בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - אוועקשטעלן קאמערעס אויף די גאסן אין שטעטל
שטעטל, שמירה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, חבר הנהלת קהילת היכל הקודש


איך וויל זייער מען זאל אוועק שטעלן אויף יעדע גאס אין שטעטל כאטשיג איין קאמערע וואס קען אפכאפן יעדע קאר וואס פארט אריבער און ליינען די נומערן פון די לייסענס, אין פאל אז אויב עפעס שלעכטס פאסירט חס ושלום, זאל מען קענען נאכגיין און דאס אפשטעלן.


עס איז געווען די זומער, א קאר האט זיך אפגעשטעלט פרייטאג צו נאכטס און א באנדע שקצים זענען באפאלן א פרוי, זי האט אזוי געשריגן צום אייבערשטן אז א נס איז געשען, זיי זענען אנטלאפן, און דאס האט אויסגעקלאפט אויף די קינדער, עס האט זיי אריינגעווארפן אין א איבערגעטריבענע שרעק השם ישמרינו, נישט צו וועלן ארויסגיין א טריט פון שטוב. אויך האב איך געהערט פון עטליכע משפחות אז עס איז דא גנבים וואס גנב'ענען פאסט; ביינאכט פארן זיי ארום באקוקן די פאסט קעסטלעך, אויך פאר די וואס פארן שנעל און לייגן אונזערע קינדער אין א סכנה.


דו פרעגסט מיר כסדר וואס איז די ארבעט פון די הנהלה, וואס דארפן ענק טון? דאס איז איינע פון די פליכטן פון די הנהלה, זארגן פאר די וואוילזיין פון די קהילה.


גיי יעדן טאג א שפאציר צווישן די גראז, הייב אויף דיינע הענט און דיינע אויגן צום הימל און זאג אפאר ווערטער, זאג אויף דיין מאמע לשון: "הייליגער באשעפער העלף מיר, האב אויף מיר רחמנות, די לעבן גייט מיר אריבער מיט אזעלכע שטותים, איך פארגעס פון דיר, איך טראכט פון נארישקייטן, העלף מיר איך זאל נישט מסיח דעת זיין פון דיר רבונו של עולם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#7 - שמירה אין שטעטל ווען מען פארט קיין אומאן
שטעטל, ראש השנה, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, חבר הנהלת קהילת היכל הקודש, קרית ברסלב


מען דארף זען עס זאל זיין שמירה אין שטעטל אין די טעג וואס מיר פארן קיין אומאן, איך בין נישט רואיג צו איבער לאזן א גאנצע שטעטל פון בלויז פרויען און קינדער, מען דארף שטעלן שמירה ביי די שול און אויך ביי די שטיבער.


מוהרא"ש פלעגט שטעלן אין יבנאל שומרים אין די טעג וואס אלע אנשי שלומינו זענען געפארן קיין אומאן.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט, פארגעס נישט די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיר דיר אויף טריט און שריט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#6 - צניעות היט פון אלעם שלעכטס
חברים, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס, אז עס קומט א שמחה ביי ענק; דער אייבערשטער זאל העלפן די חדשים זאלן אריבערגיין גרינג, און איר זאלט האבן בנקל ובנחת.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן גוטע חבר'טעס און זיך דרייען צווישן א גוטע סביבה וואס צניעות איז נישט א נעבעכדיגע זאך, איר זאלט ליב האבן די שיינע אידישע איידעלע רייכע וועג, נישט ווי די פעלקער וואס האבן גע'הרג'עט אונזערע זיידעס און באבעס.


גייט נישט ארויס פון שטוב אן טייץ, גייט אנגעטון איידל, וועט איר זיין געזונט, אן קיין מחלות חס ושלום.


צניעות היט פון אלעם שלעכטס.

#5 - דאנקען דעם אייבערשטן איז די בעסטע סגולה און שמירה
קינדער, תודה והודאה, סגולות, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ג אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין זייער פרייליך אז עס איז דא גוטע נייעס ביי ענק, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח און אלעס זאל זיין בנקל ובנחת.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט חתונה געהאט און אז עס איז דא גוטע נייעס; דאס איז די בעסטע סגולה, די בעסטע שמירה - אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - שמחה איז די גרעסטע שמירה
מקוה, שמחה, תיקון הכללי, נערווען, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ...


עס איז נישט גוט וואס דו טוסט, צו קוקן ווען דו גייסט ארויס לצרכיו אויב איז דא טיפות עבים, אויב דו ביסט א בעל קרי. די גאנצע זאך שמעקט פון נערווען, און פון דעם אליינס, פון ארומגיין מיט אן אנגעצויגנקייט – פאלט מען אראפ.


די הייליגע חכמים זאגן קלאר (נדה יג.): "ובאנשים תקצץ"; ווייל פון אזויפיל בודק זיין, פון דעם אליינס קען מען ווערן א בעל קרי.


גיי יעדן אינדערפרי אין מקוה און זאג יעדן טאג נאך שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי, און אז דו האסט שלעכטע מחשבות – זאלסטו זאגן אסאך גמרא; גמרא רייניגט די מח מחשבה, אויך זאג אכצן פרקים משניות. אבער נישט קוקן יעדעס מאל וכו', ווייל דאס איז נערווען.


שמחה איז די גרעסטע שמירה נישט צו פוגם זיין בברית. מוהרא"ש זאגט, אויפן פסוק (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה'", ווען מען פרייט זיך מיטן אייבערשטן, "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ", וועט מען נישט זינדיגן.

#3 - נעם זיך מיט א זעקל ספרים, וועלן דיינע אויגן בלייבן אפגעהיטן
לימוד התורה, שמירת עינים, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע זאך איז - זאלסט מיטנעמען א משניות, א גמרא - און זיין פארנומען מיט גורס זיין פרקים משניות און בלעטער גמרא, אזוי וועסטו זיך קענען היטן די אויגן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית י:): "תלמידי חכמים שמהלכים בדרך ואין ביניהן דברי תורה ראויין לישרף", אז מען גייט אונטערוועגנס אן לערנען תורה - איז מען אין א סכנה פון ווערן פארברענט, אז מען היט נישט די אויגן אונטערוועגנס - ווערן די אויגן פארברענט, אבער מיט תורה ווערט מען נישט פארברענט. "למיגרס", זאגן תורה אויפן וועג - היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


נעם זיך מיט א זעקל ספרים; א חומש, משניות, גמרא, תהילים ועוד - וועסטו צוריק קומען בשלום אן קיין איין שלעכטע קוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - פון הונדערט טויזנט פעניס, דאס איז געווארן טויזנט דאלער
צדקה, חסידות ברסלב, שמירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


מיין איידעם ... נרו יאיר העלפט מיר לעצטנס מיט די פושקעס, ער נעמט צוזאמען פון די אינגעלייט זייערע פושקעס. ער זאגט מיר ער האט געציילט דיין פושקע און פון די אלע פרוטות, פרוטה ופרוטה מצטרפת - איז געווארן טויזנט דאלער. האסט אריינגעלייגט הונדערט טויזנט פעניס, דאס איז געווארן טויזנט דאלער, דאס ווערט ווי א פאנצער. די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא ט:) אויפ'ן פסוק (ישעיה נט, יז): "וַיִּלְבַּשׁ צְדָקָה כַּשִּׁרְיָן", די פרוטות קלויבן זיך צאם און עס היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


איך זע דו האסט געלייגט אויף דיין קאר א סטיקער, א ברסלב'ער קרוין; דארפסטו אכטונג געבן ווי אזוי דו פארסט און ווי אזוי דו פירסט זיך; נישט צו פארשעמען דעם רבי'ן.


 

#1 - צדקה אין די בָּנֵינוּ פושקע
חינוך הילדים, צדקה, ליכט צינדן, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, ז' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד נשות אנשי שלומינו שתחיו


בעפארן ליכט צינדן, ווען איר געבט צדקה, זאלט איר אינזין האבן אונזערע קינדער; מיר זאלן קענען צאלן די מלמדים און טיטשערס, זיי זאלן האבן ישוב הדעת, זיצן רואיג מיט די קינדער, לערנען מיט זיי און אריינלייגן אין זיי יראת שמים און מידות טובות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "פְּרוּטָה וּפְרוּטָה מִצְטָרֶפֶת לְחֶשְׁבּוֹן גָדוֹל", איין פרוטה און נאך א פרוטה נעמען זיך צוזאמען אויף א גרויסע חשבון, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נט, יז): "וַיִּלְבַּשׁ צְדָקָה כַּשִּׁרְיָן", צדקה איז אזוי ווי א פאנצער, א פאנצער איז צאמגעשטעלט פון אסאך שטיקלעך אייזן, דאס מאכט אז די פייל זאל נישט אריינגיין אינעם מענטש; די אלע פרוטות נעמען זיך צאם און ווערט א גרויסער פאנצער צו באשיצן דעם מענטש.


נעמט אהיים א פושקע פונעם גבאי, האברך אהרן פיש נרו יאיר; ער העלפט מיר צאלן די מלמדים און טיטשערס פון אונזערע מוסדות היכל הקודש פון וויליאמסבורג, מאנרא און קרית ברסלב ליבערטי; ער האט עס געגעבן א נאמען "בָּנֵינוּ" - אונזערע קינדער.


מיר וועלן אלעס טון אז אונזערע קינדער זאלן באקומען דאס בעסטע חינוך.