בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געב די חיים טובים פאר אנדערע, וועט עס בלייבן אויך ביי דיר
הפצה, שאלות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ד טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע, ... שיחיו, יבנאל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון ענק ווי שיין ענקער לעבן גייט ענק, ענק לעבן א חיים טובים מיט די עצות פון רבי'ן און ענק געבן דאס איבער ווייטער, דו פאר די בחורים און דיין ווייב פאר די מיידלעך; דאס איז א סימן אז מען לעבט א חיים טובים, אז עס גייט אין לעבן צו העלפן אנדערע.


דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלער): "סֶע פַארְהַאנְדְן אַ מְדִינָה וָואס אִין אִיר אִיז גְרוֹיס עַשִׁירוֹת, זֵיי הָאבִּין גְרוֹיסֶע אוֹצְרוֹת. אַמָאל זֶענֶען זֵיי זִיךְ צוּם אוֹיף גִיקוּמֶען דִי עַשִׁירִים. הָאט זִיךְ אִטְלִיכֶער אָנְגִיהוֹיבִּין צוּ בַּארִימֶען מִיט זַיין חַיִים טוֹבִים. וִוי אַזוֹי עֶר לֶעבְּט חַיִים טוֹבִים. אוּן אִיטְלִיכֶער הָאט דֶערְצֵיילְט. דֶער סֵדֶר פוּן זַיין חַיִים טוֹבִים. הָאבּ אִיךְ מִיךְ אָנְגִירוּפְן אוּן הָאבּ גִיזָאגְט צוּ זֵיי (דְהַיינוּ דֶער טוֹיבֶּער בֶּעטְלֶער וָואס עֶר דֶערְצֵיילְט דָאס אַלְץ) אִיךְ לֶעבּ חַיִים טוֹבִים בֶּעסֶערֶע פוּן אַייךְ. וְהָא רַאְיָה. וָוארִין אַז אִיר לֶעבְּט חַיִים טוֹבִים הֶעלְפְט זֶע דֶער מְדִינָה וָוארִין סֶע פַארְהַאנְדִין אַ מְדִינָה וָואס זֵיי הָאבִּין גִיהַאט אַ גָארְטִין אוּן אִין דֶעם גָארְטִין אִיז גִיוֶוען פֵּירוֹת וָואס זֵיי הָאבִּין גִיהַאט אַלִירְלֵיי טַעֲמִים וָואס אִין דֶער וֶועלְט. אוּן זֵיי הָאבִּין גִיהַאט אַלִירְלֵיי רֵיחוֹת וָואס אִין דֶער וֶועלְט. אוּן סֶע דָארְט גִיוֶוען אִין דֶעם גָארְטִין אַלִירְלֵיי מַרְאוֹת. וָואס פַאר אַ פַארְבּ אוּן אַלֶע קְווַייטִין וָואס אִין דֶער וֶועלְט. אִיז אַלְץ גִיוֶוען דָארְט אִין דֶעם גָארְטִין.


אוּן סֶע גִיוֶוען אִיבֶּער דֶעם גָארְטִין אֵיין אַגְרָאדְנִיק (דְהַיינוּ דֶער וָואס עֶר זֶעהְט צוּ דֶעם גָארְטִין) פְלֶעגְט דִי מְדִינָה צוּ לֶעבִּין חַיִים טוֹבִים דָארְךְ דֶעם גָארְטִין. אִיז דָארְט דֶער אַגְרָאדְנִיק פַארְפַאלִין גִיוָוארִין. מֵיילֶא וָואס סֶע אִיז דָארְט דָא אִין דֶעם גָארְטִין. מוּז בְּוַודְאַי שׁוֹין גָאר צוּ נִישְׁט וֶוערִין וָוארִין סֶע אִיז זִיךְ שׁוֹין נִיט דָא דֶער אַגְרָאדְנִיק. וָואס עֶר זָאל דֶעם גָארְטִין צוּ זֶעהְן אוּן זָאל זִיךְ פָּארִין אַרוּם אִים וָואס מֶע בַּאדַארְף אַרוּם דֶעם גָארְטִין צוּ טָאן. לוּשְׁמִיר זֵיי וָואלְטִין נָאךְ גִיקָאנְט לֶעבִּין פוּן דִי סְפִיחִים פוּן דֶעם גָארְטִין (דְהַיינוּ פוּן דֶער וִוידֶער וַואקְסוּנְג. דְהַיינוּ דָאס וָואס סֶע וַואקְסְט אִין אַ גָארְטִין אַלֵיין פוּן דֶעם וָואס סֶע פַאלְט אַרָאפּ) אִיז אָנְגִיקוּמֶען אַ מֶלֶךְ אַכְזָר (כּלוֹמֶר אֵיין אוּם דֶערְבַּארִימִיקֶער) אוֹיף דֶער מְדִינָה אוּן דֶער מֶלֶךְ הָאט זֵיי גָאר נִיט גִיקֶענְט טָאן. אִיז עֶר גִיגַאנְגֶען אוּן הָאט זֵיי כַּלְיָא גִימַאכְט דִי חַיִים טוֹבִים פוּן דֶער מְדִינָה וָואס זֵיי הָאבִּין פוּן דֶעם גָארְטִין. אוּן נִיט עֶר הָאט כַּלְיָא גִימַאכְט דֶעם גָארְטִין. נָאר עֶר הָאט אִיבֶּער גִילָאזְט אִין דֶער מְדִינָה. דְרַיי כִּתּוֹת קְנֶעכְט. אוּן עֶר הָאט זֵיי אָן גִיזָאגְט. אַז זֵיי זָאלִין טָאן דָאס וָואס עֶר הָאט זֵיי גִיהֵייסִין. אוּן דוֹרְךְ דֶעם וָואס זֵיי הָאבִּין דָארְט גִיטָאן. דָאס וָואס דֶער מֶלֶךְ הָאט זֵיי גִיהֵייסִין. דוֹרְךְ דֶעם. הָאבִּין זֵיי כַּלְיָא גִימַאכְט דֶעם טַעַם. וָוארִין דוֹרְךְ דֶעם וָואס זֵיי הָאבִּין דָארְט גִיטָאן. דוֹרְךְ דֶעם הָאבִּין זֵיי גִימַאכְט. אַז וֶוער סֶע וֶועט וֶועלִין פִילִין אַ טַעַם. זָאל דָאס הָאבִּין אַ טַעַם פוּן נְבֵילָה. אוּן אַזוֹי הָאבִּין זֵיי כַּלְיָא גִימַאכְט דֶעם רֵיחַ אַז אַלֶע רֵיחוֹת זָאלִין הָאבְּן אַ רֵיחַ פוּן חֶלְבְּנָה. אוּן אַזוֹי הָאבִּין זֵיי כַּלְיָא גִימַאכְט דִי מַרְאָה. וָוארִין זֵיי הָאבִּין גִימַאכְט. אַז סֶע זָאל זַיין טוּנְקִיל אִין דִי אוֹיגִין. אַזוֹי וִוי סֶע אִיז אַז סֶע וָואלְקִינְדִיק. (דָאס הָאבִּין דִי דְרַיי כִּתּוֹת קְנֶעכְט אַלְץ אָנְגִיאַרְבֶּעט אִין דֶער מְדִינָה דָארְךְ דֶעם וָואס זֵיי הָאבִּין דָארְט גִיטָאן וָואס דֶער מֶלֶךְ הָאט זֵיי גִיהֵייסִין כַּנַּ"ל). הַיינְט אַז אִיר לֶעבְּט חַיִים טוֹבִים הֶעלְפְט זֶע דֶער מְדִינָה. (אַזוֹי זָאגְט אַלְץ דֶער טוֹיבֶּער בֶּעטְלֶער צוּ דֶער מְדִינָה פוּן עַשִׁירוֹת וָואס זֵיי הָאבִּין זִיךְ בַּארִימְט אַז זֵיי לֶעבִּין חַיִים טוֹבִים כַּנַּ"ל) אוּן אִיךְ זָאג אַייךְ אַז אִיר וֶועט זֵיי נִיט הֶעלְפִין. וֶועט עֶס אַייךְ אוֹיךְ שַׁאטִין. (דְהַיינוּ דָאס וָואס בַּיי דֶער מְדִינָה אִיז כַּלְיָא גִיוָוארִין דִי מַרְאֶה אוּן דֶער טַעַם אוּן דֶער רֵיחַ. דָאס וֶועט אַייךְ אוֹיךְ דֶער לַאנְגֶען)".


דאס איז דער סימן אז מען לעבט א חיים טובים, מען לעבט מיט דעם רבינ'ס עצות; אז מען געבט דאס פאר אנדערע, און נאר אזוי איז מען זיכער אז מען וועט בלייבן ביי די חיים טובים; נאר אז מען געבט איבער די חיים טובים פאר אנדערע בלייבט מען ביי די חיים טובים.


בנוגע די שאלה וכו'; טוט אלעס וואס דער דיין שליט"א פון יבנאל לערנט ענק, ווייל עס איז דא א וועג פון לכתחילה און עס איז דא בדיעבד, לכתחילה מאכט מען טאקע יעדן טאג פון די זיבן טעג צוויי בדיקות, און אויך וכו', און אמאל זאגט דער דיין ווען עס איז דא אסאך שאלות און מען קען זיך נישט ארויסזען – אז מען זאל נאר מאכן די ערשטע טאג און די זיבעטע טאג, און אויך נישט לייגן אנדערע בעט געוואנד וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.