בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געב אכטונג אויף דיין ווייב ווען זי איז נישט ביי די כוחות
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אין די וואכן וואס די ווייב ווארט למזל טוב - דארף מען האבן שכל נישט נאכלויפן וכו', מען דארף רחמנות האבן אויף זיי; אויב מען לויפט זיי נאך וכו' און די ווייב האט נישט קיין כח, עס איז איר שווער - קען זיין א בחינה פון די תשע מידות; בני אימה, בני אנוסה (נדרים כ:), וואס דער פסוק זאגט (יחזקאל כ, לח): "וּבָרוֹתִי מִכֶּם הַמֹּרְדִים וְהַפּוֹשְׁעִים בִּי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.