בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
אז דיין שווער שרייט אויף דיין ווייב זאלסטו זיין קלוג און חס ושלום חוזק מאכן אדער אים בארעדן פאר דיין ווייב. בארואיג דיין ווייב, הער איר אויס און געב איר גוטע ווערטער, אבער נישט מאכן קיין מחלוקת.
געב אכטונג אויף דיין ווייב זי זאל נישט פאלן פון אירע כוחות, יעצט נאכן געבוירן דארף זי זיך אפריען, און אז איר טאטע שרייט אויף איר און איז איר מבזה – איז כדאי אוועק צו גיין פון קימפעטן דארט.
שטארק זיך דורך אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט און דורך אים דאנקען און לויבן, דאס געבט כח און מח.