בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גמרא נעמט ארום מיט הייליגע מלאכים
סיום, מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זייער פרייליך צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט געמאכט א סיום אויף די ערשטע מסכתא אין ש"ס, מסכת ברכות, און אויך האסטו מסיים געווען מסכת שבת, און דו גייסט ווייטער, דו לערנסט יעצט מסכת עירובין; עס איז אזוי שיין צו זען א קינד פון כיתה ו', צען יאר אלט - לערנט פלייסיג די הייליגע תורה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


שטארק זיך ווייטער צו לערנען די הייליגע תורה, מוהרא"ש זאגט: ווער עס לערנט 'גמרא' ווערט ארומגענומען מיט פיר מלאכים: מלאך ג'בריאל, מלאך מ'יכאל, מלאך ר'פאל און מלאך א'וריאל, וואס איז די ראשי תיבות פון ג'מ'ר'א', און אז מען לערנט גמרא איז מען ארומגענומען מיט די הייליגע מלאכים וואס זיי זענען די מרכבה פארן אייבערשטן.


געב א גרוס פאר דיין טאטע, איך געדענק ווי דיין טאטע אלס בחור אין ישיבה האט זייער זייער פלייסיג געלערנט, און איך פריי זיך צו זען אז דו גייסט אין זיינע וועגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.