בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידעלע, א מתנה באקומען פונעם אייבערשטן. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין איר מגדל זיין לתורה ולבעל תורה, ולחופה, ולמעשים טובים.
בנוגע וואס פאר א נאמען צו געבן, דיין שווער בעט דיר זאלסט געבן א נאמען נאך זיין מאמע און דיין ווייב האט נישט ליב די נאמען; זאג דיין ווייב אז מען טוט נישט אין לעבן וואס מען האט ליב, מען טוט וואס איז ריכטיג; ריכטיג איז צו געבן א נאמען נאך די באבע, זי איז געווען א צדיקת, זיך אוועקגעגעבן פאר תורה – איז גוט צו געבן א נאמען נאך איר.
כיבוד אב ואם איז אזוי גרויס, דער אייבערשטער זאגט: "עס איז אזוי ווי מען איז מיך מכבד" (קידושין ל:).
בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען אויפציען ערליכע דורות און זען אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער.
יהודית איז גאר א שיינע נאמען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג.) אויפן פסוק (דברי הימים א ד, יח): "'וְאִשְׁתּוֹ הַיְהֻדִיָּה יָלְדָה וְגוֹ', אמאי קרי לה יהודיה", פארוואס רופט מען בתי' בת פרעה מיט די נאמען יהודיה? "על שום שכפרה בעבודה זרה", ווייל זי האט געלייקנט אין פרעמדע געטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.