בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געב אכטונג אויף כיבוד אב, אפילו ווען דיין טאטע שרייט אויף דיר
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מכבד דיין טאטע און ווער נישט באליידיגט אז ער שרייט אויף דיר; עס איז נישט געפערליך ווען א טאטע זאגט פאר א קינד וואס צו טון. דו זיי אים ווייטער מכבד אפילו ער שרייט אויף דיר אז דו ביסט געווארן א ברסלב'ער וכו', און אז דו וועסט אים ווייטער מכבד זיין וועט זיך ביים סוף אלעס איבערדרייען לטובה.


וואס דארפסטו מער פון ר' נתנ'ס טאטע, ווי ער האט גע'רודפ'ט ר' נתן עד לחרמה; ער האט אים נישט אריין געלאזט ביי זיך אין שטוב און ער האט נאר געוואלט אז זיין שניר - ר' נתנ'ס ווייב - זאל זיך גט'ן פון אים... און שפעטער האט זיך אלעס איבערגעדרייט, אזוי ווייט אז ער פלעגט אים רופן מיט א 'ר'' רבי נתן, און ר' נתן פלעגט אים זאגן: "טאטע, רוף מיר נישט 'ר'", האט ער אים געזאגט: "פון דיר האב איך דאס מערסטע נחת".


עס זענען דא צענדליגע מעשיות ביי ברסלב'ע חסידים וואס אין אנהייב האבן זיי געהאט שרעקליכע רדיפות פון זייערע עלטערן און משפחה, מען האט זיי ארויס געווארפן פון שטוב, מען האט זיי נישט גערופן צו קיין שמחות און נישט געגאנגען צו זייערע שמחות, אבער ביים סוף האט זיך אלעס איבערגעדרייט לטובה, ווען זיי האבן געזען די דרך ארץ ווי זיי זענען זיי מכבד און די נחת וואס זיי האבן פון זיי.


בפרט אז דו האסט שוין גרויסע קינדער דארפסטו זייער אכטונג געבן אויף כיבוד אב ואם, ווייל קינדער פירן זיך אזוי ווי זיי זעען ביי די עלטערן; ווען קינדער וואקסן אויף אין א שטוב וואו מען איז מכבד די עלטערן, מען רעדט שיין אויף די עלטערן, מען רעדט שיין צו די עלטערן - וועלן זיי אויך מכבד זיין זייערע עלטערן, אבער אז זיי זעען ווי מען לאכט זיך אויס אונטערן ריקן פון זיידי און באבי, מען מאכט ליצנות און מען שפעט אפ אונטערן ריקן, דאן וועלן זיי אויך אהיים גיין און חוזק מאכן פון דיר.


האב נישט מורא אז דיינע עלטערן רעדן צו דיינע קינדער אנטקעגן דיר, דאס איז סתם דמיונות; ממה נפשך - איז דא וואס צו רעדן אויף דיר, אז דו דאווענסט נישט, דו לערנסט נישט, דארף מען זיי דאס נישט דערציילן ווייל זעע זעען דאס אליינס, איז נישט דא וואס צו רעדן אויף דיר, דאס הייסט אז דו פירסט זיך מיט יראת שמים, דו לערנסט, דו דאווענסט און דו ביסט מכבד דיין ווייב, איז וואס דארפסטו מורא האבן אז מען רעדט אויף דיר, וואס איז דא צו רעדן אויף דיר?! און אפילו מען וועט רעדן אויף דיר וועלן דיינע קינדער וויסן ביי זיך אז זיי האבן א טאטע וואס איז אן ערליכער איד.


איך געדענק ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה פלעגט מען סטראשען אז מען וועט מיר מסר'ן פאר די פאליציי; יעדן שני וחמישי פלעגן קומען פאליציי אין ישיבה. זענען געווען חברים וואס האבן מורא געהאט און געלאפן צו מוהרא"ש דערציילן וואס טוט זיך אין ישיבה און אלעס וואס די עסקנים ווארפן א פחד און א מורא, האט מוהרא"ש געזאגט מיט א שמייכל: "וואס וועט מען אריין שרייבן אינעם פאליס ריפארט, אז יואל הייסט זאגן משניות?!" דאס הייסט ממה נפשך, האט איינער פוטער אויפן קאפ, ער פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, וועט דער אמת ארויס קומען פריער אדער שפעטער, און אז נישט - וואס איז שייך צו רעדן?


דאס וואס דו גייסט אריבער אז דיינע עלטערן רודפ'ן דיר אז דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן - דאס גייט אריבער אויף יעדן מקורב. דאס האט נישט צו טון מיט דיר און נישט מיט זיי, זיי זענען וואוילע מענטשן און זיי ווילן נאר דאס גוטס ביי דיר, דאס איז פשוט מעשה בעל דבר; דער ס"מ האט פיינט דעם רבי'ן און נאכמער האט ער פיינט מוהרא"ש און זיינע תלמידים, מאכט ער א שלעכטע נאמען און פארשפרייט לשון הרע'ס וכו', וואס אז עלטערן הערן דאס ווילן זיי נישט אז זייערס א קינד זאל אנקומען צו א פלאץ וואס מען הערט אזעלכע לשון הרע'ס.


דעריבער זאלסט זיך נישט נעמען צום הארצן אז מען רודפ'ט דיר און עס זאל דיר נישט אנגיין דאס וואס דו ביסט אראפגעקוקט ביי די משפחה; דו זאלסט זיי מכבד זיין מיט דיין גאנצע כח - ביז מסירת נפש, וועסטו זען אז נאך א שטיק צייט וועט אלעס אריבערגיין און דו וועסט פאראייניגט ווערן מיט דיינע עלטערן.


זיי ממשיך מיט לימוד משניות; ווען דו האסט אן איבעריגע מינוט זאלסטו אריין כאפן נאך א פרק און נאך א פרק, דאס וועט דיר אריינברענגען א שטארקע ישוב הדעת אז דו וועסט נישט ווערן צעפאלן פון יעדע קלייניקייט וואס גייט אריבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.