בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#51 - אז דער רב פסק'נט, איז אזוי דער פסק
שאלות, הלכה, נערווען, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ב אייר, ל"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט משוגע מיט ספיקות און בלבולים וכו', אז מען האט א שאלה פרעגט מען דעם דיין, און אז מען פרעגט א רב און דער רב פסק'נט - איז אזוי דער פסק, ואין להרהר אחריה.


זוך נישט קיין חומרות ווען עס איז דא שאלות פון וכו'; חכמינו זכרונם לברכה זאגן בפירוש אויף די הלכה (נדה נח:) רבי עקיבא האט געזוכט צו מקיל זיין און די תלמידים האבן נישט פארשטאנען, האט רבי עקיבא זיי געזאגט: "מה הדבר קשה בעיניכם, שלא אמרו חכמים הדבר להחמיר אלא להקל".


מען ווערט נישט מער ערליכער איד ווען מען גייט צו דיינים, רבנים - וואס פסק'נען לחומרא; דאס איז נערווען וכו' וכו'.


זאג ח"י פרקים משניות, דאס היילט די נערווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - אשר בנחל און עצתו אמונה וועלן פארענטפערן אלע ספיקות
שאלות, עצתו אמונה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט הנאה ווען איך זאג דיר ווי אזוי זיך צו פירן, דו בעטסט איך זאל דיר שרייבן און זאגן.


וואס זאל איך דיר זאגן, לערן אשר בנחל און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען זוכה זיין צו טון און פאלגן אלעס וואס דער צדיק זאגט. מאך זיך א שיעור אין אשר בנחל, לערן א באנד נאך א באנד כסדרן, וועסטו זען נפלאות, דיינע שאלות וועלן דיר פארענטפערט ווערן. אויך לערן עצתו אמונה, גיי אין א סדר, א בריוו נאך א בריוו, אלע דיינע ספיקות, אלע דיינע בלבולים, אלעס וועט ווערן פארענטפערט און מסודר.


מאך זיך א שיעור, נעם א חברותא, לערן אדער גמרא אדער הלכה, לערן קיצור שלחן ערוך. נעם א חברותא פאר פופצן מינוט א טאג, אדער צוואנציג מינוט, עס זאל זיין מיט א קביעות.

#49 - עפענען א ספר און פארשטיין ווי אזוי זיך צו פירן
שאלות, ספיקות, לבוש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות דעת, סימן יד): "כְּשֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵידַע אֵיךְ לְהִתְנַהֵג בְּאֵיזֶה דָּבָר, יִפְתַּח סֵפֶר וְיָבִין אֵיךְ לְהִתְנַהֵג", ווען א מענטש וויל וויסן ווי זיך צו פירן, זאל ער עפענען א ספר און ער וועט דארט פארשטיין ווי אזוי זיך צו פירן.


חס וחלילה דאס נוצן אויף זאכן וואס זענען קעגן די הלכה, קעגן די תורה, חס וחלילה דאס נוצן אויף אפלאזן צניעות; אויב מען האט א פראגע זיך צו טוישן די לבוש, אנטון א נישט איידעלע לבוש - איז נישטא די זאך פון עפענען א ספר; דעמאלט עפענט מען די חומש און מען זעט וואס דער אייבערשטער זאגט (דברים כג, טו): "וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער וויל מיר זאלן זיין הייליג און ריין, און אויב מען גייט אנגעטון נישט איידל - דעמאלט גייט דער אייבערשטער אוועק פון דארט רחמנא לצלן, און אז דער אייבערשטער גייט כביכול אוועק - איז זייער ביטער; מען רעדט נאר אז מען ווייסט נישט ווי זיך צו פירן, קען מען קוקן אין א ספר.


אז איר האט א פראגע און איר ווייסט נישט ווי זיך צו פירן, קענט איר עפענען ספר "אשר בנחל", "עצתו אמונה", און אזוי אויך ספר "איש אמונות"; און פון דארט ארויסנעמען א תשובה ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - ווערט נישט פארלוירן, דער דיין וועט אייך מדריך זיין וואס צו טון
שאלות, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארבינדט זיך מיטן דיין און פרעגט אים וואס צו טון, ווי אזוי זיך צו פירן. שעמט זיך נישט צו דערציילן די גאנצע מעשה; אז איר האט יעצט געטראפן די שאלות און אז איר האט אינגאנצן פארגעסן פון די שאלות און איר האט ווייטער געלעבט אין שטוב וכו' השם ישמרינו; דער דיין וועט אייך מדריך זיין וואס צו טון.


אונס רחמנא פטריה, ווערט נישט פארלוירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#47 - אן אמונה איז זייער שווער דאס לעבן
אמונה, שאלות, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב', י"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פרעג אלע דיינע פראגעס, שעם זיך נישט; מיך שטערט נישט ווען מען פרעגט פראגעס, דו קענסט פרעגן אלע דיינע פראגעס און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך ענטפערן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די זיסע וועג פון הייליגן רבי'ן.


שטארק זיך מיט אמונה, דער רבי האט גערעדט זייער אסאך פון אמונה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה) דער עיקר דארף א מענטש ארבעטן צוצוקומען צו אמונה; אן אמונה איז זייער שווער דאס לעבן, ווייל מיט אמונה האט מען שטארקע נערווען, און אויב מען האט נישט קיין שטארקע אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן, מען מיינט זאכן פאסירן פון זיך אליין, מען קוקט אויף די וועלט ווי עס פירט זיך חס ושלום מיט טבע, מקרה, מזל - לעבט מען שטענדיג מיט פחדים און שלעכטע מחשבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#46 - אז מען פרעגט איבער, זאג איך סיי ווי נאר וואס יענער וויל הערן
קינדער, תודה והודאה, רפואה, שאלות, ראש ישיבה, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


   יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז מען פרעגט און מען ענטפערט - דארף מען אננעמען.


איר זענט געקומען מיט אייער מאן נרו יאיר, מען האט איבערגערעדט אלע פרטים, און מען האט מיט דעת תורה גע'פסק'נט מען זאל ווארטן לכל הפחות צוויי יאר וכו' - דארף מען דאס אננעמען.


איר האט ליכטיגע קינדער, זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר זיי און שעפן נחת פון זיי, און ווען עס וועט קומען די צייט מיט פרישע כוחות - וועט מען זיין גרייט צו נאך קינדער, יעצט איז א בחינה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים כב:): "כשם שקבלתי שכר על הדרישה, כך אני מקבל שכר על הפרישה".


אז מען פרעגט איבער - זאג איך סיי ווי נאר וואס יענער וויל הערן; אויב אזוי דארף מען נישט קומען, מען קען גלייך טון וואס מען וויל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#45 - סדר הנסיעה צו קברי צדיקים אין פוילן, פרשת תזריע מצורע תשפ"ג
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, חינוך הילדים, אמונה, ניגונים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, צדקה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, מוסדות, זיכוי הרבים, תהלים, חסידות ברסלב, שטעטל, עבודת השם, שאלות, שערן די האר, רעדן, נסיעה, משניות, אומאן, ראש השנה, פרנסה, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, דרייוון, לימוד התורה, תכלית, אמונת חכמים, ישיבה, כשרות, ראש ישיבה, מחשבות, התעוררות, יאוש, תיקון הכללי, התנגדות, ל"ג בעומר, ספירה, געלט, וויינען, קאמפיין, לייף אינשורענס, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין פאריגע וואך זונטאג געפארן קיין פוילן, פועל'ן ישועות ביי קברי צדיקים. מיר זענען געפארן מיט א חבורה פון זעכציג חברים תלמידי היכל הקודש, דיין שוואגער האברך אהרן נרו יאיר האט דאס צאמגעשטעלט. דאס איז שוין די צווייטע יאר וואס ער מאכט א נסיעה פאר די אינגעלייט און בחורים וואס ברענגען אריין א געוויסע סכום ביי די יערליכע קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות.


קרית ברסלב


זונטאג נאכמיטאג בערך פינף אזייגער בין איך ארויסגעפארן פון שטעטל צום עירפארט מיט האברך אלי' קנאל נרו יאיר, מיר האבן דורכגערעדט אויפן וועג אלע פלענער וועגן ראש השנה הבא עלינו לטובה. קומענדיגע ראש השנה געפאלט דער ערשטער טאג אום שבת קודש און דער צווייטער טאג - זונטאג. ווי עס זעט יעצט אויס וועל איך שוין פארן מאנטאג נאכט, היות עס איז יעצט אינמיטן די מלחמה און מען קען נישט פארן קיין אוקריינא מיט אן עראפלאן, מען קען נאר אריינקומען אויפן ערד, קומט אויס אז די נסיעה איז א לענגערע און אז מען פארט דינסטאג נאכט קומט מען ערשט אן דאנערשטאג, און איך וויל זיין אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית, וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מאנטאג נאכט ב' סליחות, און צוריק קומען מאנטאג האזינו, צום גדלי'.


נוארק


מנחה האב איך געדאווענט אין שטעטל, מעריב האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. דודי לאקס איז געווען בעל תפילה, מען האט געציילט ספירה, י"א לעומר. אין עירפארט האבן מיר געטראפן אסאך אידן וואס פארן קיין פוילן פועל'ן ישועות. מיר האבן געטראפן א גרופע בחורים פון די סאטמערע ישיבה פון קרית יואל, זיי זענען געפארן מיט א זון פונעם סאטמערער רב פון קרית יואל. איך האב געשמועסט מיט אים, איך האב אים געזאגט אז פונקט נעכטן האט מיין שווער שליט"א מיר געזאגט אז דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט זייער שטארק אנגענומען די ווערטער פון קב הישר (פרק פח) אז חודש ניסן גייט מען נישט אויף קברים; למעשה זע איך אז א גרופע סאטמערע בחורים פארן, זע איך אז צו קברי צדיקים קען מען יא פארן.


אויפן פליגער האב איך געזען א מאדנע זאך, עס איז געקומען צו מיר א איד, ער איז געזיצן אין ביזנעס קלאס. זיין פרנסה איז, זיין א גבאי פאר אן ערל וואס האט ביליאנען דאלער, און דער ערל ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טון אויף דער וועלט, עס איז אים נמאס דאס לעבן, איז דעם איד'ס פרנסה צו זאגן פארן ערל יעדן טאג וואו צו גיין, וואו צו קומען און וואס צו טון. מיר האבן געזען ממש דעם רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד) אלע עשירים זענען משוגעים, און וואס מוהרא"ש זאגט וועגן עשירות, ווער איז רייך און וואס מיינט רייך; פון געלט האט מען גארנישט, מען ווערט משוגע פונעם טאג, מען האט נישט קיין טעם אינעם לעבן, נאר תורה מאכט פרייליך, נאר דער וואס איז עוסק מיט מצוות - דער איז א צופרידענער.


דיין שוואגער האט מיר געבעטן איך זאל אריינשרייבן פאר אלע חברים וואס קומען מיט די נסיעה אפאר ווערטער אין א תהילים וואס ער געבט פאר א מתנה. עס האט מיר גענומען אסאך שעות, איך האב אנגעיאגט צו שרייבן נאר פאר האלב. נאכדעם בין איך אביסל געשלאפן, נאכדעם האב איך געדאווענט שחרית.


ריישא


מיר זענען אנגעקומען בערך צוועלף אזייגער קיין ריישא, מיר זענען אלע ארויף אויף א באס פון צוויי שטאק, מען האט אביסל געווארט אז די פעקלעך זאלן אנקומען.


עס זענען געקומען פון ארץ ישראל אפאר אינגעלייט אנטייל נעמען מיט די נסיעה, משה ראזענבערג און חיים יאקאבאוויטש. אויך זענען געקומען אפאר אינגעלייט וואס זענען געפארן צו די עלטערן אויף פסח קיין ארץ ישראל, זענען זיי געקומען פון ארץ ישראל; די כולל יונגעלייט הרב הערשל בוים און הרב יחזקאל שארף, אויך לייבי אפפעל, איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי אלע.


ליזענסק


מיר זענען געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זכותו יגן עלינו. דאס ערשטע זענען מיר געגאנגען אין מקוה; איך בין געגאנגען אין די קאלטע בור, ווייל ביי די הייסע בור איז געווען אנגעצינדן די פילטער. איך האב געוואלט גלייך גיין צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אבער איך האב געטראכט אז דער עולם וויל גיין אינאיינעם, און רוב עולם איז זייער הונגעריג, וועל איך גיין מיט זיי עסן און נאכדעם גיין צום ציון.


ביים ציון איז געווען א גרויסע התעוררות איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס דארפן ישועות.


אויפן וועג פון ליזענסק קיין שינאווא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאווא. אויפן וועג איז געווען שיינע שמועסן, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען האט גערעדט פון זייער אסאך זאכן.


עס האט זיך אנגעהויבן שאלות ותשובות, אינגעלייט האבן געשטעלט פראגעס. איינער האט געפרעגט: "וואס מיינט זיך מבטל זיין צום צדיק?" זענען מיר אריין אין א שמועס אז דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - דארפסטו גלייבן אז דוי קענסט פאררעכטן; א מענטש האט געזינדיגט, ער האט געטון עבירות, ער ביי זיך שפירט ווי עס איז שוין נישטא קיין וועג פאר אים צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דארף ער האבן ביטול צום צדיק און וויסן "אז דער רבי זאגט 'נישטא קיין יאוש' - איז דאס ממש אזוי", אפילו מען פארשטייט דאס נישט.


דער שמועס איז מיר געווען זייער חשוב, ווייל אינמיטן וועג האט מיר א אינגערמאן געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז עס איז אים אזוי שווער זיך צו מחזק זיין, עס איז אים אזוי שווער צו גלייבן אז ער קען נאך פאררעכטן, ער הערט נישט אויף פאלן. ער האט ממש געוויינט, ער האט געוואלט וויסן אויב עס איז ביי אים נאך מעגליך אויפצוהערן פוגם זיין.


מיר האבן אסאך גערעדט פון דעם, אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן וועט ביים סוף זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן, און אפילו אויב מען וועט נישט זוכה זיין צו זען דא בזה העולם קיין שום ליכטיגקייט - דארף מען גלייבן אז עס וועט זיין (ויקרא כב, ז): "וּבָא הַשֶּׁמֶשׁ וְטָהֵר, וְאַחַר יֹאכַל מִן הַקֳּדָשִׁים", נאכן אוועק גיין פון די וועלט וועט ער זען וואס ער האט אויפגעטון (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה', אות מב).


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, אזא רחמנות'דיגער רבי וואס מיר האבן; ער ווייזט פאר אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער געבט אונז עצות וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען טון, גרינגע עצות; מיר דארפן נאר פאלגן, מיר דארפן גיין אין די וועג; אויב מיר וועלן פאלגן - וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ) דורך זיינע עצות קען מען ווערן א גרויסער צדיק; דער עיקר וואס דער רבי געבט אונז איז די חיזוק פון אנהויבן פונדאסניי און נישט קוקן וואס איז געווען.


איינער האט געפרעגט א פראגע, דער רבי זאגט אין ספר המידות (אות בשורה, סימן ב): "אַל תְּבַשֵּׂר בְּשׂוֹרָה רָעָה, כִּי מֵחֲמַת בְּשׂוֹרָה רָעָה מֵתוּ כַּמָּה נְפָשׁוֹת", מען זאל נישט דערציילן קיין שלעכטע נייעס, ווייל דורך שלעכטע נייעס זענען מענטשן געשטארבן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְבַשֵּׂר בְּשֹוֹרוֹת רָעוֹת, נוֹפֵל לְמֹחִין דְּקַטְנוּת", מען פאלט אין מוחין דקטנות דורך דערציילן שלעכטע נייעס; דעריבער פארציילט ער נישט קיין שלעכטע זאכן אין שטוב, אבער שפעטער ווען זיין ווייב הערט די נייעס ווערט זי ברוגז אויף אים, פארוואס ער האט נישט דערציילט. אויף דעם איז די עצה צו דערציילן אויף א וועג אז יענער זאל דאס אליינס כאפן, מען דערציילט עס האלבוועגס, ביז מען כאפט אליינס.


איינער האט געפרעגט פארוואס מען מאכט אוועק צו קויפן לייף אינשורענס, פארוואס זאל מען נישט אוועקלייגן עפעס א קרן פאר די קינדער? דער ענטפער איז, מיר געפינען (עירובין נד.) דער אמורא רב האט געזאגט פאר זיין תלמיד רב המנונא: "בני, אם יש לך", מיין קינד אויב האסטו געלט, "היטב לך", נוץ עס פאר דיר, "שאין בשאול תענוג", ווייל אין קבר האט מען נישט קיין הנאה פון געלט, "ואין למות התמהמה", און מען ווייסט נישט ווען מען גייט אוועק גיין פון די וועלט, איז א שאד אוועק צו לייגן געלט. "ואם תאמר, אניח לבני חוק", אויב וועסטו טראכטן איך וועל אוועק לייגן פאר מיינע קינדער זיי זאלן האבן עסן, קודם כל: "בשאול מי יגיד לך", ווער וועט דיר מודיע זיין אין קבר אז דיינע קינדער האבן טאקע די געלט און זיי נוצן דאס? און נאך א זאך, "בני האדם דומים לעשבי השדה", מענטשן זענען אזוי ווי גראז און בלומען, "הללו נוצצין", די שפראצן, "והללו נובלין", און די שטארבן. זאגט רש"י (דבור המתחיל הללו נוצצין): "כשהן גדילין", ווען די קינדער וואקסן, "גדילה פרנסתן", וואקסט זיי די פרנסה, "ועושרן עמהן", זיי ווערן רייך, "ואינך צריך להדאג עליהן", און מען דארף זיך נישט זארגן פאר זיי.


עס איז געווען א תענוג, א געשמאק - צו פארברענגען מיט תלמידי היכל הקודש. אונטערוועגנס ווען מען איז אויסגעמוטשעט, הונגעריג און מיד - קען מען מער זען ווער איז דער מענטש, ווי אזוי פירט ער זיך; וואס זאל איך דיר זאגן, פון יעדן איינעם האט מען געהערט שיינע שיחות פון רבי'ן און מעשיות פון תפילה.


איינער האט געפרעגט אויב נאך אפאר יאר נאך די חתונה, נישט האבן קינדער - אויב מען זאל גיין צו די ארגאניזאציעס זיי זאלן העלפן. מיר האבן גערעדט אז עס ווענדט זיך אינעם פארפאלק, עס ווענדט זיך אין זיי אליינס; אויב איז דער מאן און די ווייב שטארק ביי זיך אז דער אייבערשטער וועט זיי העלפן, זיי זענען שטארק מיט תפילה - דעמאלט האט נישט קיין פשט צו גיין צו זיי, א שאד די צייט, א שאד די קאפ וויי, זיי קענען נישט געבן קיין קינדער, קינדער קומט פונעם אייבערשטן, און אויב די ווייב זאגט זי וויל גיין צום דאקטער אדער צו די ארגאניזאציעס, זי וויל טון עפעס - דעמאלט גייט מען.


עס זענען געווען פראגעס וואס איך האב נישט געענטפערט, פראגעס וואס איז נישט נוגע אויף למעשה. איינער פרעגט, ער זעט אין די בריוו ווי מען זאגט פאר איינעם עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א פרוי צו דרייווען א קאר, און אין געוויסע בריוון זעט מען אז פרויען זאלן נישט דרייווען; פון די פראגעס האב איך זיך ארויסגעדרייט, דאס איז נישט נוגע פארן כלל.


איינע פון די פראגעס איז געווען אויב מאכן געלט איז א סתירה מיט וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מען דארף נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה און זכרון בעלמא דאתי, מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין סתירה, דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט מען זאל ארבעטן און האבן א גוטע פרנסה (חיי מוהר"ן, סימן תקא). נאר וואס דען, זיך נישט פארלאזן אויף די געלט און נישט רעדן פון די געלט; פארלאזן דארף מען זיך אויפן אייבערשטן און רעדן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן און צום אייבערשטן.


איינער האט געפרעגט אויב בעטן א רעיז פונעם בעל הבית איז א חסרון אין אמונה, ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער; מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין חסרון אמונה, מען מעג בעטן א רעיז און מען מעג טון זאכן פאר פרנסה, דער עיקר איז מען זאל זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן און נאר קוקן צו אים.


איינער האט געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו נעמען לכתחילה פאר פרנסה 'גיין נאך געלט'; מיר האבן גערעדט אז גיין נאך געלט איז פאר איינעם וואס האט נישט. ווען א אינגערמאן זיצט און לערנט און האט נישט צו לעבן - מעג ער על פי הלכה גיין צאמנעמען געלט פאר זיך, אבער איינער זאל גארנישט טון מיטן טאג, שלאפן ביזן טאג אריין און זיך דרייען ליידיג, און גיין נאך געלט - איז נישט ריכטיג.


מען דארף באמערקן אז הפצה און גיין נאך געלט - איז צוויי זאכן. ווען עס קומט צו הפצה איז דאס נישט קיין זאך פון שנארן, דאס איז מזכה זיין נשמות ישראל, דאס איז די גרעסטע עבודה וואס איז נאר פארהאן.


איינער האט געפרעגט אויב דאס איז אמת אז מפיצים זענען בחינת אליהו הנביא; דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (ספר המידות אות בשורה, סימן א): "מִי שֶׁהוּא רָגִיל לוֹמַר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, הוּא נִתְלַבֵּשׁ מִבְּחִינַת אֵלִיָּהוּ", ווער עס דערציילט גוטע בשורות - ווערט ער א בחינה פון אליהו הנביא; קומט אויס, אז די מפיצים וואס גייען פארשפרייטן גוטע בשורות, זיי פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וואס דארט שטייט גוטע נייעס, אז מען קען נאך זוכה זיין תשובה צו טון, מען קען זוכה זיין צו האבן א חלק אין די הייליגע תורה, מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק - זענען זיי אלע בבחינת אליהו הנביא.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געשריבן די הייליגע ווערטער פון זוהר תרומה (קכח עמוד ב) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


שינאווא


ביים הייליגן שינאווא רב האבן מיר געזאגט תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן יעדער איינער אויף וואס ער דארף, איך האב געבעטן פאר מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, אויך האב איך געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות.


עס איז נאכאמאל ארויפגעקומען די פראגע ווי אזוי מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק, מען בעט דעם אייבערשטן בזכות דעם צדיק אדער מען בעט דעם צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטן? די פראגע פרעגט מען אלעמאל ווען עס מאכט זיך א נסיעה. דער ענטפער איז, מען בעט דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים, "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם" - זאל מען געהאלפן ווערן, אויך קען מען בעטן דעם צדיק זאל בעטן פאר אים.


לאנצוט


פון שינאווא זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב'ס ציון. מיר האבן באטראכט די נוסח המציבה וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט געהייסן שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים", מיר האבן דארט געזאגט תהילים, און יעדער האט געבעטן זיינע בקשות.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין לאנצוט אין די הכנסת אורחים שטיבל.


איך בין געזיצן א חלק נסיעה אויבן אויפן באס און א חלק נסיעה אונטן, אז אלע זאלן קענען מיטהאלטן. אויך האב איך גערעדט רוב וועג אין א מייק, אלע האבן געקענט מיטהאלטן די שמועסן דורכאויס די גאנצע וועג.


וויינען ביי קברי צדיקים


א אינגערמאן האט מיר געבעטן איך זאל געבן חיזוק אויף נישט וועלן וויינען און נישט ווארטן אויף התעוררות. דאס איז זייער וויכטיג ווען מען פארט מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, מען ערווארט צו האבן התעוררות ביי די הייליגע פלעצער, מען ערווארט צו קענען זיך אויסוויינען, און היות מען איז אונטערוועגנס, מען איז אויסגעמוטשעט, מען עסט נישט און מען שלאפט נישט - פארמאכן זיך די געפילן, און אז מען ווארט צו קענען וויינען און מען וויינט נישט - ווערט מען אויס מענטש.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה", עס איז נישט קיין גוטע זאך צו טראכטן ווען מען בעט דעם אייבערשטן - ווען מען גייט שוין קענען וויינען, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ", אויך טוט דאס שטערן די התבודדות. "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת", מען קען נישט אינזין האבן די ווערטער וואס מען בעט - אזוי ווי עס דארף צו זיין, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים, שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ, וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת", ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען לייגן אלע אנדערע מחשבות אין דער זייט און נאר אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער וואס מען בעט, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. דאס אליינס, אז מען לייגט צו מח מחשבה צו וואס מען בעט - דאס מאכט מען זאל קענען וויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ", אבער אויב מען שטייט און מען ווארט 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - פארלירט מען ביידע זאכן, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה, כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת, הַכַּוָּנָה שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה", די התבודדות, דאס בעטן - ווערט געשטערט, ווייל ער האט נישט אינזין וואס ער זאגט און ער בעט; די מחשבה פון ווארטן 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - דאס איז אויך א מחשבה זרה, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל", ווייל דער עיקר איז בעטן דעם אייבערשטן, צולייגן קאפ צו די ווערטער וואס מען בעט, "וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב וְאִם לָאו לָאו וְלא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", אז מען איז זוכה צו וויינען - איז גוט, און אז נישט - איז ווייטער גוט.


דינוב


פון דארט זענען מיר געפארן קיין דינוב צום הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו.


די גאנצע וועג זענען געזיצן אנשי שלומינו, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט אין ערגעץ. איך פלעג משמש זיין מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, איך פלעג אים באדינען, פארן מיט אים נסיעות. ביי אים האב איך געזען די זאך פון לערנען אונטערוועגנס, ער האט מיר אלץ געזאגט ביים זיך פאקן די פעקלעך איידער א נסיעה: "פאק מיר איין א קליין חומש'ל, א משניות'ל, א תיקונים וכו' וכו'"; איך האב געטראכט 'מיין זיידע איז א העכערער סארט מענטש, ער לערנט, אבער איך, איך בין א פשוט'ער מענטש איך לערן נישט אויפן וועג', סתם מענטשן, פשוט'ע מענטשעלעך ווי מיר זענען - ווער לערנט אויפן וועג? פרעג נאך שטערקער 'ווער לערנט אינדערהיים, נאך איידערן ארויספארן אויפן וועג?'


דאס צו זען, ווי אלע זיצן מיט זייערע ספרים - איז פאר מיר געווען די שטערקסטע זאך. דער זיצט מיט א משניות, א צווייטער מיט די קונטרס 'ב'י'ת' נצחי' - ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, א דריטער מיט א תיקוני זוהר.


מען האט געשמועסט אסאך אונטערוועגנס פון חינוך הבנים והבנות. איינער האט געפרעגט אויב ער קען זאגן פאר זיינע קינדער אז טאטי און מאמי מעגן עסן א געוויסע הכשר, אבער די קינדער טארן דאס נישט עסן? מיר האבן אלע געשמייכלט, וואס איז שייך צו זאגן אזא זאך?! קינדער גייען דאך נאך די עלטערן, עס איז נישט שייך אזא סארט חינוך. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד עסט און וואס ער טוט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן די הייליגע חכמים (מדרש תנחומא וישלח, ז) אויפן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער.


רימנוב


עס איז געווארן שפעט, עס האט זיך אנגעהויבן שאלות אויב מען זאל שוין פארן קיין קראקא עסן און שלאפן אדער ווייטער אריינכאפן אויפן וועג נאך מקומות הקדושים. למעשה זענען מיר ווייטער געפארן פון דינוב קיין רימנוב צום ציון פון הייליגן רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו, מיר האבן אלע געצינדן א ליכט לזכות מנחם מענדל בן יוסף, דער צדיק האט דאך מבטיח געווען אז ווער עס וועט צינדן א לעכט פאר זיין נשמה - וועט ער אים א טובה טון. אויך זענען מיר אריין אינעם אוהל פון הייליגן רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו, מיר האבן דארט געזינגען זיינע לידער, די הארציגע ניגון וואס מיר זינגען יום טוב שבועות ביי אהבה רבה, אויך די ניגון וואס מיר זינגען ביי תפילת טל און תפילת גשם; הארציגע ניגונים, אויך האבן מיר געזינגען אידישע ניגונים.


מיר האבן געדאווענט מעריב אין רימנוב, ווייל עס איז שוין געווארן שפעט, מיר האבן געוואלט דאווענען פאר חצות, אזוי ווי די הלכה. מיר האבן געדאווענט אינעם נייעם בנין. מען האט יעצט געבויט דארט א שיינעם בנין הכנסת אורחים, מען האט מיך מכבד געווען צו קלאפן א מזוזה. חיים מאיר ערפס איז געווען דער בעל תפילה, מיר האבן געציילט ספירה י"ב לעומר, הוד שבגבורה.


אויפן וועג האבן מיר ווייטער גערעדט און געשמועסט, מען האט גערעדט פון שלום בית. איינער האט געפרעגט וואס ער קען טון, זיין ווייב זאגט אים ער זעט נישט אויס שיין; איך האב נישט געזען ווער עס פרעגט די פראגעס, ווייל מען האט געשריבן שאלות אויף צעטלעך און ארויפגעשיקט. דער ענטפער איז ער זאל געבן גוטע ווערטער, דאס איז א תירוץ אויף אלע טענות וואס די ווייב האט; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערן אלע טענות בטל.


שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, נאר אז מען האט שלום בית - קען מען זיין אפגעהיטן און האבן א ריינעם מח מחשבה. דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם זייער אויף יונגע פארפעלקער זיי זאלן נישט האבן שלום בית, אזוי קען ער אראפווארפן ביידע אין עבירות. אזוי שרייבט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסג), איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום; דער רבי האט געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", ווייל אז מען איז אן א ווייב - כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


צאנז


פון דארט זענען מיר געפארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו. עס איז געווען אין די דריי טעג פון די יארצייט, איך האב זיך זייער געבענקט צו קומען קיין צאנז. איך האב א שטארקע געפיל אין צאנז, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמער, מיין בלוט איז סאטמער און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אויך מיינע קינדער זענען אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב.


ביים ציון פון הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו האבן מיר געזאגט קאפיטלעך תהילים און געבעטן אונזערע בקשות. איך האב געהאט א שטארקע התעוררות אין צאנז, איך האב מזכיר געווען ביים הייליגן צאנזער רב אז ביי אונז אין די קהילה, קהילת היכל הקודש - שערן זיך די פרויען די האר נאך די חתונה. מיר האבן איידעלע משפחות, די פרויען זענען איידל און באשיידן, און אלע בית פיגא תלמידות שערן זיך די האר, נישטא איין תלמידה וואס זאל בלייבן מיט די האר. איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע דורות אלע זאלן זיין ערליך, איידל און באשיידן.


דארט איז דא א ווארעמע הכנסת אורחים, איך האב זיך דארט מחי' געווען מיט אביסל ווארעמע זופ. איך האב געטראפן דעם בעל הכנסת אורחים און אים שיין באגריסט.


קראקא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קראקא, מיר זענען אנגעקומען א שעה פארן עלות השחר. עס איז נאך געווען צייט צו עסן, מיר האבן געגעסן א סעודה, חלה מיט פיש. עס איז אויך געווען פלייש, אבער איך האב א גדר נאר צו עסן פלייש אין שטוב. נאכדעם איז מען געגאנגען אין א צווייטע פלאץ שלאפן, עס איז געווארן שפעט, מען האט זיך אראפגעלייגט פאר א שעה צוויי.


זיבן אזייגער אינדערפרי האט לייבי אפפעל געוועקט דעם עולם, מיר זענען געגאנגען צום שול פון רמ"א, דארט האב איך געזאגט ברכת התורה, און פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רמ"א. מיר האבן געזאגט קאפיטלעך תהילים און יעדער האט געבעטן דעם אייבערשטן זיינע בקשות, מיר זענען צוגעגאנגען צום הייליגן תוספות יום טוב'ס ציון, צום הייליגן ב"ח און צום הייליגן מגלה עמוקות; ביי יעדע ציון האבן מיר זיך אפגעשטעלט און געבעטן דעם אייבערשטן די בקשות.


ראדאמסק


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ראדאמסק. אויפן וועג האב איך נישט געהאט קיין כח מער צו רעדן און ענטפערן פראגעס, איך בין געווען אביסל אפגעמאטערט. איך האב געלערנט מיינע שיעורים, אכצן פרקים משניות און תיקונים, נאכדעם האב איך געדרימלט.


מיר זענען אנגעקומען אין ראדאמסק בערך עלף אזייגער, צום ערשט זענען מיר געגאנגען זיך טובל'ן, עס איז געווען א געשמאקע קאלטע מקוה, אלע האבן זיך גע'טובל'ט. מיר האבן געדאווענט שחרית דארט, משה עקשטיין איז געווען דער בעל תפילה, תיקון הכללי האבן מיר געזאגט ביים ציון פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו. מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן אונזערע תפילות און בקשות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין ווארשא צוריק קיין אמעריקע. אויפן וועג בין איך געשלאפן, איך בין געווארן זייער אויסגעמאטערט.


מנחה האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. איך האב געטראפן אין עירפארט הרב רבי חיים יעקב רובין שליט"א מיין מנהל פון סאטמערע חדר אין בארא פארק, איך האב אים באגרוסט און אים באדאנקט; איך האב הכרת הטוב פאר אלע מיינע מלמדים און מנהלים.


אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן האברך שבתי מזרחי, מיר האבן זייער אסאך גערעדט פון דעם עתיד פון שטעטל, ווי מען קען מאכן מער ביליגערע הייזער און ווי אזוי מען זאל עס אויסשטעלן.


ניו יארק


דינסטאג נאכט זענען מיר אנגעקומען קיין ניו יארק, איך האב געדאווענט מעריב אין עירפארט און געציילט ספירה י"ג לעומר, יסוד שבגבורה.


טייערער ..., זונטאג אינדערפרי אין שטעטל האב איך דיך געכאפט מיט א משניות, דיך געזען זאגן א שטיק צייט משניות אין די בית המדרש אין שטעטל; איך האב אזוי הנאה געהאט, האסט מיר געגעבן א שטיק לעבן. זה חלקי מכל עמלי, אלעס ביז אהין איז זייער פיין און וואויל, אבער ווען איך זע א אינגערמאן מיטן משניות - איז גאר עפעס אנדערש, איך האב פארשטאנען אז דו ביסט גוט מקושר צום רבי'ן, ווייל נאר דער וואס לערנט על פי סדר דרך הלימוד - דער איז צוגעבינדן צום רבי'ן.


אם ירצה ה' ל"ג בעומר וועל איך זיין אין מירון. איך פאר מיט מיין משפחה קיין ארץ ישראל, איך מאך בר מצוה מיין נחמן נתן. דו געדענקסט דאך ווען ער איז געבוירן, דו ביסט יענעם זומער אריינגעקומען אין ישיבה, זומער שנת תש"ע. דעמאלט איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, די פראטעסטן, ברוך ה' מיר זענען איבערגעקומען יענע טעג.


יענעם פסח האט מען ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות, זיי האבן געטראכט אז אזוי וועלן זיי מיך אפשוואכן און איך וועל פארמאכן די ישיבה. למעשה, מיט די חיזוק פון מוהרא"ש - האבן מיר גאר דעמאלט געעפנט די חדר. היינט צו טאגס האבן מיר שוין פינף תלמוד תורה'ס, און ווי עס זעט יעצט אויס וועלן מיר עפענען קומענדיגע יאר א תלמוד תורה אין בני ברק, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.


איך דארף מקצר זיין, מיר הויבן אן היינט א פרישער זמן אין ישיבה, איך הויב אן פון אנהויב מיט פרישע בחורים, זיי אויסלערנען די וועג פון רבי'ן. איך בעט דעם אייבערשטן זאל מיר געבן כח צו קענען בלייבן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געבעטן צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#44 - פרעגן יעדע זאך פון א דיין
תפילה והתבודדות, שלום בית, שאלות, הלכה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע שאלה וואס דו האסט - זאלסטו פרעגן, שעם זיך נישט צו פרעגן. זיי נישט מזלזל אין הלכות טהרה וכו', פסק'ן זיך נישט אליינס, זיי נישט מדמה מילתא למילתא; אז מען האט דיר איינמאל גע'פסק'נט כשר - קענסטו נישט אליינס פסק'נען, פרעג יעדע שאלה דעם דיין.


אויך זאלסטו פרעגן דעם דיין ווי אזוי צו כשר'ן דיין קאך, זאלסט חס ושלום נישט נכשל ווערן מיט איסור חמץ.


ווען מען רוימט אויס די חמץ זאלסטו נישט פארגעסן פון די חמץ אין מח, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו האבן א ריינעם מח מחשבה, נישט האבן קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#43 - פרעגן אן עצה פון א צדיק, דאס אליינס איז די ישועה
ישועות, צדיקים, שאלות, אמונת חכמים, פירושים, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


"וּתְשׁוּעָה", און א הילף קומט, "בְּרֹב יוֹעֵץ", ווער עס איז זיך אסאך מתיעץ (משלי יא, יד).


דער הייליגער רבי טייטשט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קמג): "וּתְשׁוּעָה", און א הילף קומט, "בְּרֹב יוֹעֵץ", ווען מען נעמט אן עצה פונעם צדיק. 'רב' דאס איז א רבי, א צדיק. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ט.): "מֹשֶׁה, אַיְּדֵי דִּנְפִישׁ זְכוּתֵהּ כְּרַבִּים דָּמֵי", משה רבינו איז ווי אסאך; ווייל ווען מען פרעגט אן עצה פון א צדיק, איז אפילו עס קומט נישט אויס גוט, ווייסט מען אז דאס איז פונעם אייבערשטן. און אז מען נעמט נישט קיין עצה פונעם צדיק ברענגט מען זיך אליינס דאס שלעכטס.


דעריבער איז זייער וויכטיג צו גיין צו צדיקים און נעמען ביי זיי עצות אויף יעדע זאך. מיט דעם אליינס וואס מען פרעגט אן עצה, דאס אליינס איז די ישועה, דאס איז ממתיק אלע דינים, והבן למעשה.


 

#42 - אין בית פיגא איז הלכה זייער א וויכטיגע שיעור
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים, שאלות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה אז איר לערנט גוט הלכות שבת; אין בית פיגא איז הלכה זייער א וויכטיגע שיעור, ווייל דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף הלכה. דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט); נאר אז מען לערנט הלכה - ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן.


איר פרעגט זייער א גוטע פראגע, אויב מען האט אראפגעווארפן שבת א שטיקל פרוכט אדער שאלאכטס אינדרויסן אין חצר, דאס איז דאך א פראבלעם פון זורע, און אז מען הויבט אויף די שאלאכטס איז דאך א פראבלעם פון מוקצה, ווילט איר וויסן אויב מען זאל עובר זיין אויף מוקצה כדי נישט עובר צו זיין אויף זורע.


איך זע אז איר הערט זייער גוט אויס אייער לערערין און איר פארשטייט גוט די הלכות.


דער ענטפער איז, עס ווענדט זיך וואס פאר א סארט שאלאכטס מען רעדט און וואס פאר א סארט קערלעך, ווייל שאלאכטס און קערלעך וואס איז ראוי צו עסן פאר בעלי חיים - איז נישט מוקצה, דעמאלט איז נישט קיין פראבלעם דאס אויפצוהייבן, און אויב איז דאס שאלאכטס און קערלעך וואס איז נישט ראוי צו עסן פאר בעלי חיים - ווענדט זיך; אויב איז דאס א גרף של רעי, דאס מיינט עס מאכט שלעכט פאר'ן מענטש - מעג מען דאס ווייטער אויפהייבן, און אויב איז דאס נישט ראוי פאר בעלי חיים און אויך נישט קיין גרף של רעי - דעמאלט טאר מען דאס נישט אויפהייבן אלס מוקצה, און אלס זורע איז מען נישט עובר נאר אויב מען טוט דאס בכוונה.


זאגט תהילים, און פלעכט אריין אייגענע תפילות אין אייער שפראך - אידיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - עפעס שטימט נישט מיט די מעשיות וואס דו דערציילסט מיר
חינוך הילדים, שאלות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, איך האב נאך אזוינס נישט געהערט, א זיידע זאל שלאגן די אייניקל פון אכט חדשים אלט?! עפעס פארפעלסטו פון די מעשה, עפעס שטימט נישט; ווי קען זיין מען שלאגט א קינד פון אכט חדשים אלט?


שרייב מיר מער פונקטליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - איבער שניידן פרוכט ביימער דארף מען פרעגן א גרויסער ערליכער רב
תפילה והתבודדות, שאלות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די סארט שאלות פון שניידן פרוכט ביימער דארף מען פרעגן א גרויסער ערליכער רב, איך אליינס פרעג אויך די סארט שאלות פון א גרויסן ערליכן רב, ווייל דאס איז א סכנה.


אז איר ווילט ווארטן אביסל קען איך פאר אייך פרעגן מיין טאטע שליט"א. ער איז יעצט אוועק געפארן קיין מירון פאר אפאר וואכן, ביז סליחות; אז איר ווילט ווארטן וועל איך פרעגן פאר אייך.


איר וואוינט דא אין שטעטל, א פלאץ וואס איז ארומגענומען מיט גראז און ביימער. עס איז אזוי פאסיג פאר התבודדות ותפילה, עס איז גאר אנדערש די התבודדות צווישן גראז און ביימער; מען קען זיך בעסער אויסשמועסן און אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, מען קען זיך אויסקלארן און באקומען קלארע תשובות אין לעבן אויף יעדע זאך.

#39 - פאר די פרוי איז וויכטיגער ארויסצוגיין באקומען חיזוק ווי פאר'ן מאן
חברים, שלום בית, התחזקות, שאלות, דרשות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט העלפן אין שטוב מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען גיין צו די שיעורים פון התחזקות.


דא אין שטעטל איז דא שיעורים פון די מנהלת תחי', חיזוק פאר יונגע ווייבלעך. אויך איז דא שיעורים פון איינע פון די טיטשערס, און אז דיין ווייב וויל גיין, זי וויל די חיזוק - זאלסטו אלעס טון זי זאל קענען קומען. אויך ווען עס איז דא מלוה מלכה'ס וכדומה און דיין ווייב וויל קומען, און דו ווילסט אויך קומען - איז וויכטיגער זי זאל קומען.


דו וועסט שוין באקומען די חיזוק; דו קומסט דאך דריי מאל א טאג אין שול, מען טרעפט אנשי שלומינו, ווי נישט קומט ארויס חיזוק פון דעם, פון יענעם, אויך לופטערט מען זיך אויס, אבער די ווייבער זענען איינגעשפארט אין שטוב, פאר זיי איז וויכטיגער צו קומען הערן חיזוק.


פריי זיך אז דיין ווייב וויל דאס; אוי ווי שרעקעדיג איז די וועלט, אוי ווי ווייטאגליך איז ווען מען הערט אינגעלייט קרעכצן אז די ווייב האט זיך געטראפן נישט גוטע חבר'טעס, זי דארף שוין נישט קיין חיזוק, זי הויבט אן ווערן פארנומען מיט נישט גוטע זאכן, דעמאלט איז אזוי ביטער.


דעריבער טייערער ליבער ברודער, טו אלעס אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די שיעורים. זאלסט איר נישט דרוקן צו קומען, אז זי וויל נישט קומען - זאלסטו קומען. מען קען זיין א גוטע פרוי אן קומען צו די שיעורים; ביי מיר אין שטוב, מיין ווייב - גייט נישט צו מלוה מלכה'ס, שיעורים וכדומה. נאר וואס דען? אז דיין ווייב וויל, זי חלש'ט צו קומען, זי דארף די חיזוק, עס איז איר נישט גענוג צו הערן אויפ'ן האט-ליין - זאג איך דיר, בלייב אין שטוב, געב אכטונג אויף די קינדער אז זי זאל קומען.


נאך איין זאך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", מען טאר זיך נישט שעמען צו פרעגן; אז מען פרעגט נישט - ווייסט מען נישט ווי אזוי זיך צו פירן, און זיכער זאלסטו זיך נישט שעמען ווען דיין ווייב שיקט דיך מיט א ליסטע מיט פראגעס צו פרעגן דעם ראש ישיבה צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; פון וועם שעמסטו זיך? פון מיר? ביי מיר איז דאס די שענסטע זאך, וואס האסטו מורא - אז איך ווער נערוועז? איך האב דיר שוין דערציילט, א איד האט אמאל געזאגט פאר זיין רבי: "איך האב מורא אז איך מאך נערוועז דעם רבי'ן מיט מיינע טויזנטער פראגעס..." האט אים זיין רבי געזאגט: "איך ווער פון דיר נישט נערוועז, איך בין נערוועז פון מיינע תלמידים וואס פרעגן גארנישט, איך ווייס נישט אויב זיי פירן זיך ערליך, מיט הלכות וכו'".


דאס איז ביי מיר אסאך גרינגער, ווען דער מאן פרעגט די פראגעס פאר זיין שטוב, אזוי גייט נישט אוועק אזויפיל צייט, ווייל מען טרעפט זיך סיי ווי אין בית המדרש, דא און דארט; פארוואס זאלסטו זיך שעמען?


דו ווייסט צו וואס מען איז זוכה ווען מען לייגט אלע בושות אין די זייט און מען פרעגט אלעס? קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס האלט זיך קליין פאר זיין רבי, ער פרעגט אים אלע זיינע ספיקות, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", אפילו זיין רבי פארשעמט אים, דאך פרעגט ער אלעס, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", וועט ער זוכה זיין, ער וועט האבן קינדער גרויסע צדיקים, גרעסער פון זיין רבי.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, דו האסט א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, מיט וואס נישט... דיין ווייב שרייבט זייער שיין פון דיר, דו העלפסט איר, דו רעדסט צו איר שיין. אפילו ווען זי פארלירט זיך - פארלירסטו זיך נישט, דו בלייבסט פרייליך און דו העלפסט איר; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק, דאס איז א ברסלב'ער חסיד, דער וואס רעדט שיין אין שטוב און איז מכבד די ווייב.


א גוט שבת.

#38 - עטליכע הדרכות און הנהגות פאר א כלה
שאלות, כשרות, הדרכות, לשון הרע, כלה, יום החופה, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע הכשרים וכו'; די צוויי הכשרים וואס איר האט זיך אונטערגענומען צו עסן – זענען גוטע הכשרים. בלייבט שטארק מיט דעם גדר, אויך נאך די חתונה זאלט איר נאר עסן די הכשרים, בפרט ביי פלייש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לז) אלע צרות און חסרון פרנסה קומט פון נישט ערליכע שוחטים; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן צו עסן נאר פון גוטע הכשרים.


בנוגע פאסטן ביום החופה, איר דארפט טרינקען אביסל וואסער ביים אראפשלינגען די מעדעצין; אז מען עסט און מען טרינקט פחות מכשיעור - איז עס נישט קיין פראבלעם, עס איז נאכאלץ גערעכנט ווי מען פאסט.


בנוגע רעדן מיט די מאן וכו'; דער רבי זאגט (ספר המדות אות לשון הרע, סימן ז): "בְּנֵי אָדָם שֶׁאוֹהֲבִים זֶה אֶת זֶה", מענטשן וואס זענען זייער נאנט און האבן זיך ליב, "מֻתָּר לוֹמַר זֶה לָזֶה מֵאֵיזֶה דָּבָר שֶׁשָּׁמַע מֵאֵיזֶה אָדָם", מעג איינער זאגן פאר דעם צווייטן פון וועם מען האט געהערט, "גַּם חֲבֵרוֹ מֻתָּר לְקַבֵּל דְּבָרָיו", און דער חבר קען דאס אננעמען, "וְאֵין בּוֹ מִשּׁוּם לִשָּׁנָא בִּישָׁא", עס איז נישטא דא קיין לשון הרע.


בנוגע גיין מיט די קמיע אונטער די חופה וכו'; דער מנהג איז אז אונטער די חופה האלט מען נישט מיט זיך קיין שום זאך, מען נעמט אראפ פון זיך אלע איבריגע זאכן.


בנוגע וכו'; וואס האט דאס מיט אייך צו טון? מישט אייך נישט אין קיין שאלות וואס האט מיט גרויסע רבנים; איר זאלט נאר גיין וכו' וואו עס איז דא א גוטע הכשר פון אן ערליכער רב, יא פילטער נישט פילטער - דאס האט נישט מיט אייך צו טון.


בנוגע וכו'; אונזערע לערערינס וואס לערנען מיט כלות טוען דאס נישט פאר געלט, מוהרא"ש האט אונז געווארנט ביים לערנען מיט חתנים און כלות נישט צו נעמען קיין געלט, אז אייערע עלטערן וועלן געבן - וועלן זיי נעמען, אבער דאס טוען מיר נישט פאר געלט.


גייט צו די חתונה מיט א שמחה; אייערע ליפן זאלן נישט אויפהערן שעפשען לויב צום אייבערשטן און תפילה אויף ווייטער.

#37 - אז דער דיין האט גע'פסק'נט, דארף מען נישט איבערפרעגן
שאלות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער פראגע.


אז דער דיין אויף וועם איר פארלאזט זיך, איר פרעגט אים און ער לערנט ענק ווי אזוי צו היטן די תורה - האט אייך שוין גע'פסק'נט, איז וואס דארפט איר איבערפרעגן?


נאכן באקומען א קלארע תשובה פרעגט מען נישט א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - שיק מיר נישט סתם אימעילס, עס נעמט אוועק מיין טייערעצייט
שאלות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב דיר שוין איינמאל געבעטן זאלסט מיר אויפהערן שיקן אימעילס; מילא דו ווילסט עפעס פרעגן, א שאלה, אן עצה - וועל איך זיך פרייען דיר צו ענטפערן, אבער דורך סתם שיקן אימעילס גנב'עסטו אוועק מיין צייט.


איך האב דיר שוין געבעטן אין ארץ ישראל זאלסט אויפהערן.

#35 - זייער קלוג טוסטו צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד אין די יונגע יארן
שאלות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע, כ"ה אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, צפת


איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו טרעפן יעצט אין ארץ ישראל, זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט געענטפערט דיינע בריוו; איך האף צום אייבערשטן איך וועל האבן צייט, וועל איך דיר ענטפערן אויף אלע דיינע שאלות.


זייער קלוג טוסטו אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן, דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן. עס איז כדאי דו זאלסט זען די ווערטער וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת, וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


נאכדעם ברענגט רבי נתן אז דער רבי האט געזאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - שלעפ נישט אראפ דיין ווייב פון איר צניעות
צניעות, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, שלום בית, שאלות, ספיקות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלעפ נישט אראפ דיין ווייב פון איר צניעות, פריי זיך אז זי וויל גיין אנגעטון איידל; וויי און ביטער ווערט ווען די ווייב הויבט אן זאגן אז דאס פעלט נישט אויס, יענץ פעלט נישט אויס - דעמאלט איז נישטא וואס צו מאכן, ווייל ווען די ווייב פארלירט איר געפיל אין איידלקייט - קען מען איר נישט באצווינגען.


עס קומען צו מיר טייערע אינגעלייט זיי וויינען צו מיר וואס זיי זאלן טון, זייער ווייב הויבט אן זיך פירן נישט ווי אזוי מען דארף; אן שטרומפ, קורצע קליידער וכו' וכו', השם ירחם; אז דיין ווייב האט אן אפמאך נאר צו גיין מיט א געוויסע סארט שטרומפ - זאלסטו נישט לאכן פון איר.


דער מאן דארף שטענדיג זאגן גוטע ווערטער פאר די ווייב בנוגע איר צניעות. נישט נאר פאר די ווייב, מען דארף זאגן פאר די קינדער; די גוטע ווערטער געבט כח מען זאל בלייבן גוט, סיי מיט די אינגלעך, סיי מיט די מיידלעך. זוך צו געבן א גוט ווארט יעדן טאג פאר דיינע קינדער, צום ביישפיל, ווען דו זעסט דיין קינד גרייט אן נעגל וואסער, זאלסטו זאגן הויך: "מאמי, קוק ווי וואויל דער קינד איז, ער גרייט אן נעגל וואסער"; עס קען זיין אז די איין גוט ווארט וואס ער הערט יעצט וועט אים טראגן זיין גאנץ לעבן אנצוגרייטן נעגל וואסער. אז דו זעסט דיין טאכטער - זאלסטו איר געבן א גוט ווארט, זאג הויך: "מאמי קוק ווי שיין צניעות'דיג זי איז"; דאס וועט איר געבן א שטארקייט צו בלייבן גוט.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קיט): "עס איז א גרויסע מדריגה אפילו א מענטש איז נאכנישט קיין צדיק ער זאל פארגינען א צווייטן צו זיין א צדיק"; אז דו ביסט נאכנישט ביי דעם, דו כאפסט נישט דאס גרויסקייט פון אזא שטרומפ אדער א צווייטע סארט שטרומפ, און דו זעסט דיין ווייב ווי זי איז שטארק צו גיין נאר אזוי וכו' - זאלסטו איר זאגן: "איך פריי זיך אז דו ביסט שטארק מיט איידלקייט".


בנוגע וכו'; איך קוק גוט אויף דיר, האב נישט מורא צו שרייבן דיינע ספיקות; זיי נישט פון די וואס האלטן זיך צוריק צו פרעגן ווייל אפשר וועט דער ראש ישיבה טראכטן אז מען איז צעדרייט; עס איז נישט אזוי, ווייל כל זמן מען פרעגט, ווי צעדרייט מען זאל זיין - ווערט מען אויסגעגראדט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - וואויל איז דעם וואס פרעגט יעדע זאך, אזוי ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן
קינדער, תפילה והתבודדות, צניעות, שלום בית, שאלות, ספיקות, אידישע שטוב, מורה דרך, טערעפי, חנופה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ...


ווען דו ביסט געווען ביי מיר זונטאג מיט דיין ווייב האט זי זיך זייער צואוויינט אז דו זאגסט איר זי זאל נישט קומען צום ראש ישיבה, ווייל זי שטערט וכו'.


וויל איך דיר בעטן דו זאלסט איר נאר מחזק זיין צו קומען, צו פרעגן און צו בעטן ברכות, שעם זיך נישט ווען זי זיצט מיט דיר און זי פרעגט אסאך שאלות. פריי זיך אז זי קומט דא, מען וועט איר נאר מחזק זיין צו גיין אויף די תורה וועג. וואס וועסטו טון אז זי וועט זיך שעמען צו קומען, וועט זי זיך טרעפן עפעס אן אלטע מיידל מיט גרויע האר וואס וועט איר זאגן זי זאל אנהויבן צו קוקן אויף זיך, זי זאל דיך אפלאזן, השם ישמרינו.


ווען די רבנים וואלטן געוויסט די סכנה וואס גייט פאר מיט טערעפי, ווי די גוי'אישע וועלט, די גוי'אישע טומאה ווערט געפיטערט פאר די הייליגע אידישע פאלק דורך די טערעפי - וואלטן זיי זיכער געטון פאר דעם עס אפצושטעלן.


ברוך השם ביי דיר איז גוט, דיין ווייב איז אן ערליכע, א צדיקת, איר הארץ איז אפן צום אייבערשטן; לאז איר קומען פרעגן אירע שאלות און ספיקות. קום מיט, זיץ מיט איר און שטארק איר זי זאל אלעס פרעגן; וואויל איז דעם וואס פרעגט יעדע זאך, אזוי ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן.


נאך איין זאך. זאג דיין ווייב אז איך חנפ'ע נישט; דאס ווייסטו אויך גוט, אז וואס איך האלט - זאג איך. איך זאג איר זי איז צניעות'דיג - זאל זי מיר נישט זאגן אז איך זאג נישט דעם אמת, זי איז זייער איידל, און אז זי מאכט זיך די פנים וכו' - איז זי נאכאלץ צניעות'דיג. דאס וואס זי שפירט אז נישט - זאל זי בעטן דעם אייבערשטן אז זי זאל זיך אליינס ליב האבן, זי זאל ליב האבן איר לעבן. מיט אסאך תפילה טוישט זיך די טראכטן פונעם מענטש, ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - טוישט זיך די גאנצע הילוך המחשבה. זי איז א טייערע פרוי, איך ווייס נישט צי דו ווייסט און צי דו ביסט דאס גענוג מחשיב.


זיי איר מחזק זי זאל נישט אונטערברעכן מיט די שטוב ארבעט; זי מיינט אז נאר זי קען זיך נישט אן עצה געבן. איך געדענק ווען מיר האבן געהאלטן דארט ווי דו האלסט, מיר האבן געהאט צוויי קליינע קינדער - פלעגט מיין ווייב אויך וויינען, זי האט געמיינט אז נאר זי קען זיך נישט קיין עצה געבן, אזוי גייט עס ביי אלעמען. באלד ווערן די קינדער גרעסער, באלד וועט זיין נחת, באלד וועסטו זיצן באקוועם מיט דיין ווייב, דיינע קינדער וועלן דיר ברענגען, טראגן, מאכן, טון וכו'.


אוודאי איז אין אנהויב שווער, אבער דאס מאכט נישט מען זאל נישט וועלן חתונה האבן און האבן קינדער. דו ווייסט, עס זענען דא טערעפיסטן וואס זאגן מען זאל נישט מאכן די קליינע לעכל אין די אויער פאר א מיידל בעבי ווייל עס איז צער בעלי חיים, עס איז יסורים, עס איז געפערליך, נעבעך אויף די מענטשן. ביי אונז מאכט מען יא די קליינע לעכל, עס טוט וויי פאר איין סעקונדע און די מיידל טוט מען אן מיט א הערליכע אויעררינגל; גיי פרעג דיין ווייב צי זי וויינט נאך פון דעם, אזוי וועט זי באלד דארפן טראכטן 'אה טאקע אמאל... היינט איז א מחי' קינדער'.


על כל פנים, לאז איר קומען, שעם זיך נישט; עס איז נישט קיין בושה צו פרעגן, עס איז א בושה צו לעבן אליינס אן פרעגן.


גיי שפאצירן יעדן טאג מיט'ן אייבערשטן, הויב אן מיט דאנקען. פאר דו הויבסט אן קרעכצן, וויינען און בעטן - זאלסטו קודם דאנקען, דאס דאנקען וועט דיר עפענען דאס הארץ, עס וועט דיר שטעלן אויף די ריכטיגע שינעס.


דיין ראש ישיבה.


 


 

#32 - איך קען נישט געבן א שיעור, אויב מ'האלט מיך אויף צו לאנג
סקול, שאלות, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל געבן שיעורים פאר די טיטשערס, איך וויל קומען אין סקול; אבער אז מען לויפט נאך וכו', מען לאזט נישט ארויסגיין, מען האלט מיך אויף מיט טויזנט שאלות – קען איך נישט קומען.


רוב שאלות זענען ניטאמאל קיין שאלות, עס איז נאר א וועג צו קענען לענגער רעדן מיט מיר.


גלייבט מיר, איך וויל געבן שיעורים אסאך מער ווי די טיטשערס ווילן, איך וויל דאך איר זאלט וויסן ווי אזוי צו זיין גוטע טיטשערס; דאך האלט איך זיך צוריק פון קומען.

#31 - מען דארף האבן הדרכה אין לעבן
שאלות, הדרכות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז גוט דו זאלסט אריינקומען מיט דיין ווייב תחי', איך וויל רעדן מיט ענק ביידע, ענק מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן.


על פי רוב נעם איך אויף יעדן זונטאג אין ישיבה. אמאל בין איך אין שטעטל, זאלסטו נישט אריינקומען קיין וויליאמסבורג נאר נאכדעם וואס דו ווייסט אז איך בין דא און איך נעם אויף.


רעד צו ... נרו יאיר, ער איז מסדר ווען מען זאל קומען, אלעס זאל גיין מיט א סדר.


בדרך כלל נאך די חתונה זענען דא זאכן וואס דער מאן און ווייב זענען נישט קלאר, ווי אזוי און וואס וכו' וכו'; מען דארף זיך נישט שעמען צו פרעגן, "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד" (אבות ב, ה).

#30 - זאגן די שירת הים פסוק בפסוק פרשת בשלח שבת שירה
שאלות, סדר דרך הלימוד, מנהגים, גמרא

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


בנוגע זאגן די שירת הים פסוק בפסוק די וואך פרשת בשלח-שבת שירה, דו ווילסט וויסן וואס איז דער מנהג אין היכל הקודש; עס ווענדט זיך אין ענק, אויב ביי ענק זאגט מען אזוי, קענסט אזוי טון; דאס איז זייער א שיינע זאך.


דער עיקר מען זאל דאווענען מיט א חיות, מיט התלהבות - אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.


אין די צייט וויל איך דיר מחזק זיין זאלסט אנהויבן לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, מיר האבן נעכטן געענדיגט די עלפטע מסכתא, מען הויבט אן היינט ערב שבת שירה די צוועלפטע מסכתא - מסכת מועד קטן. וואלסטו געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, דו וואלסט יעדן טאג געלערנט גמרא אן קוקן אויב דו פארשטייסט אדער נישט - וואלסטו געהאט אין דיינע הענט עלף מסכתות.


איך בעט דיר זייער, טו עס פאר דיר; פאר דיין נשמה, פאר דיין נצחיות, הויב אן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא - וועסטו האבן א זיסע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - זאלסט פרעגן אלע שאלות פונעם דיין שליט"א
מוסדות, שאלות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן ישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי אין די מוסד.


בנוגע די שאלה וועגן כשר'ן וכו'; איך האב אויפגענומען א דיין פאר די קהילה, וויל איך דיר בעטן זאלסט פרעגן אלע שאלות פונעם דיין שליט"א; סיי דיינע פריוואטע שאלות און סיי די שאלות בנוגע די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - מען קען נאר העלפן אזא איינעם וואס וויל זיך העלפן
התחזקות, דרך ארץ, הדפסה, שאלות, בית המדרש, היכל הקודש, ישיבה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


עשרה בטבת, יארצייט פון אונזער גרויסן רבי נתן זכרונו לברכה, יום ג' פרשת ויחי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין נעכטן צוריק געקומען פון ארץ ישראל, א גאנצן צייט האב איך געטראכט א שאד אז דו ביסט נישט מיט געקומען, דו וואלסט זיך אזוי מחי' געווען צו זען די הונדערטער פרישע מקורבים, תלמידי היכל הקודש; בפרט דער שול אין ירושלים איז דאך ממש א וואונדער, די פרישע מקורבים פירן דעם בית המדרש אזוי ווי איך וואלט ווען דארט געווען.


דו ווייסט דאך אז היכל הקודש איז א פלאץ וואס איז מחזק יעדן מענטש אין יעדן מצב, און פון די אנדערע זייט האט מוהרא"ש געוואלט דער בית המדרש זאל זיך פירן מיט א שטארקע דרך ארץ; האיך יתקיימו שניהם - ווי אזוי קען מען אויספירן ביידע? דארף מען האבן גרויס סייעתא דשמיא; פון איין זייט אז יעדער זאל זיך געפונען דאס פלאץ און אז עס זאל זיין משמעת.


בנוגע דיין איידעם נרו יאיר; וואס האט ער מורא אליינס צו פרעגן? וואס האט ער מורא אליינס צו שרייבן? זיי אים מחזק ער זאל אליינס פרעגן, אויב פרעגט ער דיר - קענסטו אים ענטפערן.


בנוגע דער בחור ... נרו יאיר; מוהרא"ש פלעגט זאגן, מען קען נאר העלפן אזא איינעם וואס וויל זיך העלפן, איך האב אים אוועק געגעבן צענדליגער שעות, אויך האב איך אונטער געשיקט מיינע קינדער זאלן רעדן מיט אים דברי חיזוק וכו' וכו'; אז ער וויל נישט - קען מען נישט העלפן.


בנוגע הדפסה, וואס דו שרייבסט מיר אז מען האט דאס געעפנט נאר כדי די בחורים זאלן האבן מיט וואס צו זיין באשעפטיגט; שתי תשובות בדבר, איינס, נישט ממש אזוי, מען האט געעפנט די הדפסה צו העלפן די מפיצים זיי זאלן האבן פאר ביליג ספרים, קונטרסים וכו'. צוויי, אז די ישיבה איז לעת עתה אין וויליאמסבורג, איז נישט שייך אז בחורים זאלן ארבעטן אין הדפסה.

#27 - אז מען ווייסט וואס צו טון, מיינט נישט אז מ'האט נישט קיין אמונת חכמים
שאלות, ספיקות, אמונת חכמים, עצתו אמונה, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט: "איך קוק מיך ארום און איך זע ווי מרת ... און ... און... און אלע האבן אזא אמונת צדיקים, יעדע זאך פרעגן זיי דעם ראש ישיבה, זיי האבן אייביג ליסטעס מיט זאכן צו פרעגן, און איך ווייס נישט גארנישט וואס צו פרעגן. ווי אזוי ווייסן זיי וואס צו פרעגן? מיר פאלט נישט איין אפילו וואס צו פרעגן, אבער איך פריי זיך ווען איך דערמאן זיך וואס דער ראש ישיבה זאגט, אז ווער עס ליינט עצתו אמונה און הערט די שיעורים ווייסט אלעס וואס מען דארף וויסן".


ווערט נישט צעבראכן פון אנדערע, ווערט נישט מבולבל פון אנדערע; אז מען ווייסט וואס צו טון, מען האט נישט קיין ספיקות - מיינט נישט אז מען האט נישט קיין אמונת חכמים. עס זענען דא וואס קומען פון שטובער אן חינוך, זיי ווייסן גארנישט אין לעבן, דעריבער פרעגן זיי יעדע זאך; אנדערע וואס קומען פון ערליכע שטובער, אזוי ווי אייך, וואס אייערע עלטערן האבן אייך געגעבן א גוטע חינוך - ווייסט איר אליינס ווי אזוי זיך צו פירן, דאס מיינט נישט אז איר האט ווייניגער אמונת חכמים; זיי ווייסן נישט ווי אזוי זיך צו געבן א ריר אין לעבן, זיי הייבן יעצט אן זייער לעבן, דעריבער פרעגן זיי יעדע זאך.


צעברעכט זיך נישט פון אנדערע, איר זענט מער פון זיי; קוקט נישט אויף אנדערע, מאכט נישט נאך אנדערע, ווילט נישט זיין ווי אנדערע, ווילט נאר איין זאך - טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


לערנט די בריוו פון עצתו אמונה, לערנט דאס אפאר מאל; עס איז נישט גענוג אריין צו בליקן שבת אין דעם, א גאנצע וואך זאלט איר לעבן מיט די בריוו. ווען איר זעט תפילות אין די בריוו - זאלט איר דאס מיט זאגן אויפ'ן קול, און ווען איר זעט אין די בריוו מען זאל דאנקען דעם אייבערשטן - זאלט איר אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויפ'ן קול.


ווער עס לערנט די בריוו ווייסט שוין אליינס ווי אזוי זיך צו פירן, מען דארף שוין נישט קיינעם.


א ליכטיגן חנוכה.