִקְשָׁה זָהָב" (במדבר ח, ד), זאגט רש"י (דבור המתחיל 'מקשה') 'אויסגעקלאפט', מען האט געקלאפט, געהאקט און געשניטן - ביז עס איז געווארן א מנורה וואס שיינט און לייכט; אזוי איז מיטן מענטש, ווי אזוי הויבט אן די נשמה שיינען? דורכדעם וואס עס גייט אריבער וואס גייט אריבער און דאך האט מען נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן, דאס מאכט שיינען.


מיר האבן גערעדט פון נישט האבן קיין טענות אויפן אייבערשטן, און אויב חס ושלום עס גייט אריבער שווערע ביטערע יסורים און מען וויל פארשטיין 'פארוואס?' זאל מען וויסן אז מען קען נישט פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא. אזוי ווי מיר האבן געהערט אין אלע דורות, ווען אידן זענען געקומען צו צדיקים דערציילן זייערע שוועריקייטן וואס זיי זענען אריבער, זיי האבן פארלוירן א קינד השם ישמרינו, האבן די צדיקים געענטפערט נאר די ווערטער: "ווער קען פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא..."


ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל איז צו מיר צוגעקומען א טייערער איד און דערציילט אז ער איז אריבער א שווערע נסיון, זיי האבן געווארט א שמחה און ביים סוף איז דאס קינד געבוירן נישט לעבעדיג. ער דערציילט מיר ער האט געוואלט שרייבן א בריוו און בעטן חיזוק, נאכדעם האט ער געטראכט וואס וועט מען אים ענטפערן? אז דאס קינד איז א הויכע נשמה וכו'; דאס איז נישט קיין חיזוק - נישט פאר אים און נישט פאר זיין ווייב. האב איך אים געזאגט: "איך בעט דיר זייער, שרייב מיר יעצט די בריוו און איך וועל דיר ענטפערן נישט די זאכן, איך וועל דיר ענטפערן איין ווארט, וואס די ווארט וועט דיר געבן אזעלכע כוחות... איך וועל דיר ענטפערן 'ווער קען פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא...?'"


די ווערטער געבן כח, די ווערטער שטארקט דעם גלות איד שוין באלד צוויי טויזנט יאר אין גלות מיט אלע צרות און אלע גזירות, מען ווייסט 'דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, דער אייבערשטער מאכט נישט קיין טעותים, דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט בחסד וברחמים און מיר פארשטייען נישט דרכי המקום ברוך הוא'.


די לעצטע פאר טעג איז דא ביי אונז שרעקליכע היצן, ממש נישט אויסצוהאלטן; נאר איין זאך קען אפקילן די היצן - די הייליגע תורה; נעם א גמרא און לערן די הייליגע גמרא.


די וואך גייען מיר מסיים זיין מסכת בבא מציעא און מיר הויבן אן דאנערשטאג מסכת בבא בתרא; זיי קלוג, כאפ זיך מיט, קיל זיך אפ פון די ברענעדיגע היצן, די ברענעדיגע נסיונות פונעם יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - פון די ווערטלעך ארום די זאך, זעט מען דעם אמת
חברים, התחזקות, שטעטל, עבודת השם, אומאן, מדות טובות, היכל הקודש, קשיות, דרך הלימוד, ליצנות, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, י' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין שטעטל איז געווען הערליך שיין, א שבת מיט אנשי שלומינו האט אלע טעמים. מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מיר האבן פון רבי'ן.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט סידור עת רצון, די שטיקל פון פרשת התמיד. מוהרא"ש רעדט דארט, אנהויב ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן - שפירט מען א געשמאק, א ברען, אבער נאך א שטיק צייט - הויבט זיך אן זייער שווערע עבודות, מען שפירט ווי מען וועט שוין קיינמאל נישט זוכה זיין צו קומען צו די קדושה. אזוי ווי ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, אין אנהויב איז מוחין דגדלות, מען שפירט א ברען, א פייער, און ערגעץ ווי ווערט פארלאשן די פלאקער און ברען, מען דארף שווער ארבעטן, ווייל מען שפירט נישט און מען זעט נישט, מען זעט נאר פארקערט. מוהרא"ש איז דארט זייער מחזק מען זאל זיך אנהאלטן מיט אלע כוחות, מען זאל גלייבן אז דאס איז פארן תיקון פונעם מענטש, וואס מען דארף אלעס פאררעכטן.


שבת אינדערפרי ווען איך בין אין שטעטל גלייך איך צו לערנען אונטן אין וואלד צווישן די ביימער, מען הערט דארט די געזאנג פון די פייגלעך, עס איז זייער אנגענעם דארט צו לערנען, און דארט לערנען מיר די שיעורים פון פאַרן דאווענען.


אינדערפרי נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט די מעשה פון דעם מלך ועניו (סיפורי מעשיות, מעשה ו). דער רבי זאגט דארט, ווען מען וויל וויסן א זאך דארף מען הערן די קאטאוועס (ווערטלעך) פון די זאך, מיר האבן גערעדט די כלל אין לעבן, ווי אזוי ווייסט מען מיט וועם זיך צו דרייען? ווער איז א גוטער חבר? ווער איז א פארלעסליכער צו מאכן מיט יענעם געשעפטן? גוטע שכנים - וכדומה? דורך הערן יענעמ'ס ווערטלעך קען מען וויסן יענעמ'ס פנימיות; אז איינער מאכט ווערטלעך פון טשעפען און פארשעמען, ער פליקט און שטעכט און זאגט ער מאכט נאר א ווערטל - זאלסטו וויסן אז יענער איז א שלעכטער, שטיי ווייט פון אים, און אז מען הערט איינעם מאכן שמוציגע ווערטלעך השם ישמרינו - ווייסט מען אז יענער איז איין שטיק שמוץ. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות ניבול פה, סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז אים פארדארבן רחמנא לצלן, און אז מען הערט ווערטלעך אויף זאכן וואס צדיקים זאגן - איז א סימן אז דער גלייבט נישט אין צדיקים, ער וויל באמת רעדן אויף די צדיקים נאר ער האט מורא - רעדט ער אויף זאכן וואס דער צדיק טוט; דארף מען זיך זייער אכטונג געבן.


מיר האבן גערעדט פון דעם אז מען דארף זיך זייער אכטונג געבן מיט וועם מען פארברענגט און מיט וועם מען דרייט זיך, ווייל דורך נישט גוטע חברים קען מען אלעס פארלירן, און אז מען פארברענגט אינאיינעם מיט לצים, מען גייט אין שוויץ מיט לצים - קען מען אלעס פארלירן. אפילו איינער דארף גיין אין שוויץ פאר זיין געזונט, פאר זיינע ביינער וכו' - זאל ער נישט גיין מיט אינגעלייט און בחורים וואס זייערע ווערטלעך זענען אויף ערליכע זאכן, ווייל עס נעמט נישט לאנג צו פארלירן די תמימות, עס נעמט נישט לאנג צו ווערן אפגעקילט.


ווייל וויסן זאלסטו, דער סמ"ך מ"ם טוט אלעס צו ברענגען קשיות און ספיקות אויפן אייבערשטן און אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם די הייליגע אמונה, ער טוט אלעס אוועק צו נעמען דעם מענטש פון היכל הקודש, ער האט פיינט דעם רבי'ן און נאכמער היכל הקודש, ווייל אין היכל הקודש - דארט איז דער רבי.


אונזער שול אין בארא פארק האט זיך יעצט אריבערגעצויגן צו א פרישע פלאץ, מען האט זיך אויסגענומען קלאר אז זיי וועלן לאזן לייגן א טאוול "בית המדרש היכל הקודש". יעצט זענען געקומען שכנים און דאס אראפגעפליקט, זיי זאגן מען קען לייגן א טאוול "בית המדרש חסידי ברסלב", אבער די ווארט מוהרא"ש און די ווארט ראש ישיבה – "דאס וועלן מיר נישט צולאזן עס זאל שטיין"; זעסטו שוין קלאר די פיינטשאפט פון די טומאה צו היכל הקודש.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די פרשה, דער פסוק זאגט (במדבר ה, יב): "אִישׁ אִישׁ כִּי תִשְׂטֶה אִשְׁתּוֹ", וואס איז די לשון 'תשטה'? זאגט רש"י עס איז ווערטער פון די הייליגע חכמים (סוטה ג.; תנחומא נשא, ה): "אין אדם עובר עבירה", א מענטש טוט נישט קיין עבירות, "אלא אם כן נכנס בו רוח שטות", נאר אז עס גייט אריין אין אים א משוגעת, זאגט די תורה, דער מאן זאל איר נעמען צום כהן און דער כהן נעמט ארויס די משוגעת; דער צדיק געבט אונז עצות ווי אזוי ארויסצוטרייבן די שגעונות וואס איז דא אין אונז. מיר האבן געלערנט נאכאמאל די שיחה פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן יט) ווי דער רבי זאגט: "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אזא מענטש קען די תורה אויך העלפן, די תורה האט אזא כח אז עס קען אים ארויסנעמען פון די עבירות, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, "כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אך בין צוריק געפארן קיין וויליאמסבורג צו די ישיבה, מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר ענדיגן דעם זמן קומענדיגע וואך מיטוואך, מיר פארן שוין ארויס קומענדיגע וואך דאנערשטאג פרשת שלח, מיר וועלן זיין זומער אין קרית ברסלב פאר די חדשים תמוז און אב, זיך גרייטן אויף די הייליגע טעג. קומענדיגע וואך בענטשט מען שוין ראש חודש תמוז, דאס דערמאנט אונז שוין פון די הייליגע טעג. תמו"ז איז די ראשי תיבות: ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין, עס קומט שוין ראש השנה, מען דארף זיך שוין גרייטן מיט אונזער נסיעה צום רבי'ן. מאך דיר דיינע פלענער ווען צו פארן און ווי אזוי צו פארן, עס איז דא כמה דרכים צו פארן, אדער דורך די טשארטער וואס אלי קנאלל מאכט, אדער דורך פוילן אדער טערקיי; ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין פרייליך און זיין בשלום מיט זיך אליין?
קינדער, שמחה, אמונה, התחזקות, הפצה, מחלוקת, מנהגים, נחת, קשיות, שבועות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת במדבר, ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


איך וויל אייך שרייבן אביסל פון די שיינע חיזוקים וואס מיר האבן געשמועסט די וואך ביים ליל שישי שיעור אין אמעריקע. מיר שטייען שוין ביים בארג סיני, מיר גייען שוין זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה, און ביי קבלת התורה שטייט (שמות יט, ב): "וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל נֶגֶד הָהָר", זאגט רש"י, פארוואס שטייט א לשון יחיד? ווייל איבעראל איז געווען תרעומות און מחלוקת, און ביים בארג סיני איז געווען אָן מחלוקת.


האבן מיר גערעדט אז דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לג): "הכלל הוא, שצריך לבקש שלום", מען דארף שטענדיג זוכן צו זיין בשלום, "שיהיה שלום בין ישראל", סיי מיט מענטשן, עס זאל זיין שלום צווישן אידישע קינדער, "ושיהיה שלום לכל אדם במדותיו", און סיי מיטן מענטש אליין, דער מענטש זאל זיין בשלום מיט זיך, "היינו שלא יהיה מחלק במדותיו ובמאורעותיו", ער זאל נישט זיין ברוגז ווען זאכן גייען נישט ווי ער וויל, "שלא יהא לו חילוק בין בטיבו בין בעקו", 'סיי ווען עס גייט מיר גוט און סיי ווען עס גייט מיר פארקערט', "תמיד ימצא בו השם יתברך", 'ווייס איך אז דער אייבערשטער איז דא מיט מיר און ער מאכט מיר נאר גוטס, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים נו, יא) 'בה'', ווען דער אייבערשטער געבט מיר חסדים, 'אהלל דבר', דאנק איך אים, 'באלקים', און ווען עס קומט דער מידת הדין, 'אהלל דבר', דאנק איך אים', דאס זאגט אונז די תורה, ווען די אידן זענען געקומען צום בארג סיני איז נישט געווען קיין מחלוקת מיט זיך אליין, מען איז נישט געווען ברוגז אויפן אייבערשטן, מען האט נישט געהאט קיין טענות; דאס מיינט דער פסוק: "וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל, 'כאיש אחד בלב אחד'", מיט איין הארץ, אן קיין תרעומות.


טייערע חברים, מען קען גיין אנגעטון מיט די שמונה בגדים, אבער אויב מען האט איין פינטעלע טענות אויפן אייבערשטן, איין פינטעלע תרעומות - איז מען ביי די טומאה רחמנא לצלן; מען טאר נישט האבן קיין קשיות און טענות אויפן אייבערשטן, מען דארף האבן אמונה אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, ער פירט אלעס בצדק ובמשפט בחסד וברחמים.


איך האב פינקט געשמועסט מיט איינעם פארן שיעור, יענער האט זיך זייער אפגערעדט, יענער איז נעבעך אריינגעפאלן אין א קטנות הדעת, אין די טומאה רחמנא לצלן; פול מיט קשיות אויפן אייבערשטן און אויף צדיקים פון ווייטאג אז זיינע קינדער ברענגען אים נישט נחת, זיי טוען זיך נישט אן ווי אים. האב איך דערציילט ביים שיעור, איך געדענק יארן צוריק בין איך איינגעשטאנען ביי א ברסלב'ער חסיד, א גרויסער צדיק, איך האב געגעסן ביי יענעם די שבת סעודות, און דארט אין שטוב זענען דא קינדער וואס זענען ביז דערווייל נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, די קינדער זענען געקומען צום שבת טיש זייער נישט מסודר, איך האב געזען דעם ברסלב'ן חסיד ווי די פנים שיינט אים מיט אזא שמחה, מיט אזא הייליגקייט, איך האב געטראכט צו מיר 'ווי איז מען זוכה צו האבן א ריינעם הארץ, נישט האבן קיין טענות און תרעומות, ווייטער ליב האבן די קינדער, ווייטער טון וואס מען האט צו טון...'


עס איז כדאי ענק זאלן אויסהערן די שיעור נאך פאר יום טוב שבועות; בפרט די וואס האבן א שטוב מיט קינדער זאלן וויסן אז די שטוב, די סעודות שבת ויום טוב – דארף זיין איין שטיק שמחה, איין שטיק געשמאק, נאר אזוי קען מען זוכה זיין די קינדער זאלן ווייטער גיין אויף די וועג פון די תורה, ווייל אז קינדער זעען ווי מען וויינט, מען שרייט, מען קריגט זיך, טאטע מאמע קוקן זיך נישט אין די אויגן, יעדער האט אנדערע טענות - ווילן די קינדער נאר אנטלויפן.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער עס ווערט שוין דער זמן, איך בעט ענק זייער ענק זאלן זיך אויפפרישן מיט הפצה, איך בעט די אלע גבאים פון הדפסה זאלן מיר שיקן וועכנטליך א באריכט וויפיל אלע זענען מפיץ, איך וויל ארויפריקן די נומערן, און יעדער איינער פון אנשי שלומינו זאל אנהויבן מער טון אין הפצה. מיר פארן שוין נאך אביסל צום רבי'ן אויף ראש השנה, און באֵלו פנים וועלן מיר קומען צום רבי'ן אָן מזכה זיין נשמות ישראל... ווייל דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אמאל: "אויב דו קומסט צו מיר פארוואס קומען נישט אלע? און אז אלע קומען נישט - פארוואס קומסטו יא?" בכן זאלן די גבאים פון די הדפסה אין יעדע פלאץ וואו מען דרוקט - מיר שיקן וועכנטליך א באריכט וויפיל אלע באשטעלן, און איך האף אז די נומערן וועלן זיך ארויפריקן ביי יעדן.


איך שרייב אייך אין קורצן די מנהגים פון שבועות ביי אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש. ווען עס ווערט דער זמן פון יום טוב שבועות איז מען זייער פרייליך, מען גייט דאווענען, נאכן דאווענען בלייבט מען נישט שמועסן, מען גייט אהיים צו די ווייב און קינדער און מען מאכט א סעודה. ביי די סעודה איז מען זייער פרייליך, מען רעדט צו די קינדער ווי גליקליך מיר זענען, מיר זענען אידן נישט קיין גוים. ביינאכט איז מען זייער פרייליך, מען זאגט די תיקון און מען גייט אין מקוה, און ביידע טעג איז מען זייער זייער פרייליך אז מיר זענען אידן.


איי וועסטו פרעגן, זייער שיין געשריבן און זייער שיין גערעדט, אבער ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין פרייליך און זיין בשלום מיט זיך אליין? קוק אריין די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן, שם), דער רבי פרעגט די פראגע: "ועל ידי מה ימצא השם יתברך בין בטיבו בין בעקו", ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו דעם, עס זאל נישט זיין קיין חילוק פון גוט און שלעכט, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און אלעס איז נאר גוט? "על ידי התורה הנקראת שלום", דורך לערנען תורה איז מען זוכה צו דעם, די תורה מאכט דעם מענטש צופרידן. אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, יז): "וְכָל נְתִיבוֹתֶיהָ שָׁלוֹם", די תורה ברענגט שלום, "ועל ידי צדיקים", אויך דורך די צדיקים; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט די עצות און חיזוק פון צדיקים - ווערט מען א צופרידענער, "ומחמת זה יכול לאהוב את השלום בכל מקום, הן בטיבו הן בעקו", אז מען איז מקורב צום צדיק, מען פאלגט די עצות און מען לערנט תורה - ווערט מען א צופרידענער מענטש, מען האט זיך אליין ליב, "ויכול להיות שלום בין ישראל, ולאהוב זה את זה", און אויך האט מען ליב יעדן איד.


א גוט שבת.

#56 - נישט האבן קיין איין שווארצע פינטל קשיות אדער תרעומות
אמונה, קשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן, פה אתרא קדישא מירון


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרוס פון דיינע ליכטיגע קינדער ... און ..., איך האב זיי באגעגנט נעכטן אין טברי' און אין יבנאל, זיי זענען זייער חשוב'ע אינגעלייט, זיי זעען אויס פול מיט יראת שמים און שמחה.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך זייער זייער שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן, נישט האבן קיין איין שווארצע פינטל קשיות אדער תרעומות, נאר וויסן אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, בצדק ובמשפט בחסד וברחמים, ווייל חס ושלום אז מען האט קשיות אויף די אמונה, מען האט פינטעלעך אין הארץ 'פארוואס? פארוואס?' - רייסט מען זיך אפ פון לעבן, מען פאלט צו די סטרא אחרא, צו די קליפות רחמנא לישזבן, רחמנא לישזבן.


גיי יעדן טאג א שפאציר נעבן שטוב, גיי צווישן די ביימער, צווישן די גראז און בעט אויף א שטארקע אמונה, דאס איז דער יסוד פון אלעס, און אז מען האט א שטארקע אמונה – "איש אמונות רב ברכות", האט מען אלע ברכות.

#55 - אן עצה אויף אלע עצות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, לימוד התורה, נשמה, דאווענען, קשיות, מנין, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען זייער שיין. שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט מעשה ניסים, די פערטע מעשה אין ספורי מעשיות, ווי דער באהאלטענער איד האט געבעטן דעם קעניג זאל אים צוזאגן אז ער וועט קענען זיין א איד, קענען לייגן טלית ותפילין בפרהסיא, אז דאס דארף זיין די בענקעניש פון יעדן איד, זוכה זיין צו קענען גיין אין שול דריי מאל א טאג אנטון טלית ותפילין, דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און בעטן דעם אייבערשטן פאר דעם.


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען ווי גליקליך מיר זענען אז מיר האבן דעם רבינ'ס עצות, ווייל אלע עצות וואס מען וועט נאר האבן דארף מען דאך אן עצה פאר די עצה; אז מען הערט א שיעור פון דאס וויכטיגקייט פון גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען מיט מנין, דאס מיינט נישט אז מען הויבט אן דאווענען מיט מנין, אבער ביים רבי'ן האסטו גלייך די עצה; דער רבי זאגט, אז דו הערסט א שיעור, מען זאגט דיר וואס מען דארף טון און דו ביסט נאך ווייט פון דעם - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, בעט: "הייליגער באשעפער איך וויל זוכה זיין צו גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען מיט מנין מיט א סידור, הייליגער באשעפער איך וויל ליב האבן צו דאווענען, איך וויל דיך שפירן ווי דו ביסט נעבן מיר, אזוי וועל איך קענען דאווענען ווי מען דארף".


אזוי איז מיט יעדע זאך, מיט יעדע עצה; אז מען לערנט ספרי מוסר, מען זעט ווי אזוי מען דארף זיך ווען אויפפירן און מען זעט זיך אזוי ווייט, מען ווערט פון דעם צעבראכן, אבער אז מען האט די הקדמה פון רבי'ן מאכט מען אויף דעם אליין תפילות, מען בעט: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי ווייט פון אלעס וואס שטייט אין די הייליגע ספרים, וואס וועט זיין מיט מיר..."


אויך האבן מיר גערעדט פון די יארצייט פונעם גרויסן צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זכותו יגן עלינו, אז מען קען אויך דא פועל'ן ישועות בזכות דעם צדיק דורך טון א גוטע זאך פאר די נשמה פונעם צדיק. וועט איינער פרעגן, ווי איז שייך א פשוט'ער מענטש זאל א טובה טון פאר א צדיק, דער צדיק איז דאך זייער הויך אין גן עדן? אבער עס איז דא זאכן וואס דער צדיק קען נישט טון, וואס א פשוט'ער מענטש קען טון, אז מען טוט א גוטע זאך בזה העולם לזכות די נשמה פון א צדיק - מאכט מען א גרויסע נחת פארן צדיק'ס נשמה און דער צדיק צאלט צוריק פארן מענטש גוטע זאכן; אז מען לערנט א פרק משניות לזכות א נשמה, אדער מען געבט צדקה לזכות א נשמה, אדער מען טובל'ט זיך א טבילה לזכות דעם צדיק, מען צינדט א ליכט - דאס מאכט א נחת פאר די נשמה און מען באקומט ישועות.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט סידור עת רצון, דאס גרויסקייט פון זאגן יעדן אינדערפרי די פרשה פון די עקידה, דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע עבירות.


פרייטאג צו נאכטס איז נישט געווען קיין באטע, זומער איז נישטא קיין באטע; דער זמן איז שפעט, מען ענדיגט די סעודה שפעט - מאך איך נישט קיין באטע.


ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסה, דער רבי זאגט: "תְּקַבֵּל בְּאַהֲבָה כָּל הָרָעוֹת וְהַיִּסּוּרִין הַבָּאִים עָלֶיךָ", מען דארף אננעמען אלע שלעכטס און יסורים, "כִּי רָאוּי שֶׁתֵּדַע, שֶׁלְּפִי מַעֲשֶׂיךָ אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים וְהָרָעוֹת שֶׁיֵּשׁ לְךָ, עֲדַיִן הוּא מִתְנַהֵג עִמְּךָ בְּרַחֲמִים, כִּי הָיָה מַגִּיעַ לְךָ יוֹתֵר וְיוֹתֵר, חַס וְשָׁלוֹם, לְפִי מַעֲשֶׂיךָ", ווייל לויט דיינע מעשים פירט זיך דער אייבערשטער צו דיר מיט גרויס רחמנות, עס וואלט דיר געקומען אסאך מער שלעכטס חס ושלום, דער רבי טייטשט מיט דעם די פסוק (ויקרא יט, יח): "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ", זאלסט ליב האבן די שלעכטס, "כָּמוֹךָ"; ווייל אזוי ווי דו ביסט - "אֲנִי ה'", פיר איך זיך מיט גרויס חסדים.


מיר האבן זיך מחי' געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן נישט צו האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, נישט צו פרעגן קיין קשיות נאר גלייבן אז אלעס האט א חשבון, מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן נאר אז וואס דער אייבערשטער טוט - איז אויסגערעכנט גוט, און דאס אז מען פארשטייט נישט - דאס איז די שיינקייט פון אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", אזוי דארף זיין, אזוי קומט עס זאל זיין און עס איז שיין עס זאל זיין קשיות אויפן אייבערשטן, דער רבי זאגט ווייטער: "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט - וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד, אבער - האט דער רבי אויסגעפירט: "וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן, ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה".


עס איז א מחי' צו זיין א שבת מיט אנשי שלומינו, מען ווערט גוט אנגעזאפט מיט גוטע חיזוק פאר נאך א וואך זיך צו קענען דערהאלטן צו קענען אנגיין, נישט ווערן צעפאלן פון וואס עס גייט אריבער.


ברודער נעם א משניות און זאג א פרק משניות, נעם א גמרא זאג א בלאט גמרא, די תורה וועט דיך היילן פיזיש און גייסטיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - וואס האט די כזית מרור מיט פרנסה?
פרנסה, פסח, קשיות, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פסח ווען מען עסט די כזית מרור זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן פרנסה", ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות ממון, סימן לה): "כַּזַּיִת מָרוֹר שֶׁאוֹכְלִין בְּפֶסַח, מְסֻגָּל לְפַרְנָסָה", די כזית מרור וואס מען עסט פסח – איז מסוגל פאר פרנסה.


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, וואס האט די כזית מרור מיט פרנסה? אז א מענטש נעמט זיך פאר, וואס עס וועט נאר אריבערגיין אויף אים, זאל זיין וואס זאל זיין, אפילו אלע מרור, אלע ביטערקייט פון דער וועלט – 'וועל איך נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, איך וועל קיינמאל נישט אוועקגיין פון אייבערשטן', דורכדעם וועט ער האבן פרנסה. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נח), ווען מען ווערט בכעס – פארלירט מען די פרנסה, און אז מען איז מקבל אויף זיך 'אפילו עס וועט זיין מרירות דמרירות וועל איך נישט ווערן בכעס, און נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, און נישט האבן קיין שום טענות אויף אים' - דורכדעם ווערט נמתק אלע דינים.


זאלסט האבן א פרייליכע יום טוב.

#53 - פרעג נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן
אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ח אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב נישט אויף, דראפע זיך און דערהאלט זיך, האב נישט קיין קשיות אויפן באשעפער, מיר קענען נישט פארשטיין דעם באשעפער'ס דרכים. פרעג נישט קיין קשיות, יעדע "פארוואס?" איז א קליפה. מוהרא"ש זאגט: "לָמָה" פארוואס? "יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - זאגט א גוי; א גוי פרעגט פארוואס, א איד פרעגט נישט פארוואס, א איד גלייבט אינעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווי אזוי? אט אזוי, אזוי ווי עס גייט, אזוי איז גוט, 'אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ'", וואויל איז פאר א איד וואס ער האט נישט קיין קשיות, נאר ער חזר'ט שטענדיג: "שֶׁכָּכָה לוֹ".


דאס וואס מיר פארשטייען נישט דעם באשעפער'ס דרכים - דאס איז די שיינקייט און גרויסקייט פון באשעפער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין דעם שבת - פרשת פרה - אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - א הערליכע שבת שקלים מיט אנשי שלומינו
חינוך הילדים, אמונה, צדיקים, שטעטל, שיעורים כסדרן, דאווענען, קשיות, גבאי, התבודדות, שבת שקלים

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת פרשת ויקהל בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב, עס איז געווען אויסנאם שיין, איך האב זייער הנאה געהאט צו פארברענגען מיט אנשי שלומינו, אלע זענען דארט פרייליך, מען לעבט מיט די עצות פון רבי'ן.


פרייטאג צו נאכטס האב איך געדאווענט אין בית המדרש פעולת הצדיק, עס איז געווען זייער שיין צו דאווענען דארט, מען דאווענט מיט א חיות און א געשמאק, די עלטערן זיצן מיט די קינדער, מען איז נישט פויל, מען איז מחנך די קינדער צו דאווענען. איך האב געזען די עלטערן ברענגען זיך מיט גוטע זאכן, קענדיס - פאר די קינדער, מיט דעם ציען זיי אן די קינדער זאלן וועלן בלייבן זיצן נעבן זיי און מיט דאווענען.


נאכן דאווענען האבן מיר געטאנצן "סימן טוב" פאר די בר מצוה פון א בחור וואס די משפחה קומט פון אומן; ביי די מלחמה זענען זיי אנטלאפן פון אומאן קיין שטעטל קרית ברסלב. איך האב געזאגט דעם בחור עס זאל אים נישט וויי טון אז ער איז נישט אין אומאן, יעצט איז ער ביים רבי'ן אליין; ווייל דארט וואו מען רעדט פון רבי'ן - דארט געפינט זיך דער רבי. מיר האבן גערעדט אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קצז; ריז): "אין אומאן איז גוט צו ליגן"; דער רבי האט נישט געזאגט מען זאל דארט וואוינען, וואוינען דארף מען אין א פלאץ וואו עס איז דא אן ערליכע חדר פאר די אינגלעך, אן ערליכע שולע פאר די מיידלעך, און א שול וואו מען קען זיך צאמקומען רעדן פון רבינ'ס עצות.


די גבאים האבן מיר געבעטן צו רעדן אפאר ווערטער נאכן דאווענען; גבאים דארף מען פאלגן, אז א גבאי שיקט צו צום עמוד דארף מען צוגיין, אז א גבאי זאגט זיין שטיל דארף מען זיין שטיל; די הצלחה פון א שול איז - אז מען האט דרך ארץ פאר די גבאים, עס איז דא א משמעת; האב איך אויך געפאלגט און גערעדט אפאר ווערטער פון דאס גרויסקייט פון דעם שבת - שקלים, אז מען קען זוכה זיין צו באקומען א גראדן קאפ, אן אויפגעהויבענעם קאפ. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז דעם שבת קומט משה רבינו "וזוקף ראשן של ישראל" (תנחומא כי תשא, ג), מיר האבן זיך מחזק געווען מען זאל רעדן צום אייבערשטן, בעטן אין די אייגענע שפראך מען זאל זוכה זיין צו א ריינע מח מחשבה.


נאכן דאווענען - אויפן וועג אהיים - האבן מיר געשמועסט שיינע זאכן פון רבי'ן, פון מוהרא"ש. עס איז א מהלך פון בערך א שעה, אבער מען האט נישט געשפירט ווי מען גייט א לאנגע וועג, ווייל ווען מען רעדט פון רבי'ן איז אזוי געשמאק. איך געדענק, מיר פלעגן גיין צו מוהרא"ש געוויסע שבתים, מיר האבן אריין געוואקט פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק, א וועג פון צוויי שעה, עס איז געווען פון די געשמאקסטע צייטן, די גאנצע וועג האבן מיר גערעדט פון רבי'ן און פון די עצות פון רבי'ן, מען האט נישט געשפירט ווי מען גייט א ווייטע וועג.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט סידור עת רצון, די שטיקל פון "מצות אהבת ישראל", מקבל זיין פארן דאווענען די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך". מוהרא"ש זאגט דארט, ווען מען האט א פיינט, מען האט צוטון מיט אנדערע - גייט די גאנצע דאווענען אוועק מיט טראכטן פון דעם פיינט און פון די מענטשן מיט וועם מען האט צו טון, אבער ווען מען איז מקבל די מצוה פון 'ואהבת לרעך כמוך', מען האט ליב יעדן איינעם, עס גייט גארנישט אן, עס גייט נישט אן קיין זאכן פון אנדערע, מען ווייסט 'אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז ממלא כל עלמין און ער איז סובב כל עלמין, עס איז נישטא קיין מציאות מבלעדיך כלל, און אין יעדע תנועה איז ער, דומם צומח חי מדבר - אלעס איז ער אליין' - דעמאלט קען מען דאווענען.


איך האב אויסגעפרעגט אנשי שלומינו ווער עס האט שוין אמאל געלערנט דעם סידור עת רצון, קינער האט נישט געלערנט דעם סידור, אינטערעסאנט, מען איז עוסק אין הפצה, און פאר זיך אליין לערנט מען נישט די ספרים, אפשר זאל מען רופן די מפיצים אין שטעטל, זיי זאלן קומען מפיץ זיין פאר אנשי שלומינו דעם סידור, עס איז פון די שענסטע ספרים וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן; אז מען לערנט די סידור איז ביטול הבחירה, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


אויך האבן מיר געלערנט די שטיקל פון "כניסה לבית הכנסת", פון קומען אין שול מיט דרך ארץ; מיר האבן געלערנט וואס מוהרא"ש שרייבט, כמעט אלע השגות פון אריז"ל האט ער זוכה געווען פון קומען אין שול מיט א ציטער און א דרך ארץ, עיין שם.


דאס דאווענען איז געווען זייער שיין און ווארעם, די מלמדים האבן גענומען די קינדער נעבן דעם בעל תפילה און צוזאמען געזינגען די הערליכע שטיקליך פון "אור פניך עלינו אדון נשא", עס איז געווען אזוי שיין, עס האט געעפנט די הארץ זיך צו קענען אויסגיסן צום אייבערשטן און בעטן: "'אור פנים עלינו אדון נשא', הייליגער באשעפער, העלף מיר זאלן שוין זוכה זיין צו לעבן מיט דיר, טראכטן נאר פון דיר, רעדן פון דיר און נאר דיך זען'.


וואס זאל איך דיר זאגן, אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען איז זיך מתבודד, מען רעדט צום אייבערשטן אין די אייגענע שפראך - איז די גאנצע דאווענען אנדערש, מען פלעכט אריין אינעם דאווענען אייגענע תפילות, ווערט די גאנצע דאווענען א שטיק התבודדות.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען אין פעלד שפאצירן, עס איז געווען א שיינע וועטער, נישט צו קאלט, עס איז געווען א מחי'. איך האב געשפירט טעם גן עדן, דאס איז נישטא אין שטאט; אין שטאט גייט מען אויך שפאצירן, אבער די שפאצירן אין שטעטל אין פעלד - איז גאר אנדערש; וואויל איז דער וואס לעבט מיט דעם, וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן.


נאכן דאווענען ביי ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט פון די מעשה פון די חגר (ספורי מעשיות, מעשה ג), אז די שדים האבן צוגענומען די כח פונעם קעניג, האבן מיר גערעדט אז די כח דאס איז די מח, ווייל ווי לאנג דער מענטש לעבט מיט אמונה האט ער כח פאר אלעס, און ווען מען פארלירט די אמונה - פארלירט מען די כח.


אויך האבן מיר גערעדט, דער רבי זאגט אין די מעשה אז דער חבר האט געזאגט פאר די טאטע און מאמע פון די שדים אז "מיין משפחה נאמען האבן זיי נישט געקענט, דעריבער האבן זיי מיר נישט געקענט מזיק זיין, אבער דיין זונ'ס נאמען האבן זיי געקענט - האבן זיי אים גענומען און מען פייניקט אים"; דא איז מרומז די זאך פון מאכן אן עסק פון זיך און פון די משפחה, די וואס זענען בטל צום אייבערשטן - קען מען גארנישט טון.


דאנערשטאג נאכט איז געווען די וועכנטליכע שיעור אין סטעטן איילאנד, עס איז זייער א שיינע ווינקל דארט, זייער א שיינע חבורה פון אנשי שלומינו.


מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה מיט א סעודת ראש חודש, מיר האבן גערעדט אז מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מקושר צום צדיק, בלייבן ביים רבי'ן. דער רבי האט דערציילט, ער איז געווען ביי א חתונה און דער בדחן האט זיך פארשטעלט ווי אן אדמו"ר; געמאכט תנועות, געפראוועט, און ער איז ארויס און צוריק געקומען אנגעטון ווי א גלח, און דער גאנצער עולם האט געלאכט; האט דער רבי געזאגט: "אט איז מען א מלאך און אט איז מען א גלח"; האבן מיר גערעדט פון דעם ווי שטארק מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מיט די געפיל צום רבי'ן, אט ברענט מען, מען שפירט אלע טעמים פון התקרבות לצדיק וואס מאכט דיך בענקען צום אייבערשטן, און אט פאלט מען אראפ, מען ווערט א חסיד שנפל, וואס איז אזוי שלעכט - גרוע ממשומד, מען קילט זיך אפ, מען ווערט קלוג, מען פארשטייט בעסער פון רבי'ן, רחמנא לצלן.


דער רבי ברענגט דעם מענטש צו אזעלכע שיינע זאכן, און דאך איז די בחירה אזוי גרויס; נאכן באקומען פון רבי'ן א וועג צו לערנען, א וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און א וועג ווי צו לעבן מיט די ווייב - פלוצלונג ווערט מען קלוג און מען הויבט אן טראכטן 'וואס דארף איך דאס אלעס? וואס איז שלעכט אן דעם?' מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם.


נאכן דרשה איז געווען א שיינע מעמד, די קינדער זענען געקומען מיט זייערע אוצרות, אלע האבן געזאגט זייערע סיומים, א תענוג ונחת צו זען די קינדער ווי אלע האבן שיעורים אין משניות און גמרא.


איך וויל דיך בעטן זאלסט זיך אויפפרישן, זאלסט צוריק אנהויבן דיינע שיעורים, זאלסט אפלאזן די צאמקומען פון חברים וואס מען רעדט פאליטיק און מען טרינקט לחיים, נעם צוריק די עכטע חברים, די הייליגע ספרים; די משניות, גמרא, מדרש, ספרי רבינו; די חברים וועלן דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגות.


אם ירצה ה' די וואך שבת און אזוי אויך די קומענדיגע וואך שבת, אויך פורים און שושן פורים וועל איך זיין אין וויליאמסבורג.


פורים, זונטאג פארנאכטס וועט זיין א סעודה אין ישיבה, אזוי אויך שושן פורים נאכמיטאג וועט זיין א סעודה אין ישיבה.


מיר האבן א רבי מיט גוטע עצות, מיר דארפן איין זאך, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן, מיר דארפן אוועק לייגן די אייגענע שכל און טון וואס די הייליגע צדיקים זאגן אונז.


א פרייליכן חודש.


 

#51 - הייליגער באשעפער, איך האב פארלוירן מיין געפיל אין רבי'ן
תפילות אויף אידיש, היכל הקודש, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי התבודדות, גיי שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, האב רחמנות אויף מיר, איך ווייס נישט וואס איז געשען מיט מיר, איך האב פארלוירן מיין געפיל אין רבי'ן, איך האב פייגלעך אין קאפ, איך וויל אפלאזן דעם רבי'ן; הייליגער באשעפער וואס איז מיט מיר? איך האב פארגעסן מיינע חטאים, איך בין שוין א פארשטייער, איך ווייס שוין און פארשטיי שוין, איך פרעג 'פארוואס רעדט מען אזוי?' און 'פארוואס טוט מען אזוי?' הייליגער באשעפער וואס איז געשען מיט מיר?"

#50 - נישטא קיין שלעכטס, נישטא קיין גרייזן
אמונה, התחזקות, קשיות, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


"אז עס איז גאר שלעכט, איז מען זיך אינגאנצן מבטל", אזוי האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן, האט רבי נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט אים דער רבי געענטפערט (שיחות הר"ן, סימן רעט): "מען פארמאכט די מויל און מען פארמאכט די אויגן, דאס איז ביטול"; אז מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען פרעגט נישט קיין קשיות און מען וויל גארנישט פארשטיין, מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, נישטא קיין שלעכטס, נישטא קיין גרייזן, אלעס אלעס איז לטובה, בצדק ובמשפט ובחסד וברחמים.


געב זיך איבער צום אייבערשטן, און חזר אמונה; חזר זיך: "אלעס איז דער אייבערשטער", דומם צומח חי מדבר, אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס מאכט ער, אלעס טוט ער, נישטא קיין טעותים.

#49 - אן התבודדות, קומט מען צו כפירה רחמנא ליצלן
אמונה, קשיות, פורים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


יעצט קומט די הייליגע יום טוב פורים, ווען מען קומט צו די הויכע מדריגה פון 'עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי', וואס צדיקים זאגן אז דאס איז די מדריגה פון עולם הבא, וואס וועט זיין כולו הטוב והמטיב; פורים קומט אראפ אזא קדושה, מעין עולם הבא, מען מאכט נישט קיין חילוק פון טוב אדער רע, מען ווייסט און מען גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער.


דאס ברענגט דער רבי אריין אין אונז, מיר זאלן א גאנץ יאר לעבן מיט דעם, א גאנץ יאר זאלן מיר לעבן מיט א קלארע שטארקע לויטערע אמונה, צו וויסן אז אלעס איז לטובה, אלעס איז מיט א חשבון.


גיי התבודדות, אָן התבודדות קומט מען צו כפירה, מען קען גיין אנגעטון מיט די שמונה בגדים און האבן קשיות אויפן אייבערשטן רחמנא לצלן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "פון די ברייטע ארבל רינט מינות וכפירה רחמנא לצלן", נאר אז מען גייט יעדן טאג התבודדות, מען שמועסט מיטן אייבערשטן, נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד מיט ריינע הייליגע מחשבות.


 

#48 - ווען מען קען נישט טאנצן ביי די אייגענע חתונה
שמחה, אמונה, חתונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אייער ווייטאג, אז איר האט זיך צעבראכן אייער פוס, איר וועט נישט קענען טאנצן ביי אייער אייגענע חתונה, און אויך דארפט איר אריבערגיין א סערדזשערי, עס טוט זייער וויי.


אבער טייערע כלה ... תחי', שטארקט זיך, זייט פרייליך, איי וועט איר פרעגן, ווי אזוי שטארקט מען זיך אין אזא מצב? דער ענטפער איז, מען שטארקט זיך מיט אמונה, אז מען ווייסט 'דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס'; מיט אמונה, מיט גלייבן אז עס איז נאר פאר אונזער טובה - מיט דעם קען מען זיך שטארקן.


געלויבט דעם אייבערשטן איר זענט געזונט, אייער חתן איז געזונט, און דער אייבערשטער וועט אויסהיילן אייער פוס, נאך אביסל האט איר צוריק געזונטע פיס, זאלט איר זיך זייער שטארקן און זיין זייער פרייליך.

#47 - פארוואס האט די כלה זיך צעבראכן די פוס פאר די חתונה?
שמחה, אמונה, שמחות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און גיי צו די שמחה מיט גרויס שמחה; אז דיין טאכטער די כלה האט זיך צעבראכן די פוס זאלסטו נאכאלץ זיין פרייליך, ווייל דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, מען דארף גלייבן אין דעם.


די הייליגע חכמים דערציילן (נדה לא.): "שְׁנֵי בְּנֵי אָדָם שֶׁיָּצְאוּ לִסְחוֹרָה", צוויי מענטשן האבן איינגעקויפט סחורה דאס צו פארקויפן אין א צווייטע מדינה, "יָשַׁב לוֹ קוֹץ לְאַחַד מֵהֶן", גייענדיג צום שיף האט זיך איינער פון זיי צעבראכן די פיס און ער האט נישט געקענט גיין צום שיף, די שיף איז אוועק געפארן מיט'ן אנדערן שותף, מיטנעמענדיג אלע סחורה, און דער מענטש מיט'ן צעבראכענעם פוס איז אונטערגעבליבן, "הִתְחִיל מְחָרֵף וּמְגַדֵּף", האט דער מענטש אנגעהויבן רעדן קעגן די אמונה, ער האט געהאט טענות צום אייבערשטן, "לְיָמִים שָׁמַע שֶׁטָבְעָה סְפִינָתוֹ שֶׁל חֲבֵירוֹ בַּיָּם הִתְחִיל מוֹדָה וּמְשַׁבֵּחַ", נאך א שטיק צייט האט ער געהערט אז די שיף איז איינגעזינקען אין וואסער מיט אלע מענטשן מיט די גאנצע סחורה, האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיה יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט געצערנט אויף מיר און מיר צעבראכן מיין פיס, "יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", ווייל אזוי בין איך געראטעוועט געווארן פון ווערן דערטראנקען; אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, דער רבי לערנט אויס דעם מענטש אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אים, אפילו וואס עס זעט אויס ווי שלעכטס.


רוב מעשיות ענדיגן זיך נישט אזוי, רוב מעשיות ענדיגן זיך אן דעם וואס מען זאל הערן אז דער שיף איז איינגעזינקען, מען בלייבט מיט די צעבראכענע פיס, מען בלייבט מיט'ן פארשפעטיגן די שיף; טאקע דערפאר זענען זייער אסאך מענטשן צעבראכן, זיי פארלירן די אמונה, זיי האבן קשיות, אבער אז מען איז מקורב צום הייליגן רבי'ן, דעמאלט דאנקט מען דעם אייבערשטן אפילו מען ווייסט נישט דעם אויספיר, פארוואס דער אייבערשטער האט געמאכט מען זאל זיך צעברעכן די פיס, מען ווייסט נישט פארוואס מען האט פארשפעטיגט די שיף, פארוואס מען האט פארלוירן די געשעפטן; מען בלייבט געטריי.


הער א מעשה, עס איז געווען א איד וואס האט געדארפט כאפן א פליגער צו די חתונה פון זיין קינד, למעשה האט ער פארפאסט די פליגער און נישט געקענט זיין ביי די חתנה, ער האט זיך געבעטן מען זאל אים אריינלאזן אבער די מאנשאפט האבן געזאגט מען לאזט מער נישט אריין. דער איד איז געווען זיער צעבראכן, ער האט געוויינט, די ווייב האט געוויינט, אלע האבן געוויינט, ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן, ביז ער טרעפט א איד, און יענער פרעגט אים: "וואס ביסטו אזוי בעצבות?" דער איד דערציילט אים ווי ער האט געדארפט כאפן א פליגער אנצוקומען צו זיין קינד'ס חתונה און ער האט דאס פארפאסט מיט אפאר סקונדערס, פרעגט אים דער איד: "אויב וואלסטו געהערט אז די פליגער האט געקראכט און אלע פאסאנזשירן זענען גע'הרג'עט געווארן, וואס וואלסטו געטון?" זאגט ער: "וואס הייסט וואס איך וואלט געטון? איך וואלט געטאנצן אין גאס און געמאכט א גרויסע סעודת הודאה, און איך וואלט דערציילט פאר יעדן איינעם די ניסים און חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר, ווי ער האט מיך געראטעוועט"; זאגט אים דער איד: "קומט אויס אז דער אייבערשטער דארף גיין הרג'ענען א גאנצע פליגער מיט אומשולדיגע מענטשן אז דו זאלסט זיין פרייליך, און נאר דעמאלט וועסטו אים דאנקען, און אז דער אייבערשטער ראטעוועט יעדן איינעם איז דיר נישט גוט?!"


עס ליגט אין דעם זייער א טיפע געדאנק, מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אפילו מען זעט נישט און מען פארשטייט נישט.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, אז דו וועסט זיין פרייליך און דו וועסט פרייליך מאכן דיין טאכטער, דו וועסט טאנצן און שפרינגען - וועסטו זוכה זיין אז די בעטלערס וועלן קומען צו דיר אויף די חתונה, אויך דער בעטלער אן די פיס.





 


 





 

#46 - האלטן חשוב און טייער די ווייב
אמונה, שלום בית, קשיות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תרומה, שובבי"ם, ג' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך מיט אלע כוחות, נעם אריין אין דיר אמונה, אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, טוט אלעס און איז אלעס, עס איז נישט דו און נישט יענער, עס איז נאר דער אייבערשטער אליינס, קיינער מאכט נישט, קיינער טוט נישט, אלעס איז ער אליינס; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס אלעס איז דער אייבערשטער.


אז דו וועסט האלטן חשוב און טייער די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן, דיין ווייב; זי וועט זיין די חשוב'סטע זאך ביי דיר, דו וועסט רעדן שיין צו איר, דו וועסט זוכן דאס גוטס ביי איר - וועט דיין שטוב זיין א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, און אלע ברכות וועט זיין אין שטוב.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא אפילו בגירסא, אפילו אן פארשטיין; זיי נישט מוותר אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - דער אייבערשטער מאכט נישט קיין טעותים
תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זיסער ... נרו יאיר


אויבן אין הימל קוקט מען אנדערש אויף אונז, אויבן קוקן מען נישט ווער האט געלט, ווער האט א פאלאץ, א טייערע קאר, אויבן אין הימל קוקט מען אויף איין זאך, מען קוקט אויב דער מענטש דערהאלט זיך, אויב מען בלייבט מיט אמונה.


דאס מעסט זיך דאס גרויסקייט פון א איד, אז ער האט נישט קיין קשיות אויף די אמונה, ער האט נישט קיין תרעומות אויף די אמונה, ער ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט נישט קיין טעותים, נישטא קיין טעות, אלעס איז בצדק ובמשפט, אלעס איז חסדים.


שטארק זיך מיט אמונה, שטארק זיך מיט תפילה. וואוינסט אין די גלילות פון קרית יואל, זיי נישט קיין בטלן, כאפ זיך ארויף צום ציון המציונת, קודש הקדשים, פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער, זיי זיך מתבודד, בעט פאר דיר און פאר דיינע דורות.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זיך צו דיר.

#44 - עס וואלט נישט געקענט זיין בעסער
אמונה, התחזקות, נסיונות, ספרי ברסלב, נקודות טובות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אויב מען טראכט 'עס וואלט געקענט זיין בעסער' – איז דאס אפיקורסות, א איד טאר נישט אזוי טראכטן. דער אייבערשטער האט גענוג מלאכים, דער אייבערשטער האט אונז באשאפן מיט ירידות, מיט נפילות, מיט חלישות הדעת, מיט צרות – צו זען ווי מיר טוען צו אים רעדן, ווי מיר אנטלויפן נאר צו אים.


קיינמאל זאלסטו נישט זאגן: "עס וואלט געקענט זיין בעסער", אז מען פרעגט דיר: "וואס מאכסטו? וואס טוט זיך?" זאלסטו יעדן איינעם זאגן: "דער אייבערשטער מאכט מיר נאר גוטס"; עס קען נישט זיין בעסער, עס קען נישט זיין מער גוט פון וואס דער אייבערשטער מאכט.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, לערן די שיינע בריוו פון אשר בנחל, די הייליגע עצות, די זיסע חיזוק. ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים – דער האט א קלארע אמונה, אים איז גוט און פיין; מען מוז האבן דעם רבי'ן, מען מוז זיך צובינדן צום רבי'ן, אנעם רבי'ן זענען מיר פארלוירענע.


קויף נישט קיין צייטונג, נעם נישט אריין אין שטוב קיין שום מאגעזין, לערן און ליין דעם רבינ'ס עצות און התחזקות.


פריי זיך מיט דיין בארד, מיט דיין פיאות, מיט דיין קאפל, מיט דיין ציצית און תפילין.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זיך צו די צייטן וואס דו האסט געאטעמט דעם רבי'ן.


 

#43 - וואו איז די הבטחה פון די הייליגע תורה?
כיבוד אב ואם, אמונה, התחזקות, קשיות, תפילה, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פראגע.


אז אייער בחור פרעגט אייך: "וואס איז פשט, עס שטייט דאך אין די תורה (שמות כ, יא): 'כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ', איז ווי קען זיין אז טאטי - וואס האט אזוי מכבד געווען זיין טאטע - איז געשטארבן אזוי יונג?" ער פרעגט: "ווי קען זיין עס שטייט אין די תורה איין זאך און מען זעט עס איז נישט אזוי?" איר ווילט וויסן וואס אים צו ענטפערן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חולין קמב.) עס איז געווען א תנא וואס איז געווארן אן אפיקורס, ווייל ער האט געזען ווי איינער בעט זיין זון: "קריך ארויף אויפן בוים, ברענג מיר פייגלעך צו עסן", דער קינד איז ארויפגעקראכן אויפן בוים און געטון סיי די מצוה פון כיבוד אב און סיי די מצוה פון שלוח הקן, ער האט אוועקגעשיקט די מאמע פייגל, און פלוצלונג איז ער אראפגעפאלן און געשטארבן; האט ער געפרעגט, ווי קען זיין איינער וואס טוט כיבוד אב, וואס די תורה זאגט לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ, דו וועסט לאנג לעבן, און אויך טוט ער די מצוה פון שלוח הקן וואס די תורה זאגט אויך ביי די מצוה דו וועסט לאנג לעבן, "הֵיכָן אֲרִיכוּת יָמָיו שֶׁל זֶה, וְהֵיכָן טוֹבָתוֹ שֶׁל זֶה", ווי איז די הבטחה פון די תורה? האט ער אפגעלאזט די אידישע וועג און געווארן אן אפיקורס.


די הייליגע חכמים זאגן אונז אז דאס גייט ארויף אויף די נשמה אין גן עדן; דער וואס טוט די מצוה פון כיבוד אב און אזוי אויך די מצוה פון שלוח הקן - דער וועט לעבן א לאנגע לעבן אין גן עדן, ער וועט באקומען זייער אסאך שכר אין עולם הבא; זאגט פאר אייער בחור וואס די הייליגע חכמים דרשנ'ען, און אז טאטי האט מכבד געווען מיט זיין גאנצע הארץ זיידי - האט ער יעצט גרויס שכר.


רעדט אסאך צו די קינדער פון אמונה, זיי זאלן וויסן אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, עס איז דא אסאך קשיות אויפן אייבערשטן און דאס איז גאר זיין שיינקייט און גרויסקייט. דער תנא וואס האט געהאט די קשיא וואו איז די אריכת ימים אויף כיבוד אב ואם, האט אויך געהאט א קשיא אויף שכר ועונש; ער האט געזען איינע פון די הייליגע צדיקים פון די עשרה הרוגי מלכות, ווי א דבר אחר האלט אין מויל די צינג פון רבי חוצפית המתורגמן, האט ער געזאגט: ווי קען זיין 'פה שהפיק מרגליות' א מויל וואס האט געלערנט און געדאווענט, 'ילחוך עפר' זאל ליגן אין די מיסט?! דאס האט אים געמאכט ער זאל אפלאזן די תורה וועג.


פרעגלט אין די קינדער אמונה; יעדע מאל מען זיצט מיט קינדער ביי א סעודה, ביי א פארברענג - רעדט מען פון אמונה; אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, מען חזר'ט די ווערטער פון רבי'ן וואס זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


חזר'ט מיט די קינדער אמונה, זיי זאלן זיך דרייען צווישן אנשי שלומינו וואס רעדן נאר אמונה; ווי מער מען חזר'ט אמונה - איז דאס לעבן גוט און זיס, און אז מען האט נישט קיין אמונה, אפילו מען איז א למדן און מען קען גוט לערנען - קען מען פלוצלונג אלעס אפלאזן, מען זעט ביי אסאך שטיבער א קינד פאלט אוועק, מען וואונדערט זיך 'וואס קען דאס זיין? דאס קינד איז געווען א גוט קינד'; דער ענטפער איז, מען רעדט נישט גענוג פון אמונה, אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס - מיט א פינקטליכע חשבון און מיר ווייסן גארנישט.


זייט מחזק די קינדער די יתומים; זאגט זיי, מיט יעדע ווארט תורה און יעדע ווארט תפילה - מאכן זיי א נחת רוח פאר די נשמה פון זייער טאטע. מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי הונגעריג א נשמה איז, ווי זיי זענען זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס די קינדער טוען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - חסדי השם יתברך אז איך האב זוכה געווען צו חתונה מאכן נאך א קינד
אמונה, היכל הקודש, שמחות, קשיות, ספר תורה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, שובבי"ם, ו' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך אז איך האב זוכה געווען צו חתונה מאכן נאך א קינד, מיין טייערער זון שמעון נרו יאיר מיט אברהם משה נרו יאיר. איך האב געלערנט אינאיינעם מיט אברהם משה אין ישיבה און איך האב אים מקרב געווען צום רבי'ן, און אלע יארן זענען מיר אינאיינעם פארנומען צו אויפשטעלן די ישיבה, חדר, בית פיגא און נאך אסאך גוטע זאכן.


נעכטן איז געווען שבע ברכות אין שטעטל ביים מחותן אין שטוב, איך בין ארויסגעפארן מיטהאלטן די שמחה, עס איז געווען זייער א שיינע שבע ברכות. מיר האבן געדענקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; ווי וואלטן מיר געווען, ווי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם רבי'ן? אן מוהרא"ש מיט די הייליגע לימודים?


אויך איז געווען נעכטן די כתיבת האותיות פארן ספר תורה וואס די קהילה האט געשריבן לזכר נשמת מורינו מוהרא"ש; איך האב געשריבן די ווארט 'אשר' וואס אין די ווארט איז מרומז מוהרא"ש.


די הכנסת ספר תורה וועט זיין מוצאי שבת פונעם יארצייט, קומענדיגע וואך שבת פרשת בשלח געפאלט די יארצייט פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; מיר וועלן זיך צוזאמקומען אינאיינעם, אלע משפחות אנשי שלומינו - אויף א שבת התוועדות, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען פון די אויסדערוועלטע וואס האבן זוכה געווען אנצוקומען אין היכל הקודש, קודש קדשים; מיר האבן שוין געהאט געמאכט אזעלכע שבתים פון אלע תלמידי הישיבה, יעצט וועט דאס זיין אינעם יארצייט - וועט דאס האבן אן אנדערע באדייט, עס איז ווערד אלע געלטער מיט צו האלטן די שבת התוועדות.


איך בעט דיר זייער, האב נישט קיין קשיות אויף די אמונה; גלייב אינעם אייבערשטן אז אלעס איז לטובה. היינט אינדערפרי בין איך געווען מיט איינע פון מיינע קינדער ביים ציין דאקטער, מיין קינד האט זייער געוויינט און נישט פארשטאנען פארוואס איך און מיין ווייב טוען דאס צו אים; וויפיל מיר האבן פרובירט אים צו זאגן: "מיר ווילן נאר דיין טובה, זאלסט נישט האבן קיין לעכער" - האט ער דאס נישט געוואלט אננעמען.


בשעת מעשה טראכט איך 'אזוי קוקן מיר אויס ווען מיר האבן טענות אויפן באשעפער, דער אייבערשטער וויל נאר אונזער גוטס, ער מאכט נישט קיין שלעכטס, און מיר האבן טענות'; מיר דארפן שוין אפלאזן אלע טענות, און אנהויבן גלייבן אז אלעס איז נאר פאר אונזער טובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג, בלייבט מען געטריי דעם אייבערשטן
כיבוד אב ואם, לימוד התורה, דאווענען, קשיות, מנין, תמימות

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה ועוד, אויך זאלסטו זיין שטארק מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין, בתמימות ופשיטות. די גרעסטע זאך איז דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, בלייבן געטריי דעם אייבערשטן אן קיין קושיות און אן קיין תרעומות; מיט אמונה פשוטה, אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג – בלייבט מען געטריי דעם אייבערשטן.


 


זיי מכבד דיין ווייב, אויך דיין שווער און שוויגער זאלסטו מכבד זיין; ווען דו גייסט צו זיי זאלסטו זיך באדאנקען נאכאמאל און נאכאמאל, און חס ושלום קיינמאל נישט טענה'ען.


 

#40 - וויל נישט פארשטיין, וואס דו קענסט נישט פארשטיין
עבירות, קשיות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז אפ אלע חכמות, הער אויף מיט די אויבער'חכמ'קייט; טו וואס דער אייבערשטער הייסט - וועסטו געראטעוועט ווערן פון אלע צרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ו, ו): "יֵשׁ מַזִּיק", עס איז דא א מלאך וואס שעדיגט דעם מענטש, "שֶׁקּוֹשֵׁט כְּחֵץ", עס שיסט ווי א פייל, "וְטָס כָּעוֹף", און פליט ווי א פייגל, און ער מאכט צרות פארן מענטש. "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט, "אִם קִיַּמְתָּ מִצְוַת שִׁלּוּחַ הַקֵּן", אויב דו טוסט די מצוה פון שלוח הקן, "אֲנִי מַצִּילְךָ מֵאוֹתָן", וועל איך דיך ראטעווען פון זיי, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (תהלים צא, ה) "לֹא תִירָא מִפַּחַד לָיְלָה", וועסט נישט מורא האבן פון די שרעק פון די נאכט, "מֵחֵץ יָעוּף יוֹמָם"; מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין אז דאס גייט ארויף אויף וואס רבי נתן זאגט (עיין לקוטי הלכות בשר בחלב הלכה ד, אות ב), "שַׁלֵּחַ תְּשַׁלַּח אֶת הָאֵם", שיק אוועק דיינע חכמות, 'אֵם' - דאס איז חכמות, "וְאֶת הַבָּנִים תִּקַּח לָךְ" (דברים כב, ז) - דאס מיינט מען די מעשים טובים; די עצה פטור צו ווערן פון די מזיקים וואס ווערן באשאפן פון פגם הברית, איז דורך אוועק ווארפן די חכמות המדומות און טון מצוות ומעשים טובים.


ווען מען איז פוגם בברית ווערט די מח אינגאנצן פארדרייט, מען הויבט אן האבן קשיות אויפן אייבערשטן חס ושלום, קשיות אויף צדיקים, מען איז אין א גרויסע סכנה; די איינציגסטע עצה ווי אזוי מען קען זיך ראטעווען - איז דורך זיך פירן בתמימות ופשיטות, ווייטער דינען דעם אייבערשטן אן קיין חכמות.


איך בעט דיך זייער, לאז אפ אלע חכמות, וויל נישט פארשטיין וואס דו קענסט נישט פארשטיין, און זוך נישט צו פארשטיין וואס איז דיר נישט מעגליך צו פארשטיין; מיר דארפן טון וואס די הייליגע צדיקים זאגן אונז, לערנען און דאווענען און זיין זייער פרייליך; דאס זאגן די הייליגע חכמים, אין זכות פון שלוח הקן, אז מען ווארפט אוועק די חכמות, מען טוט מצוות און מעשים טובים - ווערט מען געראטעוועט פון די מזיקים וואס ווערן באשאפן פון פגם הברית, דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון דעם.


 דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - פרעגן קשיות אויפן אייבערשטן איז זייער ביטער
אמונה, התחזקות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פרעג נישט קיין קשיות אויף די אמונה. שלמה המלך זאגט (משלי יז, כח): "גַּם אֱוִיל מַחֲרִישׁ" אפילו א נאר וואס שווייגט, "חָכָם יֵחָשֵׁב" דער איז א פארשטאנדיגער מענטש; ווייל פרעגן קשיות אויפן אייבערשטן איז זייער ביטער, דער מענטש טוט נארישקייטן, מען טוט עבירות און דאס ברענגט שוועריקייטן - און ביים סוף האט ער נאך טענות אויפן אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט (שם יט, ג): "אִוֶּלֶת אָדָם" די נארישקייט פונעם מענטש, דאס מיינט מען די עבירות זיינע – "תְּסַלֵּף דַּרְכּוֹ" פארקרומט זיין וועג, דאס מיינט עס ברענגט שטראף, עס ברענגט צרות, "וְעַל ה' יִזְעַף לִבּוֹ" און דער מענטש ווערט ברוגז אויפן אייבערשטן, ווען ער אליינס האט שאדן געמאכט; אויב אבער מען האט נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן - איז מען שוין ווי א חכם.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "יעדע קשיא איז א קליפה", יעדע פארוואס איז סכנות נפשות, מען קען אוועק פאלן אינגאנצן פון די הייליגע אמונה; מען דארף וויסן אז אלעס וואס דער אייבערשטער מאכט - איז פאר אונזער טובה, "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו" (תהילים קמה, יז), דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, און אז מען פארשטייט נישט ווי ער מאכט און ער פירט - דארף מען וויסן אז מען קען נישט פארשטיין און מען וועט דאס נישט פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.